James 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יעקֹב3

ג זאָלן קיין סַך פוּן אייך נישט ווערן א רַבָּני מוֹרֶה, מיינע אַחִים במשיח, ווייל איר ווייסט, אַז מיר [אני אויך אַלס רָבַּני מוֹרֶה] וועלן קריגן אַ חומר הדין שווערערן מִשפּט. 2 ווייל אין אַ סַך זאָכן ווערן מיר אַלע נִיכשל .אויבּ עמיצער ווערט נישט נִיכשל אין זיינע רייד, דער איז אַן אִיש מֻשְלָם, און איז בּכּוֹח צוּ האַלטן אַפילו זיין גאַנצן גוּף אין דער צוים. 3 און אויבּ מיר לייגן אַריין צייַמלעך אין די מיילער פוּן פערד, כּדי זיי צו מאַכן געהאָרכזאם צו אוּנדז, פירן מיר אויך זייער גאַנצן לייבּ. 4 זע, אויך די שיפן, הַגַם זיי זענען אַזוי גָּדוֹל און ווערן געטריבּן פוּן שטאַרקע ווינטן, ווערן דאָך געלענקט פוּן דעם קליינעם רוּדער, וואוּהין דער שטייַערמאַן וויל. 5 אַזוי איז אויך די צוּנג אַ קליינער אֵבר, און טוּט זיך רימען מיט גרויסע זאַכן. זע, וואָס פאַר אַ גרויסן וואַלד אַ קליין פייערל קען אָנצינדן! 6 און די צוּנג איז אַ פייער; אַן עוֹלָם פון עַוְלָם שטייט זי צווישן אוּנדזערע אֵברים, איז די צוּנג, וואָס בּאַפלעקט דעם גאַנצן לייבּ, און צינדט אוּנטער דאָס גַּלְגַּל הֲוָיָתֵנוּ, און ווערט אוּנטערגעצוּנדן פוּן גיהֶנום. 7 ווייל יעדער מִין פוּן בּהֵמות און עוֹפות, פוּן שרצים און חַיִות פוּן דעם יַם, ווערט געצאַמט און איז געצאַמט געוואָרן דוּרך דעם מענטשלעכן מִין. 8 אָבּער די צוּנג קען קיין בּן אדם נישט צאַמען -- זי איז אַן אוּמרוּאיק רָעָה, פוּל מיט סם-המות. 9 מיט איר בּענטשן מיר ה', אלוקים הָאָב, און מיט איר שעלטן מיר בני אדם, וועלכע זענען בּאַשאַפן געוואָרן אין דעם געשטאַלט-אלוקים. 10 פוּן דעם זעלבּן מויל קוּמט אַרויס בּרָכה און קלָלה. מיינע אַחִים במשיח, אַזוי דאַרף עס נישט זיין. 11 צי טוּט דער קוואַל אַרויסשפּרוּדלען פוּן דער זעלבּער עפענוּנג מַיִם מְתוּקִים און מַיִם מָרִים? 12 צי קען אַ פייַגנבּוים, מיינע אַחִים במשיח, טראָגן אייֵלבּערטן, אָדער אַ ווייַנשטאָק פייגן? אויך קען אַ מְקוֹר מַיִם מְלוּחִים נישט אַרויסגעבּן קיין זיס וואסער. 13 ווער צווישן אייך איז האָט חכמה און בּינה? זאָל ער ווייזן מיט זיין התנהגוּת הטובה זיינע גמילות חסדים אין עַניוות פוּן חָכמח. 14 אויבּ אָבּער איר טראָגט בּיטערע קִנאה און שִׂנאה בִּלְבַבְכֶם, טאָ רימט אייך נישט און זייט נישט פאַלש צוּם אֶמת. 15 די דאָזיקע חָכמה קוּמט נישט אַראָפּ פוּן אויבּן, נייערט איז פון די עולם הזה, פון היצר הרע און שדים. 16 מחמת וואוּ עס איז קִנאה און שִׂנאה, דאָרט איז תֹהוּ וָבֹהוּ און כל מעשה רע. 17 די חָכמה אָבּער, וואָס איז פוּן אויבּן, איז קוֹדם-כָּל טְהוֹרָה, דאַן אוֹהֶבֶת שָלוֹם, דאַן איידעל, גרינג צוּם איבּערבּעטן, פוּל מיט רחמים און פְּרִי טוֹב, אָן משוא פנים, אָן צביעות. 18 און די פְּרִי הַצְדָקָה ווערט געזייֵט אין שָלום פוּן די, וואָס מאַכן שָלום [זען רומ' 5:1; ישעיהו 53:5].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
James 2
Top of Page
Top of Page