Matthew 9
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו9

ט און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעשטיגן אין אַ סִירָה, און איז אַריבּערגעפאָרן, און איז געקוּמען אין זיין אייגענער שטעטל אַריין [כפר נחום]. 2 און הִנֵּה האָבּן בְּנֵי אָדָם צוּ אים געבּראַכט אַן אִיש מְשֻּתָּק, וואָס איז געלעגן אויף אַ בּעט; און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען זייער אֶמוּנה, האָט ער געזאָגט צוּם אִיש מְשֻּתָּק: הִתְחַזֵּק, בְּנִי; דיינע עבירות זענען דיר פאַרגעבּן געוואָרן. 3 און הִנֵּה, עטלעכע פוּן די סוֹפרים [רַבָּנִים] האָבּן צוּ זיך געטראַכט: דער דאָזיקער לעסטערט [מְגַדֵּף שֵם ה']. 4 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט פאַרשטאַנען זייערע מַחשָבות, און האָט געזאָגט: פאַרוואָס טראַכט איר בּייז אין אייערע לְבָבוֹת? 5 מחמת וואָס איז לייכטער, צוּ זאָגן: דיינע עבירות זענען דיר פאַרגעבּן, אָדער צוּ זאָגן: שטיי אויף, און גיי? 6 נאר כּדי איר זאָלט וויסן, אַז דער בּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, מָשיחַ] האָט רשוּת אויף דער ערד מוֹחל צוּ זיין עבירות - דעמאלט האָט ער געזאָגט צוּם אִיש מְשֻּתָּק - שטיי אויף, און נעם דיין בּעט, און גיי אַהיים! 7 און ער איז אויפגעשטאַנען און איז אוועק אהיים. 8 און ווען די המונים בני אדם האָט דאָס געזען, האָבּן זיי זיך געפאָרכטן, און האָבּן געזאָגט בָּרוּך ה', וואָס האָט געגעבּן אַזאַ רשות צוּ מענטשן. 9 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז פוּן דאָרטן ווייטער געגאנגען, האָט ער געזען אַ בן אדם, וואָס האָט געהייסן מתתיהו [מתי], זיצן אויפן צאָל-אַמט [הויז פון שטייער]. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט : פאָלג מיר נאַך! און ער איז אויפגעשטאַנען, און האט רבי מֵלך המָשיחַ נאָכגעפאלגט. 10 און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געזעסן אין בֵּית בּיים טיש, הִנֵּה רבים מוֹכסים און בּעלי עבֵירה זענען געקוּמען, און האָבּן זיך אַנידערגעזעצט צוואמען מיט רבי מֵלך המָשיחַ און משיחס תַּלמידים. 11 און ווען די פּרוּשים האָבּן דאָס געזען, האָבּן זיי געזאָגט צוּ משיחס תַּלמידים : פאַרוואָס עסט אייער רֶבּי מיט מוֹכסים און בּעלי עבֵירה? 12 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געהערט, האָט ער געזאָגט: די, וואָס זענען געזוּנט, דארפן נישט האָבּן קיין רוֹפא, נייערט די, וואָס זענען חוֹלים. 13 גייט און לערנט וואָס דאָס מיינט: חֶסֶד חָפַצְתִי וְלֹא־זֶבַח [הוֹשע 6:6]. מחמת איך בּין נישט געקוּמען רוּפן די צַדיקים, נייערט די בּעלי עבֵירה [צוּ תשובה]. 14 יעמאָלט האָבּן גענעענט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ די תַּלמידים פוּן יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה], און האָבּן געזאָגט: פאַרוואָס צָמִים מיר און די פּרוּשים אָפט, און דיינע תַּלמידים צָמִים נישט? 15 און האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: קענען די אונטערפירערס טרויערן, ווען דער חָתן [רבי מֵלך המָשיחַ] איז מיט זיי? סע וועלן אָבּער קוּמען טעג, ווען דער חָתן וועט פון זיי אַוועקגענוּמען ווערן [יוח' 14:28], און יעמאָלט וועלן זיי פאַסטן. 16 און קיינער לייגט נישט אַ לאַטע פוּן נישט-געוואלקעוועטן טוּך אויף אַן אַלט בגד; ווייל די לאַטע רייסט אָפּ פוּן דעם מַלבּוש, און סע ווערט נאָך אַן ערגערער ריס. 17 מע טוּט אויך נישט אַרייַנגיסן קיין נייעם וויין אין אַלטע לאָגלען; אַנדערש צעפּלאַצן די לאָגלען, און דער וויין טוּט זיך צעגיסן, און די לאָגלען גייען פאַרלוירן .נייערט נייעם וויין גיסט מען אַריין אין נייע לאָגלען, און בּיידע זענען בּאַוואָרנט. 18 ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט אַזוי צוּ זיי גערעדט, הִנֵּה, איז געקוּמען אַחַד הַנִּכְבָּדִים [פון שול], און האָט פאַר רבי מֵלך המָשיחַ אנידערפאַלן, און געזאָגט: זה עַתָּה מֵתָה בִּתִּי; נאָר קוּם, און לייג אַרויף אויף איר דיין האַנט, וועט זי ליבּן [יוח' 10:10]. 