Matthew 15
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו15

טו יעמאָלט זענען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען פּרוּשים און סוֹפרים [רַבָּנִים] פוּן ירוּשָלַיִם, און האָבּן געזאָגט: 2 פאַרווָאס זענען דיינע תַּלמידים עוֹבר אויף דער מסוֹרת הזקֵנים [תּוֹרה שבעל פה]? מחמת זיי מאַכן נישט קיין נטִילת-ידַיִם, ווען זיי עסן לֶחֶם. 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: פארוואס זענט איר אויך עוֹבר מִצוַת ה' למען אייער מסורה? 4 מחמת ה' האָט געזאָגט: כַבֵד אֶת־אָבִיךָ וְאֶת־אִמֶךָ, און מְקַלֵל אָבִיו וְאִמוֹ מוֹת יומָת [שמוֹת 20:12; 21:17]. 5 אָבּער איר זאָגט: ווער סע זאָגט צוּ זיין אָב, אָדער אֵם: אַ קָרבּן איז דאָס, וואָס דוּ וואָלטסט פון מיר געקענט הַנָאה האָבּן, דער איז מער נישט מחוּיב אָפּצוגעבּן כבוד זיין אָב, אָדער אֵם. 6 וְהֵפרתֶּם אֶת-מצות ה' דערמיט צוּליבּ אייער מסורה. 7 צבוּעִים! וואויל האָט ישעיהו אויף אייך נבִיאות געזאָגט, ווען ער האָט געזאָגט: 8 הָעָם הַזֶה בִשְפָתָיו כִבְדונִי וְלִבוֹ רִחַק מִמֶנִי ; 9 וַתְהִי יִרְאָתָם אֹתִי מִצְוַת אֲנָשִים מְלֻמָדָה [ישעיהו 29:13]. 10 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיך גערוּפן דאָס המון מענטשן, און האָט צוּ זיי געזאָגט: הערט, און פאַרשטייט: 11 נישט דאָס, וואָס גייט אַריין אין מויל, מאכט דעם בן אדם טמא, נייערט דאָס, וואָס קוּמט אַרויס פוּן מויל, דאָס דאזיקע מאכט טמא דעם בן אדם. 12 יעמאָלט האָבּן גענעענט די תַּלמידים, און האָבּן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: ווייסט, אַז די פּרוּשים האָבּן געשטרויכלט הערנדיק הדבר הזה? 13 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און געזאָגט: יעדע פלאַנץ, וואָס מיין אלוקים אָבִי שֶבַּשָמַים האָט נישט געפלאַנצט, וועט אויסגעוואָרצלט ווערן [זען אפס' 2:8]. 14 לאָזט זיי גיין! זיי זענען בּלינדע מוֹרֵי-דֶרֶךְ פוּן בּלינדע. און ווען א בּלינדער מַדְרִיךְ אַ בּלינדן, פאַלן זיי בּיידע אַריין אין אַ גרוּבּ. 15 האָט כֵּיפָא געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: לייג אוּנדז דאָס מָשל! 16 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: זענט איר נאָך אָן בִּינָה? 17 פאַרשטייט איר נישט, אַז כל, וואָס קוּמט אין מויל אַריין, גייט אין בֶּטֶן, און ווערט ארויסגעווארפן לַמּוֹצָאוֹת? 18 אָבּער דאָס, וואָס גייט ארויס פון מויל, קומט מִן הַלֵּב, און דאָס מאַכט דעם בן אדם טמא. 19 מחמת פוּן הלֵב קוּמען אַרויס בּייזע מַחשָבות, רצִיחה, נִיאוף, זנוּת, גנֵבה, עֵדֻיּוֹת שֶקר, און גדּוּפים. 20 אָט דאָס איז מטַמא דעם בן אדם; אָבּער צוּ עסן אָן אַ נטִלַת-ידַיִם איז נישט מטַמא דעם בן אדם. 21 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויסגעגאַנגען פוּן דאָרטן, און הִנֵּה איז געקוּמען אין די געגנטן פוּן צוֹר און צִידוֹן. 22 און הִנֵּה איז אַ כּנַענישע אִשָּה אַרויסגעקוּמען פוּן יענע גרענעצן, און האָט געשריגן: דערבּארם אויף מיר, אֲדוֹנִי, בֶּן-דָוִד! בִּתִּי ווערט בּיטער געפּלאָגט פוּן אַ שד! 23 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט איר נישט געענטפערט קיין דָּבָר. און משיחס תַּלמידים האָבּן גענעענט, און