James 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יעקֹב5

ה הוֹי העשירים, וויינט און קלאָגט אויף אייערע צָרות, וואָס קוּמען איבּער אייך. 2 אייער רייכקייט איז פאַרפוילט, און אייערע שטריימל זענען צעפרעסן פוּן מאָיל. 3 אייער זָהָב און זילבּער איז פאַרזשאַווערט, און זייער זשאַווער וועט זיין אַן עֵדות קעגן אייך, און וועט פאַרצערן אייער פלייש ווי אֵש. איר האָט צוּנויפגעזאַמלט אייער אוֹצר אין די אחרית הימים! 4 זע, דער שׂכַר פוּן די פּוֹעֲלִים, וואָס האָבּן געשניטן אייערע שָׂדוֹת, און וואָס איז פוּן אייך פאַרהאַלטן געוואָרן, שרייט אויס קערן איר; און די געשרייען פוּן די, וואָס האָבּן געשניטן, זענען אַריין אין די אויערן פוּן ה' צבָאוֹת. 5 איר האָט געלעבּט אין תענוגים אויף הארץ, און געהאַט אייערע תַּענוּגים; איר האָט פעט געמאַכט אייערע לְבָבוֹת ווי אין אַ יוֹם פוּן שחִיטה [זען ישעיהו 53:7]. 6 איר האָט פאַרמִשפּט, איר האָט געטייט דעם צַדיק; ער טוּט זיך נישט שטעלן קעגן אייך. 7 זייט דערפאר געדוּלדיק, אַחִים במשיח, בּיז דעם ביאת המשיח הָאָדוֹן [זען תהלים 110:1; מלאכי 3:1, האדון אשר אתם מבקשים]. זע, דער אַקערער וואַרט אויף דער טייערער פּרי האדמה, און איז געדוּלדיק מיט איר, בּיז זי בּאַקוּמט דעם יורה און מלקוש. 8 זייט איר אויך געדוּלדיק, שטאַרקט אייערע לְבָבוֹת; מחמת דאָס ביאת המשיח הָאָדוֹן האָט גענעענט. 9 מוּרמלט נישט, אַחִים במשיח, איינער קעגן דעם אַנדערן, כּדי איר זאָלט נישט געמִשפּט ווערן; הנה! שטייט דער שוֹפט פאַר דער פֶּתַח. 10 נעמט אייך, אַחִים במשיח, פאַר אַ בּייַשפּיל פוּן ליידן און יסורים די נבִיאים, וואָס האָבּן גערעדט אין דעם נאָמען פוּן ה'. 11 הנה! מיר האַלטן פאַר מאֻשָרים די, וואָס האָבּן אויסגעהאַלטן. איר האָט געהערט פוּן דער סבלנות פוּן אִיוֹבן, און איר האָט געזען, וואָס ה' האָט צוּם סוֹף געטאָן, ווייל ה' איז פוּל מיט רחמים און לייַטזעליקייט [איוב 22-1:21]. 12 דער עִיקר פוּן אַלץ אָבּער, מיינע אַחִים במשיח, שווערט נישט, נישט בּיים שָמַיִם, נישט בּיי הארץ, אויך נישט בּיי קיין שוּם אַנדער שבוּעה; נאָר זאָל אייער כֵּן, זיין כֵּן, און אייער לֹא, לֹא, כּדי איר זאָלט נישט פאַלן אוּנטער דעם מִשפּט. 13 ליידט עמיצער צווישן אייך? לאָז ער דאווענען . איז עמיצער פרייליך? לאָז ער זינגען ניגונים. 14 איז עמיצער חוֹלֶה צווישן אייך? לאָז ער רוּפן די בֵּית כְּנֶסֶת זקֵנים [זִקְנֵי הַקְהִלָה, זען יעקב 2:2], און זאָלן זיי דאווענען פאַר אים, און אים בְּמָשְחָם מיט שֶמֶן בּשם ה'; 15 און די דאַווענענדיק פוּן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה וועט ראַטעווען דעם הולֶה, און ה' וועט אים אויפריכטן; און אויבּ ער האָט בּאַגאַנגען עבירות [קורא 32-11:27], יִסָּלַח לוֹ. 16 על-כּן, זייט מִתווַדה אייערע עבירות [הִתְוַדּוּ עַל חֲטָאֵיכֶם] איש לפני רעהו, און זייט דאווענען איינער פאַר דעם אַנדערן, כּדי איר זאָלט געהיילט ווערן. די דאַווענענדיק פוּן דעם צַדיק האָט אַ גרויסע און שטאַרקע פּעוּלה. 17 אלִיָהוּ הַנָביא איז געווען אַ מענטש גלייך צו אונדז, און ער האָט געדאוונט מיט כַּווָנה, אַז ס'זאָל נישט רעגענען; און סע האָט נישט גערעגנט אויף הָאָרֶץ 3 יאָר מיט 6 חַדָשוּם. 18 און ער האָט ווידער אַמאָל געדאוונט , און דער שָמַיִם האָט געגעבּן גֶּשֶם, און הָאָרֶץ האָט אַרויסגעבּראַכט איר פּרוּכט. 19 מיינע אַחִים במשיח, אויבּ עמיצער פוּן אייך ווערט פאַרבּלאָנדזשען פון הַדֶרֶך האֶמת, און איינער קערט אַ חוֹטֵא צו בעל תשובה, 20 זאָל ער וויסן, אַז דער, וואָס קערט חוֹטֵא צו בעל תשובה, אַז ווער עס קערט אים פון טעות פון זיין דֶרֶך און פון סטִיּת דֶרֶךְ ה', וועט ער יוֹשִיעַ אַ נֶפש פוּן מָוֶת, און וועט פאַרדעקן אַ סַך עבירות.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
James 4
Top of Page
Top of Page