19 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אויפגעשטאַנען, און איז אים נאָכגעגאַנגען מיט משיחס תַּלמידים. 20 און הִנֵּה, אַן אִשָּה, וואָס האָט 12 יאָר געליטן פוּן אַ זָבַת דָּם [נִדָּה טוּמאָה], איז צוגעקומען פון הינטן רבי מֵלך המָשיחַ און האָט אָנגערירט די מלבוש פוּן רבי מֵלך המָשיחַס צִיצִית. 21 מחמת זי האָט בּיי זיך געטראַכט: אויבּ איך וועל נאָר אָנרירן זיין מַלבּוש, וועל איך ווערן געזוּנט. 22 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אויסגעדרייט, און אַז ער האָט זי געזען, האָט ער געזאָגט: חִזְקִי, בַּת מיינע ;דיין אֶמוּנה האָט דיר געראַטעוועט! און די אִשָּה איז געזוּנט געוואָרן פוּן יענער שָעה אָן. 23 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעקוּמען אין דעם בֵּית הַנִּכְבָּד אַריין, און געזען די פלייֵטנשפּילער, און דאס געטומל פון דעם המון, 24 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: גייט אַרויס; מחמת דאָס מיידעלע איז נישט מֵתָה, נייערט זי שלאָפט. און זיי האָבּן אים גוּט אויסגעלאַכט. 25 אָבּער ווען מען האָט דעם עוֹלם אַרויסגעשיקט, איז רבי מֵלך המָשיחַ אַרייַנגעגאַנגען, און האָט זי אָנגענוּמען בּיי דער האַנט; און דאָס מיידעלע איז אויפגעשטאַנען. 26 און די שֶם וועגן דעם האָט זיך פאַרשפּרייט אין יענעם כל לאַנד. 27 און ווי רבי מֵלך המָשיחַ איז פוּן דאָרטן אַוועקגעגאַנגען, זענען אים נאַכגעגאַנגען 2 בּלינדע, וואָס האָבּן געשריגן, און געזאָגט: דערבּאַרעם דיך אויף אוּנדז, בֶּן-דָוִד! 28 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעקוּמען אין דעם בֵּית אַריין, האָבּן די בּלינדע גענעענט צוּ אים; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: גלויבּט איר, אַז איך בּין בּכּוֹח דאָס צוּ טאָן? האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: כֵּן, אֲדוֹנֵנוּ. 29 יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ בּאַרירט זייערע אויגן און געזאָגט: לויט ווי אייער אֶמוּנה, אַזוי זאָל אייך געשען. 30 און זייערע אויגן זענען געעפנט געוואָרן. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי שטרענג געווארנט, און געזאָגט: היט אייך אַז קיינער זאָל עס נישט וויסן. 31 אָבּער זיי זענען אַרויסגעגאַנגען, און האָבּן פאַרשפּרייט רבי מֵלך המָשיחַס שֶם אין יענעם כל לאַנד. 32 און ווען זיי זענען אַרויסגעגאַנגען, הִנֵּה, האָט מען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געבּראַכט אַן אִיש אִלֵּם, וואָס איז געווען בּאַזעסן פוּן אַ שד. 33 און אַז דער שד איז אַרויסגעטריבּן געוואָרן, האָט דער אִיש אִלֵּם גערעדט; און דאָס המונים עם האָט זיך געשטוינט, און געזאָגט: אַזוינס איז נאָך קיינמאָל נישט געזען געוואָרן אין אֶרֶץ יִשׂרָאל! 34 אָבּער די פּרוּשים האָבּן געזאָגט: דוּרך דעם שַׂר פוּן די שדים טרייבּט ער אַרויס שדים! 35 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרוּמגעגאַנגען איבּער כל שטעט און שטעטלעך, [א רַב] לערנענדיק אין זייערע שולן, און דרשענט די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן דעם מַלכות [ה'], און געהיילט יעדע מִין מַחֲלָה און יעדן מִין שלאפקייט מיט רפואה שלמה. 36 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען דאָס מאַסן עם, האָט אים אָנגענוּמען אַ רחמים אויף זיי, ווייל זיי זענען געווען פאַרשמאַכט און פאַרוואָרלאָזט, כַצֹאן אֲשֶר אֵין לָהֶם רוֹעֶה [במדבר 27:17]. 37 יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט צוּ משיחס תַּלמידים: דער קָצִיר איז אָמֵן רב, אָבּער די פּוֹעֲלִים מְעַטִים. 38 בּעט דערפאר דעם אֲדוֹן הַקָּצִיר, אַז ער זאָל אַרויסשיקן פּוֹעֲלִים צוּ זיין קָצִיר [רומ' 10:15]!

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 8
Top of Page
Top of Page