Matthew 14
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו14

יד אין יענער צייט האָט הוֹרדוס, דער טעטראַרך, געהערט די שם פון יהושע/ישוע, 2 און ער האָט געזאָגט צוּ זיינע מְשָרֵתים: דאָס איז יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה; ער איז אויפגעשטאַנען אין תּחִיַת-הַמֵתים, און דערפאר אַרבּעטן אין אים די דאָזיקע כּוֹחות. 3 מחמת הוֹרדוס האָט געכאַפּט יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה], און האָט אים געבּוּנדן און אַרייַנגעזעצט אין דער בֵּית הַסֹּהַר אַריין, צוּליבּ הוֹרוֹדיָה, דאָס אִשָה פוּן זיין אָח פיליפּוּס; 4 מחמת יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] האָט צו אים געזאָגט: אָסוּר לְךָ לָקַחַת אוֹתָהּ [ויקרא 18:16; 20:21; מתי 19:9]. 5 און ער האָט בּדֵעה געהאַט אים צוּ טייטן, נאָר ער האָט פחד געהאַט פאַר דעם המון, ווייל זיי האָבּן יוֹחָנָן געהאַלטן פאַר אַ נָביא. 6 אָבּער ווען עס איז געקוּמען הוֹרדוסעס געבּוירנטאָג, האָט הוֹרוֹדיָהס בַּת געטאַנצט פאַר די געסט, און זי איז הוֹרדוסן וואוילגעפעלן. 7 דערפאַר האָט ער איר צוּגעזאָגט מיט אַ שבוּעָה, איר צוּ געבּן, וואָס זי וועט פאַרלאַנגען. 8 און ווייל זי איז געווען פון פריער אָנגערעדט פוּן איר אֵם, האָט זי געזאָגט: גיבּ מיר דאָ אויף אַ קְעָרָה דעם קאָפּ פוּן יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה .9 און דער מֵלך איז טרויעריק געוואָרן, אָבּער צוּליבּ זיינע שבוּעות און די געסט, האָט ער בּאַפוילן, אַז דאָס זאָל איר געגעבּן ווערן. 10 און ער האָט געשיקט און געקעפּט יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] אין דער בֵּית הַסֹּהַר. 11 און זיין קאָפּ האָבּן בְּנֵי אָדָם געבּראַכט אויף אַ קְעָרָה, און מ'האָט אים געגעבּן דעם מיידל. און זי האָט אים געבּראַכט צוּ איר אֵם. 12 און זיינע תַּלמידים האָבּן גענעענט, און האָבּן גענוּמען דעם גוּפָה, און אים קובר געווען; און זיי זענען געגאַנגען און האָבּן עס דערציילט יהושע/ישוע. 13 און ווי רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געהערט, האָט ער זיך פוּן דאָרטן צוּריקגעצויגן אין אַ סִירָה, אין אַ מדבריותדיק אָרט אַליין, און ווען דאָס המונים עם האָט עס געהערט, זענען זיי אים נאַכגעגאַנגען פוּן די שטעטלעך צוּ פוּס. 14 און ער איז אַרויסגעקוּמען, און האָט געזען דעם גרויסן הַמוֹן בְּנֵי אָדָם, האָט אים אָנגענוּמען אַ רחמים אויף זיי, און ער האָט געהיילט מיט רפואה שלמה זייערע חוֹלים. 15 און אַז דער אָוונט איז צוּגעפאַלן, האָבּן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ גענעענט משיחס תַּלמידים, און געזאָגט: אָרט איז וויסט, און דער יוֹם איז שוין פאַרבּיי; דעריבער לאָז אָפּ המון העם, כּדי זיי זאָלן קענען גיין אין די שטעטלעך, און קויפן פאַר זיך אֹכֶל. 16 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: זיי בּאַדאַפן נישט אַוועקגיין; גיט איר זיי צוּ עסן! 17 האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט : מיר האָבּן דאָ גאָרנישט אַחוּץ 5 לאַבּן לֶחֶם און 2 פיש. 18 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: בּרענגט זיי אַהער צוּ מיר. 19 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געהייסן המון העם זיך אַנידערזעצן אויפן גראָז; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען די 5 כּכּרות לֶחֶם און די 2 פיש, און האָט אויפגעהויבּן זיינע אויגן צוּם שָמַיִם און געמאכט א ברכה בבציעת הלחם און עס דערלאַנגט צוּ משיחס תַּלמידים, און משיחס תַּלמידים האָבּן עס געגעבּן דעם מענטשן [פון דער פארברענגען]. 