Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיהו13 יג אין יענעם יוֹם איז רבי מֵלך המָשיחַ אַרויסגעגאַנגען פוּן דעם בֵּית און האָט זיך געזעצט בּיים יַם. 2 און סע האָט זיך פאַרזאַמלט אַרוּם רבי מֵלך המָשיחַ אַ גרויסער עוֹלם, אַזוי, אַז ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין אַ סִירָה, און האָט זיך אַנידערגעזעצט; און דאָס כל עם איז געשטאַנען בּיים בּרעג. 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי גערעדט רבים מיט משָלים, און געזאָגט: הִנֵּה, דער זייער איז אַרויסגעגאַנגען צו זייען. 4 און ווען ער האָט געזייט, איז א ביסל פון דער זרִיעה געפאַלן בּיים דֶּרֶךְ, און די פייגל זענען געקוּמען און האָבּן זי איינגעשלונגען. 5 און אַנדערע ביסל איז געפאַלן אויף פעלזיק לאַנד, וואוּ זי האָט נישט געהאַט קיין סַך ערד; און זי האָט תֵיכּף אויפגעשפּראָצט, ווייל זי האָט נישט געהאַט קיין טיפקייט פוּן ערד; 6 און ווען די זוּן איז אויפגעגאַנגען, איז זי פאַרטריקנט געוואָרן, און מחמת זי האָט נישט געהאַט קיין וואַרצלען, איז זי פאַרוועלקט געוואָרן. 7 און אַנדערע איז געפאַלן צווישן דערנער, און די דערנער זענען אויפגעוואַקסן און האָבּן זי דעדשטיקט. 8 און אַנדערע ביסל איז געפאַלן אויף אֲדָמָה טוֹבָה, און האָט אַרויסגעגעבּן תּבוּאה, טייל הוּנדערטפאַך, טייל זעכציק, טייל דרייַסיקפאַך. 9 ווער עס האָט אויערן, זאָל הערן! 10 און משיחס תַּלמידים האָבּן גענעענט, און האָבּן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: פאַרוואַס רעדסטוּ צוּ זיי מיט משָלים? 11 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: אייך איז געגעבּן געוואָרן צוּ וויסן די סוֹדות פוּן דעם מַלכות-השָמַיִם, אָבּער צוּ זיי איז דאָס נישט געגעבּן געוואָרן. 12 מחמת דער, וואָס האָט, דעם וועט געגעבּן ווערן, און ער וועט האָבּן בּשֶפע; אָבּער דער, וואָס האָט נישט, פוּן דעם וועט אַוועקגענוּמען ווערן אַפילו דאָס, וואָס ער האָט. 13 דערפאר רעד איך צוּ זיי מיט משָלים, ווייל הַגַם זיי קוקן, זעען זיי נישט; און הַגַם זיי הערן, הערן זיי נישט, און פאַרשטּיין אויך נישט. 14 און אויף זיי איז מקוּים געוואָרן די נבוּאה פוּן ישעיהו, וואָס זאָגט: שִמְעו שָמוֹעַ וְאַל־תָבִינו ורְאו רָאוֹ וְאַל־תֵדָעו. 15 הַשְמֵן לֵב־הָעָם הַזֶה וְאָזְנָיו הַכְבֵד וְעֵינָיו הָשַע, פֶן־יִרְאֶה בְעֵינָיו ובְאָזְנָיו יִשְמָע ולְבָבוֹ יָבִין, וְשָב וְרָפָא לוֹ [ישעיהו 10-6:9]. 16 אָבּער אַשְרֵי איז צוּ אייערע אויגן, ווייל זיי זעען, און אייערע אויערן, ווייל זיי הערן. 17 מחמת אָמֵן, איך זאָג אייך, אַז רבים נבִיאים און צדיקים האָבּן בּאַגערט צוּ זען וואָס איר זעט, און האָבּן עס נישט געזען, און צוּ הערן וואָס איר הערט, און האָבּן עס נישט געהערט. 18 הערט דערפאר איר דאָס מָשל פון דעם זייֵער. 19 ווען איטלעכער וואָס הערט דאָס דָּבָר המַלכות-השָמַיִם און פאַרשטייט עס נישט, קוּמט הַשָׂטן און רויבּט דאָס, וואָס איז פאַרזייֵט געוואָרן אין זיין לֵב; איז דער, וואָס איז פאַרזייֵט געוואָרן בּיים דֶּרֶךְ. 20 און דאָס, וואָס איז פאַרזייֵט געוואָרן אויף פעלזיק לאַנד, דאָס איז דער, וואָס הערט דאָס דָּבָר און נעמט עס תֵיכּף אויף מיט שִׂמְחָה; 21 אָבּער אַזוי ווי ער האָט נישט קיין שורש אין זיך, וְרק לְשָעָה יַעֲמֹד; און ווי נאָר סע קוּמען צָרָה און רדִיפות צוּליבּ דעם דָּבָר, ווערט ער תֵיכּף געשטרויכלט. 22 און דאָס, וואָס איז פאַרזייֵט געוואָרן צווישן דערנער, דאָס איז דער, וועס הערט דאָס דָּבָר, און די דאָגות פוּן הָעוֹלָם הַזֶּה און די מדּוּחֵי העושֶר דערשטיקן דאָס דָּבָר, און עס איז אָן פֵּירות. 23 און דאָס, וואָס איז פאַרזייֵט געוואָרן אויף הָאֲדָמָה הַטוֹבָה, דאָס איז דער, וואָס הערט דאָס דָּבָר און פאַרשטייט עס; דער, אָמֵן, טראָגט פֵּירות, און בּרענגט אַרויס, טייל הוּנדערטפאַך, טייל זעכציק, און טייל דרייַסיקפאַך. 24 אַן אַנדער מָשל האָט רבי מֵלך המָשיחַ פארגעלייגט פאַר זיי, אַזוי צוּ זאָגן: דאָס מַלכות-השָמַיִם איז געגליכן צוּ אַ בן אדם וואָס האָט פאַרזייֵט הַזֶרַע הַטוֹב אין זיין שָׂדֶה. 25 און ווען די בְּנֵי אָדָם זענען געשלאָפן, איז געקוּמען זיין שׂוֹנא און האָט פאַרזייֵט ווילד-גראָז צווישן דעם חִטָּה, און איז אַוועקגעגאַנגען. 26 און ווען די זרִיעה האָט אויפגעשפּראָצט און געטראָגן פרוּכט, יעמאָלט האָט זיך אויך בּאַוויזן דאָס ווילד-גראָז. 27 זענען געקוּמען די עבדים פוּן דעם בַּעל-הַבָּית, און האָבּן צוּ אים געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, האָסטוּ נישט געזייֵט זֶרַע טוֹב אין דיין שָׂדֶה? פוּנוואַנען-זשע נעמט זיך אויף אים ווילד-גראָז? 28 האָט ער צוּ זיי געזאָגט: אַ שׂוֹנא האָט דאָס געטאָן, האָבּן הָעֲבָדִים צוּ אים געזאָגט: ווילסטוּ אֶפשר, אַז מיר זאָלן גיין און זיי צוּנויפקלייבּן? 29 האָט ער געזאָגט: לֹא, טאָמער וועט איר, ווען איר וועט צוּנויפקלייבּן דאָס ווילד-גראָז, אויך אויסוואָרצלען מיט זיי דעם חִטָּה. 30 לאָזט זיי בּיידע וואָקסן צוּזאַמען בּיז קָצִיר-צייט; און אין דער צייט פוּן קָצִיר וועל איך זאָגן צוּ די שניטער: קלייבּט צוּנויף קוֹדם דאָס ווילד-גראָז און בּינדט עס אין גאַרבּן, כּדי עס צוּ פאַרבּרענען; אָבּער דעם חִטָּה זאַמלט איין אין מיין שייַער אַריין. 31 אַן אַנדער מָשל האָט רבי מֵלך המָשיחַ פארגעלייגט פאַר זיי, אַזוי צוּ זאָגן: דאָס מַלכות-השָמַיִם איז געגליכן צוּ זענעפט-זרִיעה, וואָס אַ בן אדם האָט גענוּמען און פאַרזייֵט אין זיין שָׂדֶה. 32 און הַגַם סע איז קלענער פוּן כל זֶרַע, וואָקסט עס אָבּער אויס, איז עס גרעסער פוּן כל קרייַטעכצער, און ווערט אַ בּוים, אַזוי, אַז די פייגל פוּן שָמַיִם קוּמען און נעסטן אין זיינע ענָפים. 33 אַן אַנדער מָשל האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי דערציילט: דאָס מַלכות-השָמַיִם איז געגליכן צוּ זויערטייג, וואָס אַן אִשָּה האָט גענוּמען און אַרייַנגעטאָן אין 3 מאָס מעל, בּיז עס איז אינגאַנצן פאַרזייַערט געוואָרן. 34 דאָס כל האָט רבי מֵלך המָשיחַ גערעדט מיט משָלים צו המונים עם; און אָן אַ מָשל האָט ער נישט גערעדט צוּ זיי. 35 כּדי עס זאָל מקוּים ווערן וואָס סע איז געזאָגט געוואָרן דוּרך דעם נָביא: אֶפְתְחָה בְמָשָל פִי אַבִיעָה חִידוֹת מִנִּי-קֶדֶם, [תהלים 78:2]. 36 דאַן האָט ער אָפּגעלאָזט דאָס המונים מענטשן, און איז אַרייַנגעגאַנגען אין בֵּית אַריין. און רבי מֵלך המָשיחַס תּלמידים האָבּן גענעענט, און האָבּן צוּ אים געזאָגט: דערקלער אוּנדז דאָס מָשל פון דעם ווילד-גראָז פוּן שָׂדֶה. 37 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: דער, וואָס זייֵט הַזֶרַע הַטוֹב, איז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 מָשיחַ]; 38 און דאָס שָׂדֶה איז די עוֹלם הַזֶּה, און די הזרע הטוב זענען די בְּנֵי הַמַלכות; און דאָס ווילד-גראָז זענען די בְּנֵי הָשָׂטן [בראשית 3:15]; 39 און דער שׂוֹנא, וואָס האָט עס פאַרזייֵט, איז הַשָׂטן; און די קָצִיר-צייט איז דער קֵץ הָעוֹלָם, און די שניטער זענען מַלאָכים. 40 דערפאר, אַזוי ווי דאָס ווילד-גראָז ווערט צוּנויפגעקליבּן און פאַרבּרענט אין אֵש, אַזוי וועט עס זיין בּיים קֵץ הָעוֹלם. 41 דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, מָשיחַ] וועט אַרויסשיקן משיחס מַלאָכים, און זיי וועלן צוּנויפקלייבּן פוּן משיחס מַלכות כל המכשלות און כל די זאכן געמאכט משומד און אוּמרעכט-טוּער [זען מתי 7:22], 42 און משיחס מלאָכים אַרייַנוואַרפן אין דעם אוֹיוון פוּן אֵש; דאָרט וועט זיין הַיְלָלָה וַחֲרוֹק הַשִנַּים. 43 יעמאָלט וועלן די צַדיקים שיינען ווי די זוּן אין דעם מַלכות פוּן זייער אלוקים הָאָב. דער, וואָס האָט אויערן, זאָל הערן. 44 דאָס מַלכות-השָמַיִם איז געגליכן צוּ אַ פארבארגענעם אוֹצר אין א שָׂדֶה, וואָס אַ בן אדם האָט געפוּנען און פאַרבּאָרגן; און פאַר שִׂמְחָה גייט ער און פאַרקויפט כל, וואָס ער האָט, און קויפט דאָס שָׂדֶה. 45 און ווידער איז דאָס מַלכות-השָמַיִם געגליכן צוּ אַ סוֹחר, וואָס זוּכט שיינע פּערל. 46 און ווען ער האָט געפוּנען איין פּערל פוּן גרויסן ווערט, איז ער געגאַנגען און האָט פאַרקויפט כל, וואָס ער האָט געהאַט, און האָט זי געקויפט. 47 און ווידער איז דאָס מַלכות-השָמַיִם געגליכן צוּ אַ נעץ, וואָס מען איז אראפגעלאזט אין יַם אַריין, און וואָס האָט אייַנגעזאַמלט פאַרשידענע מִינים; 48 וואס, ווען זי איז פוּל געוואָרן, האָט מען זי אַרויסגעצויגן אויפן בּרעג, און זיך אַנידערגעזעצט, און די גוּטע געזאמלט אין כֵּלים, און די רָעִים אַוועקגעוואָרפן. 49 אָט אזוי וועט עס זיין בּיים קֵץ הָעוֹלָם. די מַלאָכים וועלן אַרויסגיין און אָפשיידן די רשָעים פוּן צווישן די צַדיקים, 50 און זיי וואַרפן אין דעם אוֹיוון פוּן אֵש אריין [ישעיהו 66:24; דניאל 12:2]; דאָרטן וועט זיין הַיְלָלָה וַחֲרוֹק הַשִנַּים. 51 האָט איר דאָס כל פאַרשטאַנען? זאָגן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: כֵּן. 52 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: דערפאר איז יעדער סוֹפר, וואָס איז געוואָרן אַ תַּלמיד פוּן דעם מַלכות-השָמַיִם, געגליכן צוּ אַ בַּעל-הַבָּית, וואָס טוּט בּרענגען ארויס פוּן זיין אוֹצר חֲדָשוֹת און יְשָנוֹת. 53 און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענדיקט די דאָזיקע משָלים, איז ער אַוועקגעגאַנגען פוּן דאָרטן. 54 און ער איז געקוּמען אין זיין אייגן לאַנד אַריין, און האָט זיי געלערנט משיחס תּוֹרה אין זייער שוּל, אַז , אַז זיי האָבּן זיך געשטוינט, און געזאָגט: פוּנוואַנען האט ער די דאָזיקע חָכמה [משלי 8:30; 30:4] און די נִסים? 55 איז דאָס נישט דעם סטאָליערס זוּן? און הייסט נישט זיין אֵם מִריָם, און זיינע אַחִים יַעקֹע [זען יעקב], און יוֹסף, און שִמעוֹן, און יהוּדה [זען יהודה]? 56 און זענען נישט זיינע אָחוֹת כל בּייַ אוּנדז? פוּנוואַנען זשע קומט דאָס כל צוּ אים? 57 און רבּי מֵלך המשיח האט צו זיי למכשול [געוואָרן אין אים באליידיקטער און געפאלן אין זינד]. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אַ נָביא איז נישט אָן כָּבוד, אחוץ אין זיין אייגן לאַנד, און אין זיין אייגן בֵּית! 58 און ער האָט דאָרטן נישט געטאָן קיין סַך נִסִּים, צוליבּ זייער אוּמגלויבּן. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |