Matthew 17
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו17

יז און 6 טעג שפּעטער האָט רבי מֵלך המָשיחַ מיט זיך גענוּמען כֵּיפָא, און יַעקֹב, און יוֹחָנָן זיין אָח, און האָט זיי אַליין אַרויפגעבּראַכט אויף אַ הויכן הָר אין יחידות. 2 און רבי מֵלך המָשיחַ איז פאַר זיי פאַרענדערט געוואָרן [זען דניאל 7:13], און פָּנים פון רבי מֵלך המָשיחַ האָט געשיינט ווי די שֶמֶש, און זיינע מַלבּוּשים זענען געוואָרן ווייס ווי דאָס אוֹר [זען כיפא ב 18-1:16]. 3 און הִנֵּה, מֹשה [רבינו] און אלִיָהוּ הַנָביא האָבּן זיך צוּ זיי אַנטפּלעקט, און האָבּן גערעדט מיט רבי מֵלך המָשיחַ. 4 און כֵּיפָא האָט זיך אָנגערוּפן, און געזאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: אֲדוֹנִי, עס איז טוֹב פאַר אוּנדז דאָ צוּ זיין; אויבּ דוּ ווילסט, וועל איך דאָ מאַכן 3 סֻכּוֹת, אֶחָד פאַר דיר, אֶחָד פאַר מֹשה [רבינו], און אֶחָד פאַר אלִיָהוּ הַנָביא. 5 און ווען כֵיפָא האָט נאָך גערעדט, הִנֵּה, האָט אַ ליכטיקער וואָלקן זיי פאַרשאָטנט; און אַ בת קוֹל פוּן דעם וואָלקן אַרויס האָט געזאָגט: זה בני אהובי [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער] אשר חפצתי בו; אליו תשמעון! 6 און ווי די תּלמידים האָבּן דאָס געהערט, זענען זיי געפאַלן אויף זייער פָּנימער, און האָבּן שטאַרק פחד געהאַט. 7 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענעענט און האָט זיי אָנגערירט, און געזאָגט: שטייט אויף, און האָט נישט קיין פחד. 8 און ווען זיי האָבּן אויפגעהויבּן זייערע אויגן, האָבּן זיי קיינעם נישט געזען, אַחוּץ רבי מֵלך המָשיחַ אַליין. 9 און ווען זיי האָבּן אַראָפּגענידערט פוּן דעם הָר, האָט זיי רבי מֵלך המָשיחַ בּאַפוילן: דערציילט קיינעם נישט פוּן דער חָזוֹן, בּיז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] וועט אויפשטיין אין זיין תּחִיַת-הַמֵתים. 10 און מָשִיחַס תַּלמידים האָבּן אים געפרעגט: פאַרוואָס זאָגן די סוֹפרים [רַבָּנִים], אַז צוּערשט שטעטל אלִיָהוּ הַנָביא קוּמען [לפני המשיח]? 11 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און געזאָגט: אָמֵן וועט אלִיָהוּ הַנָביא קוּמען, וְיָשִיב אֶת הַכֹּל; 12 אָבּער איך זאג אייך, אַז אלִיָהוּ הַנָביא איז שוֹין געקוּמען, און זיי האָבּן אים נישט דערקענט, נייערט האָבּן מיט אים געטאָן, וואָס זיי האָבּן געוואָלט [מתי 7:21; 6:10]. טאקע אַזוי וועט דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] אויך יסבול פוּן זיי. 13 יעמאָלט האָבּן משיחס תּלמידים פאַרשטאַנען, אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי גערעדט פוּן יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה. 14 און ווען זיי זענען געקוּמען צוּם המון עם, האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ גענעענט אַ בן אדם, וואָס איז פאַר אים געפאַלן אויף די קני, 15 און געזאָגט: אֲדוֹנִי, דערבּאַרעם דיך אויף מיין זוּן, מחמת ער איז חולה במחלת הנפילה, און ליידט שווער; און פעמים רבות פאַלט ער אין אֵש, און פעמים רבות אין מַיִם אַריין. 16 און איך האָבּ אים געבּראַכט צוּ דיינע תּלמידים, און זיי האָבּן אים נישט געקענט היילן. 17 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: אָ אוּמגלויבּיקער און פאַרקרוּמטער דוֹר, ווי לאַנג נאָך זאָל איך זיין מיט אייך? ווי לאַנג נאָך זאָל איך אייך פאַרטראָגן? בּרענגט אים אַהער צוּ מיר. 18 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט שֵד גָעַר, און דער שֵד איז פוּן אים אַרויס, און דאָס ייִנגל איז געהיילט געוואָרן מיט רפואה שלמה אין יענער שָעה. 19 יעמאָלט האָבּן גענעענט די תּלמידים צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, ווען זיי זענען געווען אין אַ יחידות, און האָבּן געזאָגט: פאַרוואָס האָבּן מיר אים נישט געקענט אַרויסטרייַבּן? 20 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: מחמת איר האָט נישט קיין אֱמוּנה. מחמת אָמֵן, איך זאג אייך, אויבּ איר וואָלט געהאַט אֱמוּנה אַזוי גָּדוֹל ווי אַ קערנדל פוּן זענעפט-זרִיעה, וואָלט איר געקענט זאָגן צוּ דעם דאָזיקן הָר : טראָג דיך אַריבּער פוּן דאַנען אַהין, און ער וואָלט זיך אַריבּערגעטראָגן; און קיין זאָך וואָלט פאַר אייך נישט געווען אוּממעגלעך. 21 דער דאָזיקער מִין אָבּער גייט נישט אַרויס, אחוץ דוּרך דאַווענענדיק און צוֹם. 22 און ווען זיי האָבּן זיך אויפגעהאַלטן אין גָלִיל, האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] וועט איבּערגעענטפערט ווערן אין די הענט פוּן בְּנֵי אָדָם, 23 און זיי וועלן אים טייטן [משיחס הִסתַּלְקוּת!], און דעם יוֹם השלישי וועט ער אויפשטיין [זען תּחִיַת-המֵתים דניאל 12:2]; און זיי זענען געווארן זייער בּאטריבּט. 24 און ווען זיי זענען געקוּמען קיין כּפַר-נַחוּם, זענען די אייַנמאָנער פוּן דעם מַחצִית-השֶקל צוּגעגאַנגען צוּ כֵּיפָא, און געזאָגט: צאָלט נישט אייער רֶבּי דעם מַחֲצִית-הַשֶקֶל? 25 האָט ער געזאָגט: כֵּן. און ווען ער איז אַרייַנגעקוּמען אין בֵּית, האָט רבי מֵלך המָשיחַ קוֹדם צוּ אים גערעדט, אַזוי צוּ זאָגן: וואָס מיינסטוּ, שִמעוֹן? די מלָכים פוּן הארץ, פוּן וועמען נעמען זיי מֶכֶס, אָדער מַס? פוּן זייערע בָּנִים, אָדער פוּן הזרים? 26 און אַז ער האָט געזאָגט: פוּן הַזָרִים, האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: אַזוי זענען די בָּנִים פריי. 27 אָבּער כּדי מיר זאָלן נישט זיין קיין מִיכשול פאַר זיי, גיי צוּם יַם, און פאַרוואַרף אַ ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואָס וועט אַרויסקוּמען, און ווען דוּ וועסט עפענען זיין מויל, וועסטוּ געפינען אַ מַטְבֵּעַ; דעם נעם, און גיבּ אים זיי פאַר מיר און פאַר דיר.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 16
Top of Page
Top of Page