Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיהו16 טז און די פּרוּשים און צדוּקים האָבּן גענעענט, און כּדי רבי מֵלך המָשיחַ צוּ פּרוּאוון, האָבּן זיי פאַרלאַנגט פוּן אים, אַז ער זאָל זיי ווייזן אַ צייכן [אוֹת] פוּן שָמַיִם. 2 אָבּער ער האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: אין אָוונט זאָגט איר: סע וועט זיין אַ שיין וועטער, ווייל דער שָמַיִם איז רויט. 3 און בּבֹּקֶר: הַיּוֹם וועט זיין שטוּרעמדיק, ווייל דער שָמַיִם איז רויט און טריבּ. דאָס אויסזען פוּן שָמַיִם ווייסט איר ווי צוּ טייַטשן, אָבּער נישט די צייכנס פוּן די צייטן. 4 א בּייז און נואפדיק דוֹר בּאַגערט אַ צייכן [אוֹת], און ס'וועט אים קיין שוּם צייכן [אוֹת] נישט געגעבּן ווערן, אחוץ דעם צייכן [אוֹת] פוּן יוֹנָהן [זען יונה 2:1]. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי פאַרלאָזט און איז אַוועקגעגאַנגען. 5 און ווען משיחס תַּלמידים זענען געקוּמען אויף דער אַנדערער זייט יַם, האָבּן זיי פאַרגעסן מיטצוּנעמען לֶחֶם. 6 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: היזהרו, און היט זיך פאַר דעם זויערטייג פוּן די פּרוּשים און צדוּקים. 7 און זיי האָבּן זיך געאַמפּערט, און געזאָגט: מיר האָבּן נישט מיטגענוּמען קיין לֶחֶם. 8 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס בּאַמערקט, און געזאָגט: אָ איר קליין-גלויבּיקע, וואָס רעדט איר צווישן אייך, וואָס איר האָט נישט קיין לֶחֶם? 9 צי פאַרשטייט איר נאָך כל נישט, און געדענקט איר נישט די 5 לעבּלעך לֶחֶם פאַר די 5,000, און וויפל קערבּ איר האָט צוּנויפגענוּמען? 10 אויך נישט די 7 לעבּלעך לֶחֶם פאַר די 4,000, און וויפל קערבּ איר האָט צוּנויפגענוּמען? 11 ווי קוּמט עס, וואָס איר האָט נישט בִּינָה, אַז איך האָבּ צוּ אייך גערעדט נישט וועגן לֶחֶם, נייערט אַז איר זאָלט זיך היטן פאַרן זויערטייג פוּן די פּרוּשים און צדוּקים. 12 יעמאָלט האָבּן זיי בִּינָה, אַז ער האָט זיי נישט געהייסן זיך היטן פאַרן שׂאוֹר פוּן לֶחֶם, נייערט פאַר דער גַאֲוַת פּלפּול פוּן די פּרוּשים און צדוּקים. 13 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען אין דעם געגנטן פוּן קסריה פוּן פיליפּוּס, האָט ער געפרעגט זיינע תַּלמידים: ווער, זאָגן בְּנֵי אָדָם, איז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13]? 14 און זיי האָבּן געזאָגט: אייניקע זאָגן, יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה; אַנדערע, אלִיָהוּ הַנָביא; און אַנדערע ווידער, יִרמיָהוּ, אָדער איינער פוּן די נבִיאים. 15 זאָגט ער צוּ זיי: איר אָבּער, ווער זאָגט איר, אַז איך בין? 16 האָט שִמעוֹן פּעטרוס [כֵּיפָא] געענטפערט: דוּ בּיסט דער רֶבּי מֵלך המָשיחַ, דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער, דער בֶּן אלקים חיים. 17 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: אַשְרֵי איז דיר, שִמעוֹן בּר-יוֹנָה! מחמת נישט קיין בָּשׂר-ודם האָט דיר דאָס אַנטפּלעקט, נייערט מיין אלוקים אָבִי שֶבַּשָמַים! 18 און איך זאָג דיר, אַזן דוּ בּיסט פּעטרוס, און אויף דעם דאָזיקן צוּר וועל איך בּויען מיין משיחס ברית חדשה קהִלָּה [משיחס קהִילה], און די שַעֲרֵי שאוֹל לא יגבּרוּ עָלֶיהָ. 