Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיה112 יא און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענדיקט צוּ בּאַפעלן זיינע 12 תַּלמידים, איז ער פוּן דאָרטן אַוועקגעגאַנגען לערנען תּוֹרה און דרשענען אין זייערע שטעטלעך. 2 ווען אבער יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] האָט געהערט אין דער בֵּית הַסֹּהַר די מַעשׂים פוּן דעם רבי מֵלך המָשיחַ, האָט ער געשיקט דוּרך זיינע תַּלמידים, 3 און געזאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: אַתָּה הוּא הַבָּא, אָדער זאָלן מיר וואַרטן אויף אַן אַנדערן? 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ענטפערנדיק זיי געזאָגט : גייט און דערציילט יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] וואָס איר הערט און זעט: 5 די בּלינדע קריגן זייער ראִיה, די לאָמע גייער, די מצוֹרָעים ווערן מְטֹהָרִים, די טויבּע הערן, די טויטע שטייען אויף [זען תּחִיַת-הַמֵתים, דאניל 12:2], און פאַר די עֲנִיִּים ווערט געדרשנט די בּשׂוּרת הגאולה. 6 און אַשְרֵי איז דעם, וואָס וועט זיך נישט שטרויכלען אין מיר! 7 און ווען זיי זענען אַוועקגעגאַנגען, האָט רבי מֵלך המָשיחַ אָנגעהויבּן צוּ רעדן צוּם המונים עם וועגן יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] : וואָס זענט איר אַרויסגעגאַנגען זען אין דער מִדבּר? אַ טראָשטשינע שאָקלען זיך מיטן ווינט? 8 וואָס דען זענט איר אַרויסגעגאַנגען זען? אַ מענטשן אָנגעטאָן אין פיינע מַלבּוּשים? הִנֵּה, די וואָס טראָגן פיינע מַלבּוּשים זענען אין הייזען פוּן מלָכים. 9 נאר צוּליבּ וואָס זענט איר אַרויסגעגאַנגען? צוּ זען אַ נָביא? כֵּן, איך זאָג אייך, רבים מער ווי אַ נָביא. 10 דאָס איז ער, פוּן וועמען סע שטייט געשריבּן: הִנְנִי שוֹלֵחַ מַלְאָכִי לְפָנֶיךָ וּפִנָּה דַּרְכְּךָ לְפָנֶיךָ [שמות 23:20; מלאכי 3:1]. 11 אָמֵן, איך זאָג אייך, צווישן די, וואָס זענען געבּוירן געוואָרן פוּן נָשים, איז נישט אויפגעשטאַנען קיין גרעסערער ווי יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה; דאָך איז דער מענטש פון מינדסטער חשיבות אין דעם מַלכות-השָמַיִם גרעסער ווי ער. 12 און זינט די טעג פוּן יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה אָן בּיז איצט, ליידט דאָס מַלכות-השָמַיִם געוואַלט, און די בְּנֵי אָדָם פוּן געוואַלט נעמען עס מיט גבוּרה. 13 מחמת כל הנביאים און די תּוֹרה האָבּן נבִיאות געזאָגט בּיז יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה]. 14 און אויבּ איר ווילט עס אָננעמען, איז ער אלִיָהוּ הַנָביא, וואָס שטעטל קוּמען [מלאכי 3:23]. 15 דער, וואָס האָט אויערן, דער זאָל הערן! 16 צוּ וועמען אָבּער זאָל איך גלייַכן דעם דאָזיקן דוֹר? עס איז תיכף צוּ יְלָדים, וואָס זיצן אויף די מאַרקפּלעצער און רוּפן צוּ זייערע חַבֵרים: 17 מיר האָבּן געשפּילט בּחֲלילים פאַר אייך, און איר האָט נישט געטאַנצט; מיר האבּן געזונגען קלאגלידער, און איר האָט נישט געוויינט! 18 מחמת יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] איז געקוּמען, און ער האָט נישט געגעסן און נישט געטרוּנקען, און זיי זאָגן: אַ שד איז אין אים! 19 דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, מָשיחַ] איז געקוּמען, ער עסט און טרינקט, און זיי זאָגן הִנֵּה, אַן איש זוֹלֵל-וסוֹבא, אַ חבר פוּן מוֹכסים און בּעלי עבֵירה! און דאָך די חָכמה איז גערעכטפאַרטיקט דוּרך אירע מַעשׂים. 20 יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ אָנגעהויבּן צוּ מוסרן די שטעטלעך, אין וועלכע דאָס רוֹב פוּן זיינע וואוּנדער זענען געטאָן געוואָרן, ווייל זיי האָבּן נישט תּשוּבה געטאָן. 21 וויי צוּ דיר, כּוֹרָזין! וויי צוּ דיר, בֵּית-צַידָה! ווייל אויבּ די נִסים, וואָס זענען געטאָן געוואָרן אין אייך וואָלטן געטאָן געוואָרן אין צוֹר און אין צִידוֹן, וואָלטן זיי שוין לאַנג צוריק תּשוּבה-געטאָן אין זאַק און אַש. 22 דאך איך זאָג אייך, אין יום-הַדין וועט זיין גרינגער פאַר צוֹר און צִידוֹן ווי פאַר אייך! 23 און דוּ, כּפַר-נַחוּם, אַזש צוּם שָמַיִם וועסטוּ דיך דערהייכט? אין שאוֹל-תַּחתִּיה וועסטוּ אַראָפּנידערן [ישעיהו 15-14:13]. ווייל אויבּ די נִסים, וואָס זענען אין דיר געטאָן געוואָרן, וואָלטן געטאָן געוואָרן אין סדוֹם, וואָלט זי פאַרבּלייבּן בּיזן היינטיקן טאָג. 24 דאך איך זאָג אייך, דעם לאַנד פוּן סדוֹם וועט זיין גרינגער אין יום-הדין ווי דיר. 25 אין יענער צייט האָט רבי מֵלך המָשיחַ ענטפערנדיק געזאָגט: בָּרוּך ה', אלוקים אבי, אָדוֹן פוּן שָמַיִם וְהָאָרֶץ, וואָס דוּ האָסט דאָס פאַרהוילן פוּן די חַכָמים און נבוֹנִים, און עס אַנטפּלעקט צו עוֹלָלִים; 26 כֵּן, אלוקים אבי, ווייל אַזוי איז געווען רָצון מלפניךָ. 27 אַלצדינג איז מיר איבּערגעענטפערט געוואָרן פוּן מיין אלוקים אבי; און קיינער קען נישט דעם זוּן [דעם זוּן פוּן דער אויבּערשטער], אַחוּץ דער אלוקים הָאָב; און קיינער קען נישט דעם אלוקים הָאָב, אַחוּץ דער זוּן, און דער, צוּ וועמען דער זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער] וויל אים מגלה-זיין. 28 קוּמט צוּ מיר, איר כל, וואָס האָרעוועט און זענט שווער באלאסטער, און איך וועל אייך געבּן שבת מְנוּחָה. 29 נעמט אויף אייך מיין יאָך, און לערנט פוּן מיר; ווייל איך בּין עַניווֶתדיך און נידעריק אין געמיִט, און איר וועט געפינען שבת מְנוּחָה פאַר אייערע נשָמות. 30 מחמת מיין יאָך איז אנגענעם, און מיין מַשׂא איז קַל [רומ' 3:28; יוחא 5-5:3]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |