Matthew 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו

ה און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען די המונים פון מענטשן, איז ער עָלָה הָהָר [זען שמות 19:3], און אַז ער האָט זיך אַנידערגעזעצט, האָבּן גענעענט צוּ אים מָשיחס תַּלמידים. 2 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויפגעעפנט זיין מויל און האָט זיי געלערנט משיחס תּוֹרה, אַזוי צוּ זאָגן: 3 אַשְרֵי איז די, וואָס זענען עֲנִיֵי הָרוּחַ [אָרעם אין גייסט, ישעיהו 66:2], מחמת זייערס איז דאָס מַלכות-השָמַיִם. 4 אַשְרֵי איז די, וואָס טרויערן [ישעיהו 61:2], מחמת זיי וועלן געטרייסט ווערן. 5 אַשְרֵי איז הענוים [ישעיהו 29:19; צפניה 2:3], כי הם יירשו את הארץ [תהלים 37:11]. 6 אַשְרֵי איז די, וואָס הוּנגערן און דאָרשטן נאָך צֶדֶק [דניאל 9:24], מחמת זיי וועלן געזעטיקט ווערן. 7 אַשְרֵי איז די בַּעלי-רַחמים; מחמת זיי וועלן דערלאַנגען בּאַרמהאַרציקייט. 8 אַשְרֵי איז די, וואס זענען לֵב טָהוֹר [תהלים 51:12], מחמת זיי וועלן זען ה'. 9 אַשְרֵי איז די, וואָס מאַכן שָלום, מחמת זיי וועלן אָנגערוּפן ווערן בְנֵי אֱלֹקִים. 10 אַשְרֵי איז די, וואָס ווערן גערוֹדֶפט צוּליבּ צֶדֶק [דניאל 9:24] [דניאל 9:24], מחמת זייערס איז מַלכות-השָמַיִם. 11 אַשְרֵי איז אייך, אויבּ בְּנֵי אָדָם טוט אייך א בּזיונות, און אייך רוֹדֶפן, און רעדן לָשוֹן הָרָע אויף אייך פאַלש אַלדאס-בּייז צוּליבּ מיר [רבי מֵלך המָשיחַ]. 12 פרייט אייך און זייט מָלא-שִׂמְחָה, מחמת גָּדוֹל איז אייער שׂכַר אין שָמַיִם, ווייל אט אַזוי האָבּן זיי גערוֹדֶפט די נבִיאים, וואָס זענען געווען פאַר אייך. 13 איר זענט דאָס מֶלַח הָאָרֶץ; אויבּ אָבּער זכל זאל פארלירן זיין טַעם, מיט וואָס וועט עס געזאַלצן ווערן? סע טויג מער אויף גאָרנישט, אחוץ אַרויסגעוואָרפן צוּ ווערן און געטראָטן צוּ ווערן פוּן בְּנֵי אָדָם. 14 איר זענט דאָס אוֹר הָעוֹלָם. שטעטל וואָס ליגט אויף אַ הָר קען נישט בּלייבּן פאַרבּאָרגן. 15 מען צינדט אויך נישט א מְנוֹרָה, כּדי עס צוּ שטעלן אוּנטער אַ כלי, נאָר אויף דעם לייכטער; און עס לייכט פאַר כל, וואָס זענען אין הַבַּיִת. 16 אט אַזוי אויך זאָלט איר לאָזן שיינען אייער אוֹר פאַר בְּנֵי אָדָם, כּדי זיי זאָלן זען אייערע מַעשׂים טוֹבִים [אפס' 9-2:8], און אפּגעבּן א לויבּן צו אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים. 17 מיינט נישט, אַז איך בּין געקוּמען צוּ צעשטערן די תּוֹרה, אָדער די נבִיאים [זען מהש 26-21:18]; איך בּין נישט געקוּמען צוּ צעשטערן, נייערט מקַיים צוּ זיין. 18 מחמת אָמֵן, איך זאָג אייך, בּיז שָמַיִם און ערד וועלן פאַרגיין, וועט קיין איין יוּד אָדער קוּצו-שֶל-יוּד פוּן דער תּוֹרה נישט בּטל ווערן, בּיז כל וועט מקוּים ווערן. 19 דערפאר, ווער סע וועט צעשטערן איינער פוּן די דאָזיקע קלענסטע מִצוות, און וועט לערנען אַזוי די בני אדם, דער וועט גערוּפן ווערן דער קלענסטער אין דעם מַלכות-השָמַיִם; ווער אָבּער סע וועט זיי טאָן און לערנען, וועט גערוּפן ווערן גָדוֹל אין דעם מַלכות-השָמַיִם. 20 מחמת איך זאָג אייך, אויבּ אייער צֶדֶק [דניאל 9:24; בראשית 15:6] וועט נישט זיין איבערשטייגן דער צֶדֶק פוּן די סוֹפרים [רַבָּנִים] און פּרוּשים, וועט איר בּאֵין-אוֹפן נישט אַרייַנגיין אין דעם מַלכות-השָמַיִם. 21 איר האָט געהערט, אַז עס איז געזאָגט געוואָרן צוּ די קַדמוֹנים : לֹא תִרצָח [שמוֹת 20:13; דברים 5:17]. און כל רוֹצֵחַ וועט זיין חַייב פאַר דעם בֵּית-דִין. 22 אָבּער איך זאָג אייך, אַז כָּל הַכּוֹעֵס על זיין אָח, וועט זיין חייב פאַר דעם בֵּית-דִין; און ווער סע וועט זאָגן צוּ זיין אָח: רֵיקָא, וועט זיין חייב פאַר דעם סַנהֶדרין; און ווער סע וועט זאָגן: דוּ אֱוִיל, וועט זיין אין סַכָּנה פאַר דעם אֵש פוּן גיהֶנום [ישעיהו 66:24]. 23 דערפאר, אויבּ דוּ בּיסט מַקריב דיין קָרבּן אויף דעם מִזבֵּחַ, און דאָרט דערמאָנסטוּ דיך, אַז דיין אָח האָט עפּעס קעגן דיר, 24 זאלסטוּ איבּערלאָזן דיין קָרבּן דאָרטן פאַר דעם מִזבֵּחַ, און גיי קוֹדם כל רעד זיך דורך [שלום מאכן] מיט דיין אָח, און דאן קוּם און זיי מַקריב דיין קָרבּן. 25 ווער מושווה דיך תֵיכּף מיט דיין איש ריב, ווען דוּ בּיסט מיט אים אין דֶּרֶךְ, טאָמער וועט דיך דיין איש ריב איבּערגעבּן צוּם שוֹפט, און דער שוֹפט צוּם שוֹטר, און דוּ וועסט געווארפן ווערן אין דער בֵּית הַסֹּהַר אַריין. 26 אָמֵן, איך זאָג דיר, דוּ וועסט פוּן דאָרטן נישט אַרויסקוּמען, בּיז דוּ וועסט האָבּן בּאַצאָלט די לעצטע פּרוּטה. 27 איר האָט געהערט, אַז עס איז געזאָגט געוואָרן : לֹא תִּנְאָף [שמות 20:12; דברים 5:16]. 28 אָבּער איך זאָג אייך, אַז יעדער איינער, וואָס קוּקט אויף אַן אִשָּה מיט תאוה נאָך איר, האט שוֹין גענואפט מיט איר אין זיין לֵב. 29 און אויבּ דיין רעכט אויג מאַכט דיך שטרויכלען, נעם עס אַרויס, און וואָרף עס אַוועק פוּן דיר; מחמת סע איז בּעסער פאַר דיר, אַז דוּ זאָלסט פאַרלירן איינעם פוּן דיינע אֵברים, איידער כל גופךָ זאָל געוואָרפן ווערן אין גיהֶנום אריין. 30 און אויבּ דיין רעכטע האַנט מאַכט דיך שטרויכלען, האַק זי אָפּ, און וואָרף זי אַוועק פוּן דיר; מחמת סע איז בּעסער פאַר דיר, אַז דוּ זאָלסט פאַרלירן איינעם פוּן דיינע אֵברים, איידער כל גופךָ זאָל גיין אין גיהֶנום אריין. 31 עס איז אויך געזאָגט: איש כי ישלח את אשתו, זאָל ער איר געבּן אַ גֶט [דברים 24:1]. 32 אָבּער איך זאָג אייך, אַז יעדער איינער, וואָס שיידט זיך פוּן זיין אִשָה, אחוץ צוליבּ א פאַל פון זנות, מאַכט ער זי פאַר אַ זוֹנה, און ווער סע האָט חַתוּנה מיט אַ גרוּשה, איז אַ נוֹאף. 33 ווידער האָט איר געהערט, אַז סע איז געזאָגט געוואָרן צוּ די קַדמוֹנים: לא תשבע לשקר ושלם לה' נדריךָ [בּמדבּר 30:3]. 34 אָבּער איך זאָג אייך : שווערט לגמרי נישט; נישט בּיים שָמַיִם, ווייל עט איז דער כִּסֵא הכבוד ה' ; 35 לא בארץ, ווייל זי איז זיין פוּסבּענקל; נישט בּיי ירוּשָלַיִם, ווייל דאס איז די קרית מֵלך רָב [תהלים 48:3]. 36 אויך זאָלסטוּ נישט שווערן בּיי דיין קאָפּ, מחמת דוּ קאָנסט קיין איינציקע שערה נישט מאַכן לבנה אָדער שוואַרץ. 37 נייערט זאָל אייער דָּבָר זיין כֵּן, כֵּן; אדער לֹא לֹא ! און וואָס עס איז איבּעריק, איז לָשוֹן הָרָה פוּן דעם בּייזן. 38 איר האָט געהערט, אַז עס איז געזאָגט געוואָרן : עַיִן תַּחַת עַיִן און שֵן תַּחַת שֵן [שמות 21:24]. 39 אָבּער איך זאָג אייך, שֶלֹּא להִתקומֵם עַל עוֹשֵׂה הָרַע; נייערט ווער סע פאטשט דיך אויף דער רעכטער בּאַק, נייג אים אויך די אנדערע; 40 און וויל זיך ווער מיט דיר לאָדן, כּדי אַוועקצוּנעמען דיין כֻּתֹּנֶת, לאַז אים אויך נעמען דיין בּעקעטשע; 41 און ווער סע צווינגט דיך צוּ גיין איין מייל, גיי מיט אים 2. 42 גיבּ דעם, וואָס בּעט בּיי דיר, און פוּן דעם, וואָס וויל בּיי דיר בארגן, קער דיך נישט אָפּ. 43 איר האָט געהערט, אַז עס איז געזאָגט געוואָרן; וְאָהַבְתָ לְרֵעֲךָ [ויקרא 19:18], און פיינט האָבּן דיין שׂוֹנא. 44 אָבּער איך זאָג אייך: האָט ליבּ אייערע שׂוֹנאים, און זייט דאווענען פאַר די, וואָס רוֹדֶפן אייך ; 45 כּדי איר זאָלט זיין יְלָדים פוּן אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים; מחמת ער לאָזט שיינען זיין שֶמֶש אויף רָעִים און אויף טובים, און שיקט גֶּשֶם אויף צדיקים און אויף רשעים. 46 מחמת אויבּ איר האָט ליבּ די, וואָס האָבּן אייך ליבּ, וואָסער שׂכַר האָט איר? צי טאָן דען די מוֹכסים זעלביקע? 47 און אויבּ איר גיט אָפּ שלום נאָר אייערע אַחִים במשיח, וואָס טוּט איר דאָ מער? טוּען דען נישט די גוים אויך אַזוי? 48 איר, דערפאר, זאָלט זיין שְלֵמִים, טאקע ווי אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים איז שָלֵם.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 4
Top of Page
Top of Page