Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיהו18 יח אין יענער צייט האָבּן די תּלמידים גענעענט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן געזאָגט: ווער איז דער גרעסטער אין דעם מַלכות-השָמַיִם? 2 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיך גערוּפן אַ יֶלֶד, און האָט עס געשטעלט צווישן זיי, 3 און געזאָגט: אָמֵן, איך זאג אייך, סיידן איר וועט מתהפך [הפך] און תּשוּבה טאָן און ווערן ווי יְלָדים, וועט איר בּשוּם-אופן נישט אַרייַנקוּמען אין דעם מַלכות-השָמַיִם. 4 על-כּן, דער, וואָס וועט זיך דערנידעריקן ווי דאָס דאָזיקע יֶלֶד, איז דער גרעסטער אין דעם מַלכות-השָמַיִם. 5 און דער, וואָס וועט אויפנעמען איין יֶלֶד אזעלכעס אין מיין נאָמען, נעמט מיך [משיח] אויף; 6 אָבּער דער, וואָס וועט מאַכן שטרויכלען [אין עֲבֵירָה] איינעם פוּן די דאָזיקע קליינע, וואָס גלויבּן אין מיר [משיח], פאַר דעם וואָלט בּעסער געווען, אַז אַ גרויסער מיִלשטיין וואָלט אָנגעהאָנגען געוואָרן אויף זיין האַלדז, און ער וואָלט דערטרוּנקען געוואָרן אין דער טיפעניש פוּן יַם. 7 וויי צוּ דער וועלט מחמת די מכשולים! ווייל שטרויכלונגען מוּזן קוּמען - וויי אָבּער צוּ דעם בן אדם, דוּרך וועמען די מכשול קוּמט! 8 און אויבּ דיין האַנט, אָדער דיין פוּס מאַכט דיך שטרויכלען, האַק אים אָפּ און וואַרף אים אַוועק פוּן דיר; עס איז בּעסער פאַר דיר אריינצוגיין אין חַיים גִּדֵּם אָדער קִטֵּעַ ווי צוּ האָבּן 2 הענט און 2 רגלים און אַרייַנגעוואָרפן ווערן אין אֵש עוֹלם. 9 און אויבּ דיין אויג מאַכט דיך שטרויכלען, רייס עס אַרויס און וואַרף עס אַוועק פוּן דיר; עס איז בּעסער פאַר דיר אריינצוגיין אין חַיים מיט איין אויג, ווי צוּ האָבּן 2 אויגן און אַרייַנגעוואָרפן ווערן אין אֵש פוּן גיהֶנום. 10 זעט, אַז איר זאָלט נישט פאַראַכטן קיין איינעם פוּן די דאָזיקע קליינע; מחמת איך זאג אייך, אַז זייערע מַלאָכים אין שָמַיִם זעען תָּמיד דאָס פָּנים פוּן מיין אלוקים אָבִי שֶבַּשָמַים. 11 מחמת דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] איז געקוּעמן כדי צו ראטעווען דאָס פאַרלוירענע. 12 וואס מיינט איר? אויבּ אַ מענטש האָט 100 כֶּבֶשים, און איינע פוּן זיי פאַרבּלאָנדזשעט, צי וועט ער נישט איבּערלאָזן די 99 אויף די הַר, און גיין זוּכן די פאַרבּלאָנדזשעטע? 13 און ווען ער געפינט זי, אָמֵן, איך זאָג אייך, ער פרייט זיך איבּער איר מער ווי איבּער די 99, וואָס האָבּן נישט פאַרבּלאָנדזשעט. 14 אַזוי איז אויך נישט דער רָצון פוּן אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים, אַז אֶחָד פוּן די דאָזיקע קליינע קינדערלעך זאָל פאַרלוירן גיין. 15 אויבּ דיין אָח במשיח זינדיקט קעגן דיר, גיי און שטראָף אים צווישן דיר און אים אַליין. הערט ער דיך, האָסטוּ געוואוּנען דיין אָח במשיח; 16 הערט ער דיך אָבּער נישט, טאָ נעם דיר נאָך איינעם אָדער 2, כּדי דוּרך פִי שְנַיִם אוֹ שְלוֹשָה עֵדִים, יָקוּם כָּל דָּבָר [דברים 19:15]. 17 און אויבּ ער וויל זיי נישט הערן, דערצייל עס דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה; און וויל ער אויך די משיחס ברית חדשה קהִלָּה נישט הערן, זאָל ער דיר זיין ווי אַ שייגעץ און אַ מוֹכס. 18 אָמֵן, איך זאָג אייך, כל, וואָס איר וועט אַסרן אויף הארץ, וועט זיין אָסור אין שָמַיִם; און כל, וואָס איר וועט מַתּיר זיין אויף הארץ, וועט זיין מוּתּר אין שָמַיִם. 19 ווידער זאָג איך אייך, אויבּ 2 פוּן אייך וועלן מַסכּים זיין אויף הארץ אויף עפּעס אַ זאָך, פוּנוועגן וואָס זיי וועלן בּעטן דאווענענדיק , וועט עס פאַר זיי געטאָן ווערן פוּן מיין אלוקים אָבִי שֶבַּשָמַים. 20 מחמת וואוּ 2, אָדער 3 זענען פאַרזאַמלט אין מיין נאָמען [זען זכריה 12-6:11], דאָרט בּין איך צווישן זיי. 21 יעמאָלט האָט כֵּיפָא גענעענט, און צוּ אים געזאָגט: אֲדוֹנִי, וויפל מאָל שטעטל איך מוֹחל זיין מיין אָח במשיח, וואָס זינדיקט קעגן מיר? בּיז 7 מאָל? 22 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים: איך זאָג דיר נישט, בּיז 7 מאָל, נייערט בּיז 70 מאָל 7. 23 דערפאר איז דאָס מַלכות-השָמַיִם געגליכן צוּ אַ מֵלך, וואָס האָט געוואָלט מאַכן אַ חֶשבּון מיט זיינע עֲבָדִים. 24 און ווי ער האָט אָנגעהויבּן צוּ רעכענען, האָט מען צוּ אים געבּראַכט איינעם, וואָס איז אים שוּלדיק געווען 10,000 טאַלאַנטן. 25 און ווייל ער האָט נישט געקענט בּאַצאָלן, האָט זיין אָדוֹן בּאַפוילן, אים צוּ פאַרקויפן מיט זיין אִשָה און יְלָדים, און כל, וואָס ער האָט געהאַט, און בּאַצאָלוּנג זאָל געמאַכט ווערן. 26 דער עֶבֶד האָט פאַר אים אנידערגעפאלן, און געזאָגט: אֲדוֹנִי, האָבּ מיט מיר געדוּלד, און איך וועל דיר כל בּאַצאָלן. 27 און דער אָדוֹן האָט רחמים בּאַקוּמען אויף יענעם עֶבֶד, האָט אים פריי געלאָזט, און אים מוֹחל געווען דעם חוֹב [זען מתי 6:12]. 28 און ווי יענער עֶבֶד איז אַרויסגעגאַנגען, האָט ער אָנגעטראָפן איינעם פוּן חבריו העבדים, וואָס איז אים שוּלדיק געווען 100 דינָרים; און ער האָט אים אָנגעכאַפּט און האָט אים געוואָרגן, און געזאָגט: בּאַצאָל וואָס דוּ בּיסט מיר שוּלדיק! 29 און זיין חבר איז אנידערגעפאלן און האָט אים געבּעטן: האָבּ מיט מיר געדוּלד, און איך וועל דיר בּאַצאָלן. 30 אָבּער ער האָט נישט געוואָלט, נייערט איז געגאַנגען און האָט אים אַרייַנגעוואָרפן אין דער בֵּית הַסֹּהַר אַריין, בּיז ער וועט האָבּן בּאַצאָלט דעם חוֹב [זען מתי 6:12]. 31 און אַז זיינע חבר-עבדים האָבּן געזען, וואָס עס איז געשען, האָבּן זיי זיך שטאַרק מצַער מיט עָגְמַת נֶפֶש געווען, און זיי זענען געקוּמען און האָבּן דערציילט זייער אָדוֹן כל, וואָס עס איז געשען. 32 יעמאָלט האָט זיין אָדוֹן אים גערוּפן צוּ זיך, און צוּ אים געזאָגט: דוּ געמיינער עֶבֶד! איך האָבּ דיר מוֹחל געווען דעם כל חוֹב, ווייל דוּ האָסט מיך געבּעטן [מתי 6:12]; 33 צי האָסטוּ נישט אויך בּאַדאַרפט רחמים האָבּן אויף דיין חבר-עבד, ווי איך האָבּ רחמים געהאַט אויף דיר [מתי 6:12]? 34 און זיין אָדוֹן איז אין כַּעס געוואָרן, און האָט אים איבּרגעגעבּן צוּ די פייַניקער, בּיז ער וועט בּאַצאָלן דעם כל חוֹב. 35 טאקע אַזוי וועט אויך מיין אלוקים אָבִי שֶבַּשָמַים טאָן צוּ איטלעכן פוּן אייך, אויבּ איר וועט נישט מוֹחל זיין אייער אָח במשיח בְּכָל לבבכם. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |