Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיהו6 ו השמרו, אַז איר זאָלט נישט טאָן אייער צדָקה פאַר בְּנֵי אָדָם, כּדי זיי זאָלן דאָס זען; מחמת יעמאָלט וועט איר נישט האָבּן קיין שׂכַר בּיי אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים. 2 דערפאר, ווען דוּ טוּסט גמילות חסד, זאָלסטוּ פאַר דיר נישט בּלאָזן מיט אַ שוֹפר, ווי די צבוּעִים טוּען אין די שוּלן און אויף די גאַסן, כּדי געלויבט צו ווערן פוּן בְּנֵי אָדָם. אָמֵן, איך זאָג אייך, זיי האָבּן שוֹין זייער שׂכַר. 3 נייערט ווען דוּ טוּסט גמילות חסד, זאָל דיין לינקע האַנט נישט וויסן וואָס דיין רעכטע טוּט, 4 כּדי דיין גמילות חסד זאָל זיין בּסֵתר; און דיין אלוקים הָאָב, וואָס זעט אין פאַרבּאָרגעניש, וועט דיר פאַרגעלטן. 5 און ווען איר טוט דאַווענענדיק , זאָלט איר נישט זיין ווי די צבוּעִים; מחמת זיי האָבּן ליבּ צוּ שטיין און דאַווען אין די שוּלן און טוט דאַווענענדיק אויף די עק גאַסן, כּדי בְּנֵי אָדָם זאָלן זיי זען. אָמֵן, איך זאָג אייך, זיי האָבּן שוֹין זייער שׂכַר. 6 און ווען דוּ טוסט דאַווענענדיק , גיי אַריין אין דיין אינעווייניקסטן שטיבל, און פאַרשליס די דֶלֶת, און זיי דאווענען צוּ דיין אלוקים הָאָב, וואָס זעט אין פאַרבּאָרגעניש; און דיין אלוקים הָאָב, וואָס זעט אין פאַרבּאָרגעניש, וועט דיר פאַרגעלטן. 7 און ווען איר דאוונט, זאָלט איר נישט פּלאַפּלען אָן כַּוָּנָה, ווי די אוּמוֹת טוּען; מחמת זיי מיינען, אַז זיי וועלן דערהערט ווערן דוּרך זייער רעדן רבים. 8 זייט דערפאר נישט תיכף צוּ זיי; מחמת אייער אלוקים הָאָב ווייסט, וואָס איר דאַרפט, נאָך איידער איר בּעט אים. 9 דערפאר זאָלט איר דאווענען זיין אויף אַזאַ אוֹפן, דאווענען: אוּנדזער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים, יִתְקַדֵש שִמְךָ 10 תָבוֹא מַלְכותְךָ יֵעָשֶה רְצוֹנְךָ כמו בשָמַיִם כֵּן בָּאָרֶץ. 11 אֶת לֶחֶם חֻקֵּנוּ תֵּן לָנוּ הַיּוֹם, 12 וּסְלַח לָנוּ את חובותינו כאשר סלחנו גַם אֲנַחְנו לחיבינו. 13 וְאַל תְבִיאֵנו לִידֵי נִסָּיוֹן [זען מתי 26:41], כִּי אִם חַלְּצֵנוּ מִן הָרָע כִּי לְךָ הַמַּמְלָכָה וְהַגְּבוּרָה וְהַתִּפְאֶרֶת לְעוֹלְמֵי עוֹלָמִים. אָמֵן. 14 מחמת אויבּ איר וועט מוֹחל זיין די בְּנֵי אָדָם זייערע עבירות, וועט אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים אויך אייך מוֹחל זיין; 15 נאָר אויבּ איר וועט די בְּנֵי אָדָם נישט מוֹחל זיין זייערע עבירות, וועט אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים אויך אייערע עבירות נישט מוֹחל זיין. 16 און ווען איר טוט צמים, מאַכט נישט קיין זויער פָּנים, ווי די צבוּעִים, ווייל זיי פארפינסטערן זייערע פֶּנימער, כּדי בְּנֵי אָדָם זאָלן זען ווי זיי פאַסטן תעניתים .אָמֵן, איך זאָג אייך, זיי האָבּן שוֹין זייער שׂכַר. 17 דוּ אָבּער ווען דוּ טוט צמים, זאָלסטוּ זאַלבּן דיין קאָפּ און וואַשן דיין פָּנים, 18 כּדי בְּנֵי אָדָם זאָלן נישט זען ווי דוּ טוט צמים, נאר פאר דיין אלוקים הָאָב, וואָס איז אין פאַרבּאָרגעניש, און דיין אלוקים הָאָב, וואָס זעט אין פאַרבּאָרגעניש, וועט דיר פאַרגעלטן. 19 זאָמלט אייך נישט אָן קיין אוֹצרות עלי אדמות, וואוּ מאָיל און זשאַווער פאַרדארבּן, און וואוּ גנָבים גראָבּן זיך אוּנטער און גַנבענען. 20 נייערט זאַמלט אייך איין אוֹצרות בשמים, וואוּ נישט קיין מאָיל, און נישט קיין זשאַווער פאַרדאַרבּן, און וואוּ גנָבים טוּען זיך נישט אוּנטערגראָבּן און גַנבענען; 21 מחמת וואוּ ס'איז דיין אוֹצר, דאָרט וועט אויך זיין לבבךָ. 22 דאָס מְנוֹרַה פוּן דעם גוּף איז דאָס אויג. דערפאר, אויבּ דיין אויג איז געזונט, וועט כל גופךָ זיין לויטער ליכטיקייט. 23 אויבּ אָבּער דיין אויג איז עַיִן רַע, וועט דיין כל גוּף זיין לויטער חֹשֶךְ. דערפאר, אויבּ דאָס אוֹר, וואָס איז אין דיר, איז חֹשֶךְ, ווי רב איז די חֹשֶךְ ! 24 אֵין איש קען דינען 2 אֲדוֹנִים; מחמת אָדער ער וועט איינעם פיינט האָבּן און ליבּ האָבּן דעם אַנדערן, אדער ער וועט זיך האַלטן בּיי איינעם, און פאַראַכטן דעם אַנדערן. איר קאָנט נישט דינען ה' און מָמוֹן. 25 דערפאר זאָג איך אייך: זאָרגט נישט מיט לֵב רֹגֶז [דברים 28:65] פאַר אייער נֶפֶש, וואָס איר זאָלט עסן, אָדער וואָס איר זאָלט טרינקען, אויך נישט פאַר אייער גוּף, וואָס איר זאָלט אָנטאָן. איז נישט דאָס נֶפֶש מער ווי די מָזוֹן, און דער גוּף מער ווי דעם מַלבּוש? 26 קוּקט אויף די פייגל פוּן שָמַיִם, נישט זיי זייֵען, נישט זיי שניידן, זיי זאַמלען אויך נישט איין אין אסמים, און אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים שפייזט זיי. זענט איר נישט ווערט רבים מער פוּן זיי? 27 און ווער פוּן אייך קען דוּרך דאַגהן [מיט לֵב רֹגֵז] צוּגעבּן איין אייל צוּ דער מאָס פוּן זיין לעבּן? 28 און וואָס דאַגהט [מיט לֵב רֹגֶז] איר וועגן מלבּוש? בּאַטראַכט די ליליעס פוּן דעם שָׂדֶה, ווי זיי וואַקסן; נישט זיי האָרעווען, נישט זיי שפּינען. 29 און איך זאָג אייך, אַז אַפילו שלֹמֹה בכל הדרו איז נישט געווען בּאַקליידט ווי איינע פוּן זיי. 30 על-כּן, אויבּ ה' קליידט אזוי אָן דאָס גראָז פוּן דעם שָׂדֶה, וואָס היינט איז עס דאָ, און מָחָר ווערט עס געוואָרפן אין אוֹיוון, וועט ה' דען נישט פיל מער אייך קליידן, אָ איר קליין-גלויבּיקע? 31 דערפאר זאָלט איר נישט זאָרגן, און זאָגן: וואָס זאָלן מיר עסן? אָדער: וואָס זאָלן מיר טרינקען? אָדער: וואָס זאָלן מיר אָנטאָן? 32 ווייל די גוים זוכן דאָס כל; כֵּן, אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים ווייסט, אַז איר דאַרפט דאָס כל האָבּן. 33 נייערט זוּכט קוֹדם מַלכות ה', און זיין צֶדֶק [בראשית 15:6; דניאל 9:24], און דאָס כל וועט אייך צוּגעגעבּן ווערן. 34 זייט דערפאר נישט בּאַזאָרגט [מיט לֵב רֹגֵז] פאַר דעם מָחָר, מחמת דער מָחָר וועט פאַר זיך אַליין זאָרגן . גענוּג איז פאַר דעם יוֹם זיין אייגענע בּייז. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |