Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיהו12 יב אין יענער צייט איז רבי מֵלך המָשיחַ אין אַ שַבּת געגאַנגען דוּרך תּבוּאה-שָׂדוֹת; און משיחס תּלמידים זענען געווען הוּנגעריק, און האָבּן אָנגעהויבּן אפצורייסן זאַנגען און עסן. 2 אָבּער ווען די פּרוּשים האָבּן דאָס געזען, האָבּן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: הִנֵּה, דיינע תּלמידים טוּען חִלוּל שַבּת [נחמיה 13:18], וואָס איז אָסוּר אוּם שַבּת. 3 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: האָט איר נישט געלייענט וואָס דָוִד האָט געטאָן, ווען ער איז געווען הוּנגעריק, און די, וואָס זענען געווען מיט אים? 4 ווי ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית ה', און האָט געגעסן דאָס לֶחֶם-הַפָּנים, וואָס עס איז נישט געווען מוּתר פאר אים צוּ עסן, און אויך נישט די, וואָס זענען געווען מיט אים, אחוץ בלויז פאר די כֹּהַנים? 5 אָדער האָט איר נישט געלייענט אין דער תּוֹרה, אַז די כֹּהַנים זענען מחַלֵל שַבּת אין בֵּית-המִקדש, און דאָך זענען זיי נישט חַייב [בּמדבּר 28:9]? 6 אָבּער איך זאָג אייך, אַ גרעסערער פוּן בֵּית-המִקדש איז דאָ פאַראַן. 7 און אויבּ איר וואָלט פאַרשטאַנען, וואָס דאָס מיינט: חֶסֶד חָפַצְתִי וְלֹא־זֶבַח, וואָלט איר נישט פאַרמִשפּט די אוּמשוּלדיקע [הושע 6:6]; 8 מחמת דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, מָשיחַ] איז אָדוֹן איבּער דעם שַבּת. 9 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַוועק פוּן דאָרטן, און איז אַרייַנגעגאַנגען אין זייער שוּל. 10 און הִנֵּה איז דאָרט געווען אַן איש מיט אַ פאַרדאַרטע האַנט. און זיי האָבּן אים געפרעגט: מעג מען היילן אוּם שַבּת? כּדי זיי זאָלן אים קענען פאַרמַסרן. 11 אבער האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: וואָסער איש צווישן אייך, וואָס פאַרמאָגט אַ כֶּבֶש, און אויבּ זי זאָל שַבּת אַרייַנפאַלן אין אַ גרוּבּ, צי וועט ער זי נישט אָננעמען און אַרויסשלעפּן? 12 על-כּן, וויפל מער איז אַן איש ווערט פוּן אַ כֶּבֶש! דערפאר מֻתָּר מען שַבּת טאָן גוּטס. 13 דעמאלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט צוּם איש: שטרעק אויס דיין האַנט! און ער האָט זי אויסגעשטרעקט; און זי איז ווידער געווארן געזונט, ווי די אַנדערע. 14 אבער די פּרוּשים זענען אַרויסגעגאַנגען, און האָבּן זיך קעגן אים אַן עֵצה געהאַלטן, ווי אים אוּמצוּבּרענגען. 15 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס בּאַמערקט, איז ער אוועק פוּן דאָרטן. און רבים זענען רבי מֵלך המָשיחַ נאָכגעגאַנגען, און ער האָט זיי כל געהיילט מיט רפואה שלמה, 16 און זיי שטרענג אָנגעזאָגט, אים נישט מפרסם זיין, 17 כּדי עס זאָל מקוּים ווערן, וואָס סע איז געזאָגט געוואָרן דורך ישעיהו הַנָביא: 18 הֵן עַבְדִי אֶתְמָךְ־בוֹ בְחִירִי רָצְתָה נַפְשִי. נָתַתִי רוחִי עָלָיו מִשְפָט לַגוֹיִם יוֹצִיא; 19 לֹא יִצְעַק וְלֹא יִשָֹא וְלֹא־יַשְמִיעַ בַחוץ קוֹלוֹ. 20 קָנֶה רָצוץ לֹא יִשְבוֹר ופִשְתָה כֵהָה לֹא יְכַבֶנָה, בּיז ער וועט אויספירן משפּט צום זיג. 21 און אויף זיין נאָמען וועלן די גוים האָפן [ישעיהו 4-42:1]. 22 יעמאָלט האָט מען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געבּראַכט אַ בּלינד-אִיש אִלֵּם, וואָס איז געווען בּאַזעסן פוּן אַ שֵד, און ער האָט אים געהיילט, אַזוי, אַז דער אִיש אִלֵּם האָט גערעדט און געזען. 23 און די כל המונים עם האָט זיך געשטוינט, און געזאָגט: זאָל דאָס זיין דער בֶּן-דָוִד [משיח]? 24 אָבּער אַז די פּרוּשים האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיי געזאָגט: ער טרייבּט אַרויס שֵדים נאָר דוּרך בַּעל-זבוּל, דעם שַׂר פוּן די שֵדים. 25 און וויסנדיק זייערע מַחשָבות, האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: יעדע מלוּכה, וואָס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, ווערט חָרוב; און יעדע שטעטל אָדער בֵּית, וואָס איז צעטיילט קעגן זיך אַליין, וועט נישט בּלייבּן שטיין. 26 און אויבּ הַשָׂטן טוּט אַרויסטרייַבּן הַשָׂטן, איז ער צעטיילט קעגן זיך אַליין, טאָ וויאַזוי קען זיין מלוּכה האָבּן אַ קִיום? 27 און אויבּ איך טרייַבּ אַרויס שֵדים דוּרך בַּעל-זבוּל, דוּרך וועמען טרייבּן אייערע בָּנִים זיי אַרויס? דערפאר זאָלן זיי זיין אייערע שופטים. 28 טרייַבּ איך [מָשיחַ] אָבּער אַרויס שֵדים דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה', טאָ האָט גענעענט צוּ אייך דאָס מַלכות ה'. 29 אָדער וויאַזוי קען איינער אַרייַנקוּמען אין בֵּית אַריין פוּן דעם גיבּוֹר, און רויבּן זיינע זאַכן, אויבּ ער בּינדט נישט קוֹדם כל דעם גיבּוֹר, און דאַן ערשט קען ער בּאַרויבּן זיין בֵּית. 30 ווער סע איז נישט מיט מיר [מָשיחַ], איז קעגן מיר [אַנטי-מָשיחַ], און ווער סע זאַמלט נישט איין מיט מיר, צעשפּרייט. 31 דערפאר זאָג איך אייך, יעדע עבירה און לעסטערוּנג [גִּדּוּף] וועט פאַרגעבּן ווערן די בְּנֵי אָדָם, אָבּער די לעסטערוּנג [גִּדּוּף] קעגן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש וועט נישט פאַרגעבּן ווערן [יוחא 5:16]. 32 און ווער סע וועט רעדן אַ דָּבָר קעגן דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, רבי מֵלך המָשיחַ], וועט מען עס אים מוֹחל זיין, ווער אָבּער סע וועט רעדן קעגן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, דעם וועט מען עס נישט מוֹחל זיין, נישט אויף דער עוֹלם-הַזֶּה און נישט אויף דער עוֹלם-הַבָּא. 33 אָדער מאַכט דעם בּוים טוֹב, און זיינע פֵּירות טוֹב, אָדער מאַכט דעם בּוים שלעכט, און זיינע פֵּירות שלעכט; מחמת פון די פירות דערקענט מען דעם בוים. 34 איר יַלְדֵי נְחָשים ווי קאַנט איר רעדן טוֹבות, ווען איר זענט רָעִים? מחמת פוּן וואָס דאָס לֵב איז פוּל, רעדט דאָס מויל. 35 דער גוּטער מענטש טוּט אַרויסבּרענגען פוּן זיין גוּטן אוֹצר גוּטס; און דער רַע מענטש טוּט אַרויסבּרענגען רַע פוּן זיין אוֹצר הָרָע. 36 איך זאָג אייך, אַז פאַר יעדן פוּסטן דָּבָר, וואָס בְּנֵי אָדָם רעדן, וועלן זיי מוּזן אָפּגעבּן חֶשבּון אין יום-הַדין; 37 מחמת לויט דיינע רייד וועסטוּ גערעכטפאַרטיקט ווערן, און לויט דיינע רייד וועסטוּ פאַרמִשפּט ווערן. 38 יעמאָלט האָבּן עטלעכע פוּן די סוֹפרים [רַבָּנִים] און פּרוּשים צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט, רֶבּי, מיר וואָלטן וועלן זען אַ צייכן [אוֹת] פוּן דיר. 39 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: אַ שלעכטער און נוֹאפדיקער דוֹר זוּכט אַ צייכן [אוֹת], אָבּער סע וועט אים קיין צייכן [אוֹת] נישט געגעבּן ווערן, אחוץ דער צייכן [אוֹת] פוּן יוֹנָה הַנָביא. 40 ווייל אָזוי ווי יוֹנָה איז 3 יָמִים און 3 לֵילוֹת געווען אין דעם אינגעווייֵד בִּמְעֵי הַדָּג, אַזוי וועט דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 המָשיחַ] זיין 3 יָמִים און 3 לֵילוֹת אין דעם לֵב פוּן דער ערד. 41 די בְּנֵי אָדָם פוּן נִינוֵה וועלן אויפשטיין צוּם מִשפּט מיט דעם דאָזיקן דוֹר, און וועלן אים פאַרמִשפּטן; ווייל זיי האַבּן תשוּבה געטאָן אויף יוֹנָהס הַטָּפָה, און הִנֵּה אַ גרעסערער ווי יונָה איז דאָ דאָ. 42 די מַלכּה פוּן תֵּימָן וועט אויפשטיין אין דעם מִשפּט מיט דעם דאָזיקן דוֹר, און אים פאַרמִשפּטן; ווייל זי איז געקוּמען פוּן עק וועלט צוּ הערן שלֹמֹהס חָכמה; און הִנֵּה אַ גרעסערער ווי שלֹמֹה איז דאָ דאָ. 43 און ווען דער שֵד גייט אַרויס פוּן אַ בן אדם, וואַנדערט ער אַרוּם אין טרוּקענע ערטער, און זוּכט אַ מָקוֹם-מנוּחה; און אַז ער געפינט אים נישט, 44 יעמאָלט זאָגט ער: איך וועל מיך אוּמקערן אין מיין בֵּית אַריין, פוּנוואַנען איך בּין אַרויסגעגאַנגען. און ווען ער קוּמט, געפינט ער עס ליידיק, אויסגעקערט, און אויסגעפּוּצט. 45 דאַן גייט ער, און נעמט מיט זיך 7 אַנדערע רוּחות, נאָך ערגערע ווי אים אַליין, און זיי גייען אַריין און וואוינען דאָרט; און דער סוֹף פוּן יענעם בן אדם ווערט ערגער ווי דער אָנהייבּ. טאקע אַזוי וועט אויך זיין מיט דעם דאָזיקן דוֹר הָרָע. 46 און ווען ער האָט נאָך גערעדט צוּם די המונים עם, הִנֵּה אֵם פון רבי מֵלך המָשיחַ און זיינע אַחִים זענען געשטאַנען אין דרויסן, און האַבּן געוואָלט מיט אים רעדן. 47 און איינער האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט : הִנֵּה, דיין אֵם און דיינע אַחִים שטייען אין דרויסן און ווילן מיט דיר רעדן. 48 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און געזאָגט צוּ דעם, וואָס האָט אים דאָס געזאָגט: ווער איז מיין אֵם, און ווער זענען מיינע אַחִים? 49 און ער האָט אויסגעשטרעקט זיין האנט אויף משיחס תַּלמידים, און געזאָגט: הִנֵּה, מיין אֵם און מיינע אַחִים! 50 מחמת ווער סע וועט טאָן דעם רָצון פוּן מיין אלוקים אָבִי שֶבַּשָמַים [זען מתי 6:10; 26:39], איז מיין אָח, און אָחוֹת, און אֵם. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |