Matthew 7
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו7

ז מִשפּט נישט, כּדי איר זאָלט נישט געמִשפּט ווערן. 2 מחמת מיט דעם פסק דין, וואָס איר טוּט מִשפּטן, וועט איר געמִשפּט ווערן, און מיט דער מאָס, וואָס איר טוּט מעסען, וועט אייך געמאָסטן ווערן. 3 און פאַרוואָס זעסטוּ דאָס שפּענדל אין דעם אויג פון דיין אָח בַּמָּשִיחַ, אָבּער דעם קלאָץ אין דיין אייגן אויג זעסטוּ נישט? 4 אָדער ווי אזוי קענסטוּ זאָגן צוּ דיין אָח בַּמָּשִיחַ : לאָמיך אַרויסנעמען דאָס שפּענדל פוּן דיין אויג, ווען, הִנֵּה, איז אַ קלאָץ אין דיין אייגן אויג? 5 דוּ צבֿועק, ווארף קוֹדם אַרויס דעם קלאַץ פוּן דיין אייגן אויג, און דאַן וועסטוּ זען קלאָר ווי אַרויסצוּנעמען דאָס שפּענדל פוּן דעם אויג פון דיין אָח [בַּמָּשִיחַ]. 6 גיט נישט וואָס ס'איז קֹדֶש צוּ כּלָבִים [תהלים 22:17], און וואַרפט נישט אייערע פּערל פאַר חזִירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע רגלים, און זיך אויסדרייען און אייך צערייסן. 7 בּעט, און סע וועט אייך געגעבּן ווערן; זוּכט, און איר וועט געפינען; קלאַפּט אָן, און סע וועט אייך אויפגעמאכט ווערן! 8 מחמת יעדער, וואָס בּעט, וועט בּאַקוּמען, און דער, וואָס זוּכט, וועט געפינען, און דעם, וואָס קלאַפּט אָן, וועט מען אויפמאַכן. 9 אָדער וואוּ איז דער בן אדם צווישן אייך, וואָס אויבּ זיין זוּן זאָל אים בּעטן לֶחֶם, וועט ער אים געבּן אַ שטיין? 10 אָדער אויבּ ער זאָל אים בּעטן אַ פיש, וועט ער אים דען געבּן אַ נָחָש? 11 מַה-זאָך איר, וואָס זענט הָרָעִים, פאַרשטייט ווי צוּ געבּן מַתָּנות טוֹבוֹת צוּ אייערע יְלָדים, וויפל-זשע מער וועט אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים געבּן טוב צוּ די, וואָס בּעטן אים? 12 על-כּן, כל וואָס איר ווילט, אַז בְּנֵי אָדָם זאָלן אייך טאן, זאָלט איר אויך זיי טאָן, מחמת דאָס איז די תּוֹרה און די נבִיאים. 13 גייט אַריין דוּרך דעם פֶתַח הַצַּר; מחמת געראַם איז דער פֶתַח, און בּרייט דער דֶּרֶךְ, וואָס פירט צוּ אֲבַדּוֹן [פאַרדאַרבּונג], און רבים זענען די, וואָס גייען אַריין דוּרך דעם דאָזיקן. 14 אָבּער צַר איז דער פֶתַח, און שמאָל דער דֶּרֶךְ [דֶּרֶךְ ה', הִתקַשְּׁרוּת מיט ה', חסידיש דֶרֶך ה'], וואָס פירט לַחַיִּים, און ווייניק זענען די, וואָס געפינען אים. 15 היט אייך פאַר הַנְבִיאֵי הַשֶקֶר, וואָס קוּמען צוּ אייך אין שאָפענע קליידער, אָבּער אינעווייניק זענען זיי פאַרצוּקנדיקע וועלף. 16 פון זייערע פֵּירות וועט איר זיי דערקענען. קלויבּט מען דען ענבים פוּן קוצים, אָדער פייגן פוּן שטעכלקעס? 17 אַזוי טראָגט אויך יעדער בּוים טוב פּרי טוב; אָבּער דער פאַרדאָרבּענער בּוים טראָגט פְּרִי רַע. 18 אַ בּוים טוב קען נישט אַרויסגעבּן קיין פרי רע [יוחא 3:9], און אַ פאַרדאָרבּענער בּוים קען נישט אַרויסגעבּן קיין פְּרִי טוֹב. 19 יעדער בּוים, וואָס טראַגט נישט קיין פְּרִי טוֹב, ווערט אָפּגעהאַקט, און אַרייַנגעוואָרפן אין אֵש [אֵש עוֹלם, ישעיהו 66:24; דניאל 12:2; דראון עוֹלם פון גֵּיהִנֹּם]. 20 דערפאר וועט איר זיי דערקענען פוּן זייערע פֵּירות. 21 נישט יעדער בן אדם, וואָס זאגט צו מיר : אֲדֹנִי, אֲדֹנִי, וועט אַרייַנגיין אין דעם מַלכות-השָמַיִם, נייערט דער, וואָס טוּט דעם רָצון פוּן מיין אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים. 22 אין יענעם יוֹם [יום הַדִין] וועלן רבים צוּ מיר זאָגן: אֲדֹני, אֲדֹני, האָבּן מיר נישט נבִיאות געזאָגט אין דיין נאמען, און אין דיין נאמען [זען מָשִיחַ צֶמַח יהושע שמו, זכריה 12-6:11, תּלמוּדּ ירוּשׁלמי ברכות ה שמו צמח, עזרא 3:8 ישוע, ירמיהו 23:5, זכריה 3:8, ישעיהו 53:2] אַרויסגעטריבּן שדים, און אין דיין נאמען געטאָן רבים נִסים? 23 און יעמאָלט וועל איך זיי דערקלערן : מֵעוֹלָם לא יָדַעְתִי אתכם [זען מתי 13:41]; אַוועק פוּן מיר, איר וואָס טוּט אוּמרעכט [אומגעזעצלעך מֻפְקָרוּת, תהלים 6:9; יהודה 4]. 24 דערפאר, יעדער בן אדם, וואָס הערט די דאָזיקע דברים מיינע און טוּט זיי, וועט זיין געגליכן צוּ אַ מאן א חָכָם, וואָס האָט געבּויט זיין בֵּית אויף דעם צוּר [דברים 32:18]. 25 און דער גֶּשֶם איז געפאַלן, און די שטראָמען זענען געקוּמען, און די ווינטן האָבּן געבּלאָזן און האבן אנגעגריף דעם בֵּית, און סע איז נישט אייַנגעפאַלן, מחמת סע איז געווען געגרינדעם אויף דעם צוּר [דברים 32:18]. 26 און יעדער בן אדם, וואָס הערט די דאָזיקע דברים מיינע [דברי משיח], און טוּט זיי נישט, וועט זיין געגליכן צוּ אַ מאן אן אוויל, וואָס האָט געבּויט זיין בֵּית אויף זאַמד; 27 און דער פלאצרעגן איז געפאַלן, און די שטראָמען זענען געקוּמען, און די ווינטן האָבּן געבּלאָזן און געשטוּרעמט אויף יענעם בֵּית, און סע איז אייַנגעפאַלן; און דאָס פאָלן דערפוּן איז געווען גָּדוֹלָה. 28 און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענדיקט די דאָזיקע דברי תּוֹרה, האָבּן זיך די גרויסע המונים בְּנֵי אָדָם געחִידושט איבּער זיין לערנונג [לערנונג פון די משיח]. 29 מחמת רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געלערנט משיחס תּוֹרה ווי איינער וואָס האָט שליטה רשוּת, און נישט ווי זייערע סוֹפרים [רבנים].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 6
Top of Page
Top of Page