19 און איך וועל דיר געבּן די מַפְתְּחות פוּן דעם מַלכות-השָמַיִם, און וואָס דוּ וועסט אַסרן אויף הָאָרֶץ, וועט זיין אָסור אין שָמַיִם; און וואָס דוּ וועסט מַתּיר זיין אויף הָאָרֶץ, וועט זיין מוּתּר אין שָמַיִם [זען קורב 2:10]. 20 דאַן האָט רבי מֵלך המָשיחַ בּאַפוילן משיחס תַּלמידים, זיי זאָלן קיינעם נישט אויסזאָגן, אַז ער איז דער רֶבּי מֵלך המָשיחַ. 21 פוּן יעמאָלט אָן האָט רבי מֵלך המָשיחַ אָנגעהויבּן צוּ ווייזן משיחס תַּלמידים, אַז ער מוּז גיין קיין ירוּשָלַיִם, און יסבול הַרְבֵּה פוּן די זקֵנים און ראָשי-כֹּהַנים און סוֹפרים [רַבָּנִים], און געטייט ווערן [מקבל דער גִלּוּי פון דער רֶבּיס הִסתַּלְקוּת!], און אויף דעם יוֹם השלישי ווידער אויפשטיין [זען תחית-המתים, דניאל 12:2]. 22 און כֵּיפָא האָט רבי מֵלך המָשיחַ גענוּמען אויף אַ זייט, און האָט אָנגעהויבּן אים צוּ מוּסרן, און זאָגן: חַס-וְשָלוֹם, אָדוֹנִי! אַזוינס זאָל דיר קיינמאָל נישט געשען. 23 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אויסגעדרייט, און געזאָגט צוּ כֵּיפָא : אוועק פוּן מיר, הַשָׂטן, דוּ בּיסט פאַר מיר אַ מכשול; מחמת דו האָסט נישט אין זינען דאס, וואָס געהערט צו ה', נייערט דאָס, וואָס געהערט צו בְּנֵי אָדָם! 24 דאַן האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט צוּ זיינע תַּלמידים: וויל ווער מיר נאָכגיין, זאָל ער זיך אַליין פאַרלייקענען, און נעמען אויף זיך זיין עֲקֵדָה עץ [בראשית 22:7 בּוים פוּן מסירות נפש] און מיר נאָכגיין [זען משיח'ס בּוים, בן דוד בּוים, שמואל ב 18:10,14]. 25 מחמת ווער סע וויל ראַטעווען זיין זיין נֶפֶש, וועט עס פאַרלירן און ווער סע וועט פאַרלירן זיין נֶפֶש פוּן מייַנעטוועגן, וועט עס געפינען. 26 מחמת וואָסער נוּצן האָט דער בן אדם, ווען ער זאָל געווינען די כל וועלט, און פאַרלירן זיין נֶפֶש? אָדער וואָס פאַר אַ פּדיון נפש קען אַ בן אדם געבּן פאַר זיין נֶפֶש? 27 מחמת דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 מָשיחַ] וועט קוּמען אין דער כבוד פוּן זיין אלוקים הָאָב מיט משיחס מַלאָכים, און יעמאָלט וועט ער פאַרגעלטן יעדן בן אדם לויט זיינע מַעשׂים. 28 אָמֵן, איך זאָג אייך, אז אייניקע פוּן די, וואָס שטייען דאָ, וואָס וועלן נישט פילן דעם טַעם פוּן מָוֶת, בּיז זיי וועלן זען דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 מָשיחַ] קוּמען אין זיין מַלכות [זען כיפא ב 18-1:16]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |