James 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יעקֹב4

ד פוּנוואַנען קוּמען מִלחָמות, און פוּנוואַנען זענען קריגערייען בּיי אייך? צי קוּמען זיי נישט פוּן אייערע תַּאוות [רומ' 7:18], וואָס פירן מִלחָמה אין אייערע אֵברים [זען קורא 9:27; רומ' 8:13]? 2 איר גלוּסט, און האָט נישט; איר הַרגעט, און זענט מקַנא, און קאָנט עס נישט דערגרייכן; איר קריגט זיך אַרום און האַלט מלחמה; איר האָט נישט צוליבּ דעם, וואָס איר, דאַווענענדיק, בּעט נישט. 3 איר בּעט יאָ, און בּאַקוּמט נישט, ווייל איר בּעט שלעכט, כּדי איר זאָלט עס פאַרצערן אין אייערע תאוות. 4 איר נואפות! צי ווייסט איר נישט, אַז די שייכות מיט דער עוֹלם הַזֶּה איז אֵיבָה קעגן ה'? על-כּן, ווער סע וועט זיין אַן אוהב פון עוֹלם הַזֶּה, מאַכט זיך פאַר אַן אויב פון ה'. 5 אָדער מיינט איר, אַז דער פָּסוק זאָגט אוּמזיסט: מיט קִנאה גלוסט דער רוח הקודש, וועלכן ער האָט געמאַכט רוּען אין אוּנדז? 6 ער אָבּער גיט מער חֶסֶד. איבּערדעם זאָגט דער פָּסוק: ה' ללצים הוא יליץ ולענוים יתן חן [זען משלי 3:34]. 7 אוּנטערטעניקט זשע זיך צוּ ה'; און שטעלט זיך אַקייגן השָׂטן, און ער וועט אַנטלויפן פוּן אייך. 8 גענעענט צוּ ה', און ה' וועט גענעענען צוּ אייך. רייניקט אייערע הענט, איר בּעלי עבֵירה, און מאַכט טהור אייערע לְבָבוֹת, איר לֵב וָלֵב. 9 פיִלט אייער עלנט, און קלאָגט, און וויינט; זאָל אייער געלעכטער פאַרקערט ווערן צו געוויין, און אייער שִׂמְחָה צו טרויעריקייט. 10 דערנידעריקט אייך פאַר ה', און ער וועט אייך דערהייכן. 11 רעדט נישט לָשוֹן הָרָע איינער קעגן דעם אַנדערן, אַחִים במשיח. דער, וואָס רעדט קעגן אַן אָח במשיח, אָדער מִשפּט זיין אָח במשיח, רעדט קעגן דער תּוֹרה, און מִשפּט די תּוֹרה. היינט, אויבּ דוּ מִשפֶּטסט די תּוֹרה, בּיסטוּ נישט איינער, וואָס איז מקַיים [זען דברים 27:26 יקים; זען ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה, גלט' 2:9; מהש 25-21:20] די תּוֹרה, נייערט שוֹפט פון תּוֹרה. 12 איינער נאָר איז דער מְחֹקֵק און שוֹפט, דאָס איז דער, וועלכער איז בִּיכוֹלת צו ראַטעווען אין ישועת אלוקינו און אויך צוּ פאַרדאַרבּן [זען מתי 23-7:21 אויף מֻפקרים מאמינים שקר]; ווער אָבּער בּיסטוּ, וואָס טוּסט מִשפּטן דיין חַבר? 13 קוּמט דאָך, איר, וואָס זאָגט: היינט, אָדער מָחָר וועלן מיר גיין אין דער און דער שטעטל אַריין, און פאַרבּרענגען דאָרט אַ יאָר, און האַנדלען, און פאַרדינען, 14 הַגַם איר האט דַּעַת נישט וואָס מָחָר וועט זיין. וואָס איז אייער לעבּן? ווייל איר זענט אַ נעפּל, וואָס דויערט אַ ווייַלע, און פאַרשווינדט דערנאָך. 15 אָנשטאָט דעם בּאַדאַרפט איר זאָגן: אִם-יִרצֶה-ה', אַז מיר וועלן לעבּן, וועלן מיר דאָס, אָדער דאָס טאָן. 16 איצט אָבּער רימט איר אייך אין אייערע בּאַרימערייַען; אַזאַ מִין גַּאֲוָה איז רָעָה. 17 על-כּן, פאַר דעם, וואָס פאַרשטייט צוּ טאָן טוֹב, און טוּט עס נישט, פאַר דעם איז עס חטא .

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
James 3
Top of Page
Top of Page