Matthew 8
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו8

ח און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַראָפּגעקוּמען פוּן דעם הָר, איז אים נאָכגעגאַנגען אַ גרויסע המונים. 2 און הִנֵּה איז צוּ אים געקוּמען אַן אִיש מְצֹרָע, וואָס האָט פאר רבי מֵלך המָשיחַ אנידערגעפאלן, און געזאָגט : אֲדוֹנִי, אויבּ דוּ ווילסט, קאָנסטוּ מיך מאַכן טָהוֹר. 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויסגעשטרעקט זיין האַנט, און האָט אים אָנגערירט, און געזאָגט: איך וויל; זיי טָהוֹר .און ער איז תֵיכּף טָהוֹר געוואָרן פוּן זיין צָרַעת. 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: זע, דערצייל עס קיינעם נישט, נייערט גיי און ווייז דיך פאַרן כֹהן, און זיי מַקריב דעם קָרבּן, וואָס מֹשה האָט געבּאָטן, פאַר אַן עֵדות צוּ זיי [ויקרא 13:49; 32-14:2]. 5 און ווי רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעקוּמען קיין כּפַר-נַחוּם, האָט צוּ אים גענעענט אַ צֶנטוּריוֹן וואָס האָט אים געבּעטן, 6 און געזאָגט: אֲדוֹנִי, מיין מְשָרֵת ליגט פאראליזשירט אין בֵּית, און האט שרעקלעכע יסורים. 7 און האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: איך וועל קוּמען און אים היילן. 8 און דער צֶנטוּריוֹן האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: אֲדוֹנִי, איך בּין נישט ווערט, אַז דוּ זאָלסט קוּמען אוּנטער מיין דאָך; נייערט זאָג נאָר דאָס דָּבָר, און מיין מְשָרֵת וועט געהיילט ווערן. 9 מחמת אויך איך בּין אַ בן אדם, געשטעלט אוּנטער בּאַפעל-מאַכט, און אַז אַנְשֵי צָבָא איך זאָג צוּ דעם: גיי און ער גייט; און צוּ אַן אַנדערן: קוּם און ער קוּמט; און צוּ מיין עֶבֶד: טוּ ! און ער טוּט עס. 10 און ווי רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געהערט, האָט ער זיך געחִידושט, און געזאָגט צוּ די, וואָס זענען אים נאָכגעפאָלגט : אָמֵן, איך זאָג אייך, נישט אַפילו אין אֶרֶץ יִשׂרָאל האָבּ איך געפונען אַזאַ אֶמוּנה. 11 און איך זאָג אייך: רבים וועלן קוּמען פוּן מִזרח און מִַערב, און וועלן זיך אַנידערזעצן בּיים טיש מיט אַברָהם, און מיט יִצחָק, און מיט יַעקֹב, אין דעם מַלכות-השָמַיִם. 12 די בְּנֵי הַמַלכות וועלן אַרויסגעוואַרפן ווערן אין דער דרויסנדיקער חֹשֶךְ; דאָרט וועט זיין דאס קלאגן און דאָס קריצן פוּן ציין. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּם צֶנטוּריוֹן : גיי; ווי דיין אֶמוּנה, אַזוי זאָל דיר געשען. און דער מְשָרֵת איז געהיילט געוואָרן טאקע אין יענער שָעה. 14 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעקוּמען אין דעם בֵּית אַריין פוּן כֵּיפָא, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזען זיין שוויגער ליגן קראנק אויף פיבּער; 15 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אנגערירט איר האַנט, און דאָס פיבּער האָט זי פארלאזן; און זי איז אויפגעשטאַנען, און האָט אים בּאַדינט. 16 און ווען דער אָוונט האָט זיך גענייגט, האָט מען געבּראַכט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ רבים בּאַזעסענע פוּן שדים; און ער האָט אַרויסגעטריבּן די שדים מיט אַ דָּבָר, און האָט געהיילט כל החוֹלים; 17 כּדי עס זאָל מקוּים ווערן, וואָס ישעיהו הַנָביא האָט געזאָגט: חֳלָיֵנו הוא נָשָא ומַכְאֹבֵינו סְבָלָם, ער האָט אויף זיך גענוּמען אוּנדזערע מחלות, און געטראָגן אוּנדזערע ווייטיק [ישעיהו 53:4]. 18 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען אַ גרויסן המון אַרוּם זיך, האָט ער בּאַפוילן אוועקצופאר אויף יענער זייט יַם. 19 און הִנֵּה איז צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען אַ סוֹפר, וואָס האָט געזאָגט: רֶבּי, איך וועל דיר נאכפאלגן וואוּהין דוּ וועסט גיין. 20 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: די פוּקסן האָבּן הייֵלן, און די פייגל פוּן שָמַיִם האָבּן נעסטן, אָבּער דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, מָשיחַ] האָט נישט וואוּ זיין קאָפּ אַנידערצוּלייגן. 21 און אַן אַנדערער פוּן משיחס תַּלמידים האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: אֲדוֹנִי, גיב מיר רשות קוֹדם כל צוּ גיין און מקַבּר זיין אָבי. 22 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: גיי דו נאָך מיר, און זאָלן די מֵתים [יוח' 3:3; אפס' 2:1] מקַבּר זיין זייערע מֵתים. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ איז איינגעשטיגן אין דער סִירָה, און זענען משיחס תַּלמידים אים נאכגעפאלגט. 24 און הִנֵּה האָט זיך אויפגעהויבּן אַ גרויסער שטוּרעם אויפן יַם, אַזוי ,אַז די סִירָה איז געוואָרן אזש באדעקט פוּן די כוואַליעס; אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ איז געשלאָפן. 25 און זיי זענען געקומען צו אים און האָבּן אים אויפגעוועקט, און געזאָגט: אֲדוֹנִי, ראַטעווע, מיר גייען אוּנטער! מיר קומען אום! 26 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס שרעקט איר אייך, אָ איר קליין-גלויבּיקע? דאַן איז ער אויפגעשטאַנען, און האָט אָנגעשריגן די ווינטן און דעם יַם; און סע איז געוואָרן אַ גרויסע שטילקייט. 27 און די בְּנֵי אָדָם זענען נִשתּוֹמם געווארן, און האָבּן געזאָגט : וואָס איז דאָס פאַר אַן איש, אַז אַפילו די ווינטן און דער יַם געהאָרכן אים [תהלים 32-107:23]? 28 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען אויף יענער זייט, אין דעם לאַנד פוּן די גַדרִיִים, האָבּן אים בּאַגעגנט 2 בּאַזעסענע, וואָס זענען אַרויסגעקוּמען אויס די קבָרים, און וואָס זענען געווען זייער געפערלעכע, אַזוי, אַז קיינער האָט נישט געקענט פאַרבּייַגיין דוּרך יענעם דֶּרֶך. 29 און הִנֵּה, זיי האָבּן א געשריי געטון, און געזאָגט: מַה לָּנוּ וּלְךָ, דוּ זוּן פוּן דער אויבּערשטער? בּיסטוּ אַהערגעקוּמען אוּנדז צוּ פּייניקן פאַר דער צייט [צייט פון יום הדין]? 30 און פוּן דערווייטן פוּן זיי האָט זיך געפּאַשעט אַ גרויסע סטאַדע חזִירים. 31 און די שדים האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געבּעטן: אויבּ דוּ טרייבּסט אוּנדז אַרויס, שיק אוּנדז אַריין אין דער סטאַדע חזִירים! 32 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: גייט! און זיי זענען אַרויסגעגאַנגען, און זענען אוועק אין די חזִירים. הִנֵּה די כל העדֶר האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פוּן דעם שיפּוּע אין יַם אַריין, און זענען אוּמגעקוּמען אין די מַיִם. 33 די פּאַסטוּכער אבער זענען אַנטלאָפן, און זענען געקוּמען אין דער שטאָט אַריין, און האָבּן כל דערציילט, און אויך וואָס סע איז געשען מיט די בּאַזעסענע. 34 און הִנֵּה, די כל העיר איז אַרויסגעגאַנגען אנטקייגן רבי מֵלך המָשיחַ; און ווען זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געזען, האָבּן זיי אים געבּעטן, אַז ער זאָל אוועקגיין פון זייערע גְבול .

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 7
Top of Page
Top of Page