אים געבּעטן: שיק זי אַוועק, ווייל זי שרייט אוּנדז נאָך. 24 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און געזאָגט: איך בּין נאָר געשיקט געוואָרן צוּ הצֹאן הָאוֹבְדוֹת פוּן דעם בֵּית יִשׂרָאל. 25 אָבּער זי האָט גענעענט, און האָט אנידערגעפאלן פאַר רבי מֵלך המָשיחַ און געזאָגט: אֲדוֹנִי, העלף מיר! 26 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און געזאָגט: עס איז נישט רעכט צוּ נעמען דאָס לֶחֶם פוּן די יְלָדים און עס וואַרפן פאַר די כּלבים [זען תהלים 22:17]. 27 אָבּער זי האָט געזאָגט: כֵּן, אָדוֹנִי; נאָר די כּלבים עסן אויך די בּרעקלעך, וואָס פאַלן אַראָפּ פוּן דעם טיש אדוֹנֵיהֶם. 28 יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און צוּ איר געזאָגט: אָ אִשה, גָּדוֹל איז דיין אֶמוּנה! זאָל דיר זיין אַזוי ווי דוּ ווילסט. און בִּתָּהּ איז געהיילט געוואָרן אין יענער שָעה. 29 און רבי מֵלך המָשיחַ איז פוּן דאָרטן אַוועקגעגאַנגען, און איז געקומען צוּם יַם פוּן גָלִיל; און ער איז אַרויפגעגאַנגען אויף דעם הָר, און האָט זיך דאָרטן אַנידערגעזעצט. 30 און אָט איז צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען גרויסע המונים בְּנֵי אָדָם, וואָס האָט געהאַט מיט זיך פּסחים, נכים, עורים, אלמים, און רבים אַנדערע, און זיי האָבּן זיי אַנידערגעלייגט פאַר רגלים פון משיח [זען תהלים 22:17], און ער האָט זיי רִפֵּא [זען ישעיהו 53:5]; 31 אַזוי, אַז דאָס המון עם האָט זיך געהִידושט, ווען זיי האָבּן געזען די שטוּמע רעדן, די געמוּמטע געזוּנט, די לאָמע גיין, און די עִוְרִים זען; און זיי האָבּן געזאַגט בּרוּך ה' אֱלֹקֵי יִשׂרָאל. 32 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיך גערוּפן משיחס תַּלמידים, און געזאָגט: איך בּין אינערלעך גערירט איבער דעם המון מענטשן, מחמת זיי זענען מיט מיר שוֹין 3 טעג, און האָבּן נישט וואָס צוּ עסן; און איך וויל זיי נישט אַוועקשיקן רְעֵבִים, טאָמער וועלן זיי חַלֶשן אויפן דֶּרֶךְ. 33 האָבּן די תַּלמידים צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: פוּן וואַנען זאָלן מיר נעמען אַזויפיל לֶחֶם אין דער מִדבּר, כּדי צוּ זעטיקן אַזאַ מאסע בני אדם? 34 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: וויפל לעבּלעך לֶחֶם האָט איר? זאָגן זיי: 7, און אייניקע קליינע פישלעך. 35 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געהייסן דעם המון זיך אַנידערזעצן אויף דער ערד, 36 און האָט גענוּמען די 7 לעבּלעך לֶחֶם און די פיש, און אַזוי ווי ער האָט געמאַכט אַ בּרָכה, האָט ער זיי געמאכט בציעת, און דערלאַנגט משיחס תַּלמידים, און די תַּלמידים דעם עם. 37 און אין דער פֿאַרברענגען זיי האָבּן כל געגעסן און זענען זאָט געוואָרן; און זיי האָבּן צוּנויפגעקליבּן פוּן די איבּערגעבּליבּענע בּרעקלעך פון רבֶּיס שיריים, 7 פוּלע קערבּ. 38 און די, וואָס האָבּן געגעסן, זענען געווען 4,000 מאַן, אַחוּץ נָשים און קינדער. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָפּגעלאָזט דאָס עם, און איז אַרייַנגעגאַנגען אין אַ סִירָה, און איז געקוּמען אין די געמאַרקן פוּן מָגָדוֹן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 14
Top of Page
Top of Page