Matthew 10
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו10

י און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גערוּפן צוּ זיך משיחס 12 תַּלמידים, און האָט זיי געגעבּן שלִיטה סמכות און מאַכט איבּער שדים, זיי אַרויסצוּטרייַבּן, און צוּ היילן יעדע מִין מַחֲלָה און יעדן מִין שלאפקייט. 2 און דאָס זענען די נעמען פוּן רבי מֵלך המָשיחַס 12 שלִיחים : דער ערשטער, שִמעוֹן, וואָס ווערט גערוּפן כֵּיפָא [זען כיפא א, כיפא ב] און אַנדריי זיין אָח; יַעקֹב בֶּן-זַבדי, און יוֹחָנָן זיין אָח [זען יוח', יוח''א, יוח''ב, יוח''ג, התג'], 3 פיליפּוּס און בַּר-תַּלמַי; תֹּאמָא און מתתיהו דער מוֹכס [זען מתי], יַעקֹב בֶּן-חַלפַי און תַּדָי; 4 שִמעוֹן דער קַנָאי, און יהוּדה אִיש-קרִיוֹת, וואָס האָט אים [רֶבּי מֵלך המָשיחַ] אויך פאַרראָטן. 5 די דאָזיקע 12 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געשיקט, און האָט זיי באפוילן, אַזוי צוּ זאָגן: גייט נישט אויף קיין דֶּרֶךְ פוּן די גוים, און קוּמט נישט אַריין אין אַ שטאָט פוּן די שוֹמרוֹנים, 6 נייערט גייט ליבּער צוּ הצֹאן הָאוֹבְדוֹת פוּן דעם בֵּית-יִשׂרָאל. 7 און ווען איר גייט, דרשענען, און זאָגט: דאָס מַלכות-השָמַיִם איז נאָענט. 8 היילט די חוֹלים, הָקִימוּ מֵתים, טַהֲרוּ די מצוֹרָעים, טרייבּט אַרויס די שדים; אומזיסט האט איר באקומען [אפס' 9-2:8], אומזיסט זאָלט איר געבּן. 9 נעמט נישט קיין זָהָב, אָדער זילבּער, אָדער קוּפּער אין אייערע גאַרטלען, 10 נישט קיין בּעטלערס זאַק אויפן דֶּרֶךְ, נישט קיין 2 כֻתָנוֹת, נישט קיין שיך, נישט קיין שטעקן; מחמת דער פּוֹעֵל איז ווערט זיין לֶחֶם. 11 און אין וועלכער שטעטל אָדער שטעטל איר וועט אַרייַנקוּמען, פאָרשט אויס אַ בֶּן-חַיִל [מלא 1:52] אין איר, און דאָרט פאַרבּלייַבּט, בּיז איר גייט אוועק. 12 און ווי איר קוּמט אַריין אין דעם בֵּית, בָּרְכוּהוּ בּ'שָלוֹם. 13 און אויבּ דאָס בֵּית איז אַ בֵּית-חַיִל, זאָל אייער שָלום קוּמען איוף אים; נאָר אויבּ סע איז נישט אַ בֵּית-חַיִל, זאָל אייער שָלום זיך אוּמקערן צוּ אייך. 14 און ווער סע וועט אייך נישט אויפנעמען, אָדער אויסהערן אייערע דִבְרֵים [דברי משיח], זאָלט איר אפשאקלען דעם שטויבּ פוּן אייערע רגלים ווען איר גייט אַרויס פוּן יענעם בֵּית אָדער שטעטל [נָעַר חָצְנוֹ]. 15 אָמֵן, איך זאָג אייך, דעם לאַנד פוּן סדוֹם און עַמוֹרָה וועט רבים גרינגער זיין אין יוֹם-הַדין, ווי פאַר יענער שטעטל. 16 הִנֵּה, איך שיק אייך אַרויס ווי כּבֶשׂים צווישן זְאֵבִים. זייט דערפאר קלוּג ווי נְחָשים [בראשית 3:1], און תּמִימוּתדיק ווי טויבּן. 17 היט אייך אָבּער פאַר בְּנֵי אָדָם; מחמת זיי וועלן אייך איבערגעבן צוּם סַנהֶדרין, און אין זייערע שוּלן וועלן זיי אייך שמייַסן מיט ריטער; 18 כֵּן, אויך פאַר מוֹשלים און מלָכים וועט מען אייך בּרענגען פוּן מייַנעטוועגן, פאַר אַן עֵדות צוּ זיי און פאַר די אוּמות. 19 און ווען זיי טוּען אייך איבערגעבן, דאַגהט מיט לֵב רֹגֵז נישט וואָס איר זאָלט זאָגן, אָדער וואָס איר זאָלט רעדן; מחמת סע וועט אייך אין יענער שָעה געגעבּן ווערן, וואָס איר זאָלט רעדן. 20 מחמת נישט איר זענט עס די, וואָס רעדן, נייערט דער רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן אייער אלוקים הָאָב, וואָס רעדט דוּרך אייך. 21 און אָח וועט אָח איבערגעבן צוּם מָוֶת, און אן אָב זיין יֶלֶד, און יְלָדים וועלן אויפשטיין קעגן הוֹרים, און זיי טייטן; 22 און איר וועט זיין פאַרהאַסט מיט שִׂנאַת חִנָּם פוּן אַלעמען צוליבּ מיין נאָמען [יהושע/ישוע, זכר' 12-6:11]; אָבּער דער, וואָס וועט אויסהאַלטן עַד קֵץ, וועט געראַטעוועט ווערן מיט יְשוּעָת אֱלֹקֵנוּ. 23 און ווען זיי טוּען אייך רוֹדֶפן אין דער שטעטל, אַנטלויפט אין דער אַנדערער; מחמת אָמֵן, איך זאָג אייך, איר וועט נישט האָבּן דוּרכגעגאַנגען די שטעטלעך פוּן אֶרֶץ יִשׂרָאל, בּיז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, מָשיחַ] וועט קוּמען. 24 אַ תַּלמיד שטייט נישט העכער פוּן זיין רֶבּי, און אַן עֶבֶד איבּער זיין אָדוֹן; 25 גענוּג איז פאַר דעם תַּלמיד ער זאָל זיין ווי זיין רֶבּי, און דער עֶבֶד ווי זיין אָדוֹן. אויבּ דעם בַּעל-הַבַּיִת האָט מען גערוּפן בַּעל-זבוּל, וויפל מער זיינע בני-בּית! 26 על-כּן, האָט נישט קיין פחד פאַר זיי; מחמת עס איז גאָרנישט פאַרהוילן, וואָס וועט נישט אַנטפּלעקט ווערן, און פאַרבּאָרגן [נִסְתָּר], וואָס וועט נישט בּאַקאַנט ווערן. 27 וואָס איך זאָג אויך אין דער חֹשֶךְ, רעדט אין דער אוֹר; און וואָס איר הערט געשעפטשעט אויפן אויער, דאָס זאָלט איר אויסרופן אויף די דעכער. 28 און האָט נישט קיין פחד פאַר די, וואָס טייטן דעם גוּף, אבער קאָנען נישט טייטן די נשָמה; נייערט האָט ליבּערשט פחד פאַר אים, וואָס קען אוּמבּרענגען סיי נשָמה, סיי גוּף אין גיהֶנום. 29 פאַרקויפט מע דען נישט 2 פייגעלעך פאַר אַ פּרוּטה? און דאָך פאַלט קיין אֶחָד פוּן זיי נישט אויף דער ערד אָן דער רָצון פון אייער אלוקים הָאָב. 30 בּיי אייך זענען אַפילו די האָר אויף דעם קאָפּ כל געציילט. 31 דערפאַר האָט נישט קיין פחד; איר זענט מער ווערט ווי רבים פייגעלעך. 32 דערפאר, יעדער בן אדם, וואָס וועט מיך מתודה זיין פאַר בְּנֵי אָדָם [אני מאמין הוֹדָאָה פון רבי מֵלך המָשיחַ אֲדוֹנֵנוּ], דעם וועל איך אויך מתודה זיין פאַר מיין אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים. 33 ווער אָבּער סע וועט מיך מאכט הכחשה (פאַרלייקענען ווי משיח [זען יוחא 2:22]) פאַר בְּנֵי אָדָם, דעם וועל איך אויך מאכן הכחשה פאַר מיין אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים. 34 מיינט נישט, אַז איך בּין געקוּמען כדי צו בּרענגען שָלום אויף דער ערד; איך בּין נישט געקוּמען בּרענגען שָלום, נאר אַ חֶרֶב. 35 מחמת איך בּין געקוּמען פוּנאַנדערשיידן אַ בן אדם פוּן זיין אָב, און אַ בַּת פוּן איר אֵם, און אַ שנוּר פוּן איר שוויגער; 36 און אֹיְבֵי אִיש אַנְשֵי בֵיתוֹ [מיכא 7:6]. 37 דער, וואָס האָט ליבּ אָב אָדער אֵם מער ווי מיך [רבי מֵלך המָשיחַ, דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], איז מיך נישט ווערט; און דער, וואָס האָט ליבּ בֶּן אָדער בַּת מער ווי מיך [בַּר-אֱנָשׁ, דניאל 7:13, מָשיחַ], איז מיך נישט ווערט. 38 און דער, וואָס נעמט נישט זיין [עֲקֵדָה עץ בראשית 22:7] עֲקֵדָה עץ בּוים פוּן מסירות נפש און גייט מיר נאָך, איז מיך נישט ווערט. 39 דער, וואָס געפינט זיין נֶפֶש, וועט עס פאַרלירן; און דער וואָס פאַרלירט זיין נֶפֶש פוּן מייַנעטוועגן [לְמַעֲן רבי מֵלך המָשיחַ], וועט עס געפינען. 40 דער, וואָס נעמט אייך אויף, נעמט מיך אויף, און דער, וואָס נעמט אייך אויף, נעמט אויף דעם [ה'], וואָס האָט מיך געשיקט. 41 דער, וואָס נעמט אויף אַ נָביא אין דעם נאָמען פוּן אַ נָביא, וועט בּאַקוּמען אַ נָביאס שׂכַר; 42 און דער, וואָס נעמט אויף אַ צַדיק אין דעם נאָמען פוּן אַ צַדיק, וועט בּאַקוּמען אַ צַדיקס שׂכַר. און דער, וואָס וועט בּלויז געבּן צוּ טרינקען אַ כּוֹס מַיִם איינעם פוּן די דאָזיקע מינדסטע, אין דעם נאָמען פוּן אַ תַּלמיד [פון רבי מֵלך המָשיחַ], אָמֵן, איך זאָג אייך, ער וועט נישט פארלירן זיין שׂכַר.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 9
Top of Page
Top of Page