Matthew 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו4

ד יעמאָלט איז רבי מֵלך המָשיחַ געפירט געוואָרן פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פון ה' אין דער מִדבּר אַריין, כּדי הַשָֹטָן זאָל אים געפּרוּאוון מיט נִסיוֹנוֹת. 2 און אַז ער האָט צָם 40 יוֹם און 40 לַיְלָה, איז רבי מֵלך המָשיחַ דאַן הוּנגעריק געוואָרן. 3 און הַמְנַסֶה האָט גענעענט, און האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: אויבּ דוּ בּיסט דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער, בּאַפעל, אַז די דאָזיקע אבנים זאָלן ווערן לֶחֶם. 4 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: סע שטייט געשריבּן: לֹא עַל־הַלֶחֶם לְבַדוֹ יִחְיֶה הָאָדָם כִי עַל־כָל־מוֹצָא פִי־ה' [דברים 8:3]. 5 יעמאָלט האָט הַשָֹטָן רבי מֵלך המָשיחַ גענוּמען אין דער עִיר הַקֹדֶש [הייליקער שטאָט] אַריין, און האָט רבי מֵלך המָשיחַ אַוויקגעשטעלט אויף דעם פִּנַּת גַּג פוּן בֵּית-הַמִקדש, 6 און צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: אויבּ דוּ בּיסט דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער, וואָרף דיך אַראַפּ; מחמת סע שטייט געשריבּן: כִי מַלְאָכָיו יְצַוֶה־לָךְ עַל־כַפַיִם יִשָֹאונְךָ פֶן־תִגֹף בָאֶבֶן רַגְלֶךָ [תהלים 12-91:11]. 7 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ הַשָֹטָן געזאָגט : שטייט אויך געשריבּן: לֹא תנסה אֶת ה' אֱלֹקֵיךָ [דברים 6:16]. 8 און הַשָֹטָן רבי מֵלך המָשיחַ נאָכאַמאָל נעמט אויף אַ זייער הויכן הָר, און ווייזט רבי מֵלך המָשיחַ כל ממלכות פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, און זייער כבוד; 9 און ער האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: כל די דאָזיקע וועל איך דיר געבּן, אויבּ דוּ וועסט תִשְתַחֲוֶה און דיך בּוּקן צוּ מיר. 10 יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: אוועק מִט דיר, הַשָֹטָן! מחמת סע שטייט געשריבּן: אֶת ה' אֱלֹקֱיךָ תשתחוה וְאֹתוֹ לְבַדּוֹ תַעֲבֹד [דברים 6:13]. 11 יעמאָלט האָט אים הַשָֹטָן פאַרלאזט; און הִנֵּה, מַלאכים האָבּן גענעענט, און האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ בּאַדינט. 12 און ווען ער האָט געהערט, אַז יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] איז איינגעזעצט געוואָרן, איז רבי מֵלך המָשיחַ אוועק קיין גָלִיל; 13 און האט פאַרלאזן נָצְרַת, און איז רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען און האָט געוואוינט אין כּפַר-נַחוּם, וואָס איז בּיים יַם, אין דעם געבּיט פוּן זבוּלוּן און נַפתָּלי, 14 כּדי עס זאָל מקוּים ווערן וואָס סע איז געזאָגט געוואָרן דורך ישעיהו הַנָביא: 15 אַרְצָה זְבֻלוּן וְאַרְצָה נַפְתָּלִי, דאָס אֶרֶץ זבוּלוּן און דאָס אֶרֶץ נַפתָּלי, דֶרֶך הים, אין עֵבר-הַיַרדן, גָלִיל הגוֹיִם. 16 הָעָם הַהֹלְכִים בַּחֹשֶך רָאוּ אוֹר גָדוֹל, יֹשְבֵי בְּאֶרֶץ צַלְמָוֶת אוֹר נָגַהּ עֲלֵיהֶם [ישעיהו 8:23; 9:1]. 17 פוּן יעמאָלט אָן האָט רבי מֵלך המָשיחַ אָנגעהויבּן צוּ אויסצורוּפן, און צוּ דרשנען, און זאָגן: טוּט תּשוּבה, מחמת דאָס מַלכות-השָמַיִם האָט זיך דערנענטערט! 18 און ווי רבי מֵלך המָשיחַ איז געגאַנגען בּיים יַם פוּן גָלִיל, האָט ער געזען 2 אַחִים, שִמעוֹן, וואָס ווערט גערוּפן כֵּיפָא [זען כיפא א, כיפא ב], און אַנדריי זיין אָח, ווי זיי וואַרפן אַ נעץ אין יַם אַריין; מחמת זיי זענען געווען דַּיָּגִים. 19 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט : קומט, פאָלגט מיר נאַך, און איך וועל אייך מאַכן פאַר דַּיָּגִים פוּן בְּנֵי אָדָם! 20 און זיי האָבּן תֵיכּף פאַרלאָזט די נעצן, און האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ נאָכגעפאָלגט. 21 און ווען ער איז פוּן דאָרטן ווייטער געגאַנגען, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזען אַנדערע 2 אַחִים, יַעקֹב בֶּן-זבדי, און זיין אָח יוֹחָנָן [זען יוח', יוח''א, יוח''ב, יוח''ג, התג'], אין דער סִירָה מיט זבדי זייער אָב, פאַרריכטנדיק זייערע נעצן; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי גערוּפן. 22 און זיי האָבּן תֵיכּף פאַרלאזט די סִירָה און זייער אָב, און האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ נאָכגעפאָלגט [זען מתי 19:29]. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ איז ארוּמגעגאַנגען אין כָל גָלִיל, און האָט געלערנט משיחס תּוֹרה אין זייערע שוּלן, דרשנדיק די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן דעם מַלכות ה', און היילנדיק כל מחלות מיט רִפּוּי שלמה און כּל מַחֲלָה צווישן דעם עם. 24 און זיין שֶם האָט זיך פאַרשפּרייט אין כָל סוּרְיָה, און בְּנֵי אָדָם האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געבּראַכט כל, וואָס זענען געווען חוֹלים, געפּלאָגט פוּן פאַרשידענע מחלות און יסורים, בּאַזעסענע פוּן שדים, מֻכִּי יָרֵחַ און משֻתָקִים, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געהיילט מיט רפואה שלמה. 25 און סע איז רבי מֵלך המָשיחַ נאכגעפאלגט אַ גרויסער הַמוֹן בְּנֵי אָדָם פוּן גָלִיל, און דעקאפּאָליס, און ירוּשָלַיִם, און יהוּדה, און פוּן עֵבר-הַיַרדן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 3
Top of Page
Top of Page