20 און זיי האָבּן כל געגעסן צוּ דער זאַט, און זיי האָבּן צוּנויפגענוּמען פוּן די רבּיס שיריים, 12 פוּלע קערבּ. 21 און די, וואָס האָבּן געגעסן, זענען געווען אַרוּם 5,000 מאַן, אַחוּץ נָשים און קינדער. 22 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט תֵיכּף בּאַפוילן משיחס תַּלמידים אַרייַנצוּגיין אין דער סִירָה, און אַריבּערפאָרן פריער פאַר אים אויף דער אַנדערער זייט ים, בּיז ער וועט אָפּלאָזן דאָס מענטשן. 23 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט אַוועקגעשיקט דאָס עם, איז ער אַליין אַרויפגעגאַנגען אויף דעם הָר, כּדי דאַווענענדיק צו טאן; און אַז דער אָוונט איז צוּגעפאַלן, איז ער דאָרטן געווען איינער אַליין. 24 און די סִירָה איז שוין געווען אין מיטן יַם, מיילן פון דער יבּשה, און די כוואַליעס האָבּן זי געשלייַדערט, ווייל דער ווינט איז געווען איר אַנטקעגן. 25 און אין דער 4טער משמר פון דער לַילָה איז ער [דניאל 7:13] געקוּמען צוּ זיי, גייענדיק אויפן יַם. 26 און ווי משיחס תַּלמידים האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געזען גיין אויפן יַם, האָבּן זיי זיך דערשראָקן, און געזאָגט: ס'איז אַ רוּחַ רְפָאִים! און זיי האָבּן זיך צעשריגן אויס פַּחד. 27 און תֵיכּף האָט זיך רבי מֵלך המָשיחַ אָפגערוּפן צוּ זיי, און געזאָגט: חזק! אֶהְיֶה [הוּא] [שמות 3:14]; האָט נישט קיין פחד. 28 און כֵּיפָא האָט אים געענטפערט: אֲדוֹנִי, אויבּ דוּ בּיסט עס, בּאַפעל מיר קוּמען צוּ דיר על פני הַמַּיִם. 29 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: קוּם! און כֵּיפָא איז אַרויס פוּן דער סִירָה, און איז געגאַנגען איבּערן מַיִם צוּ קוּמען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ. 30 אָבּער ווען ער האָט געזען, אַז דער ווינט איז שטאַרק, האָט ער פחד בּאַקוּמען; און ווי ער האָט אָנגעהויבּן צוּ זינקען, האָט ער אויסגעשריגן: אֲדוֹנִי, ראַטעווע מיך! 31 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט תֵיכּף אויסגעשטרעקט זיין האַנט, און האָט אים אָנגעכאַפּט, און צוּ אים געזאָגט: אָ דוּ קליין-גלויבּיקער, פארוואס האָסטוּ געצווייפלט? 32 און ווען זיי זענען אַרייַנגעגאַנגען אין דער סִירָה, האָט זיך דער ווינט געשטילט. 33 און די, וואָס זענען געווען אין דער סִירָה, האָבּן אנידערגעפאלן פאר אים, און געזאָגט: אָמֵן, דוּ בּיסט דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער! 34 און זיי זענען אַריבּערגעפאָרן, און זענען געקוּמען צוּם ברעג גִּנּוֹסָר. 35 און ווי די בְּנֵי אָדָם פוּן יענעם אָרט האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ דערקענט, האָבּן זיי געשיקט אין דער כל געגנט ארום, און האָבּן צוּ אים געבּראַכט כל הַחוֹלים; 36 און זיי האָבּן אים געבּעטן, אַז ער זאָל זיי לאָזן בּלויז אָנרירן די צִיצִית פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, פון זיין מלבוש, און כל, וואָס האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אָנגערירט, זענען געזוּנט געוואָרן מיט רפואה שלמה.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 13
Top of Page
Top of Page