Matthew 19
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו19

יט און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענדיקט די דאָזיקע דברים, איז ער אַוועקגעצויגן פוּן גָלִיל, און איז געקוּמען אין די גבול פוּן יהוּדה אין עֵבר-הַיַרדן. 2 און אַ גרויסער עוֹלם איז רבי מֵלך המָשיחַ נאָכגעגאַנגען, און ער האָט זיי דאָרטן געהיילט מיט רפואה שלמה. 3 און עס האָבּן גענעענט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ פּרוּשים, כּדי אים צוּ פּרוּאוון, און זיי האָבּן געזאָגט: מעג מען זיך גֶטן מיט דעם אִשָה צוּליבּ יעדער סִיבּה? 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: האָט איר נישט געלייענט, אַז אין אָנהייבּ האָט זיי דער בּורא-עוֹלם בּאַשאַפן זָכר און נקֵבה, [בּראשית 1:27], 5 און געזאָגט עַל־כֵן יַעֲזָב־אִיש אֶת־אָבִיו וְאֶת־אִמוֹ וְדָבַק בְאִשְתוֹ וְהָיו לְבָשָר אֶחָד [בּראשית 2:24]. 6 אַזוי זענען זיי שוין מער נישט 2, נייערט בָשָׂר אֶחָד. דערפאר, וואָס ה' האָט מזווגגעווען, זאָל בני אָדָם נישט צעשיידן. 7 זאָגן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: טאָ פארוואָס האָט מֹשה געבּאָטן צוּ געבּן איר אַ גֶט, און זי אַוועקצוּשיקן [דברים 24:1]? 8 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: מחמת אייער האַרטהאַרציקייט האָט אייך מֹשה דערלויבּט צו גטן אייערע נָשים; אָבּער פוּן אָנהייבּ איז דאָס נישט אַזוי געווען. 9 און איך זאָג אייך, ווער סע גֶט זיך מיט זיין אִשָה, אַחוּץ צוליבּ זנוּת, און וועט חַתוּנה האָבּן מיט אַן אַנדערער, איז אַ נוֹאף. און דער, וואָס האָט חַתוּנה מיט אַ גרוּשה, איז אַ נוֹאף. 10 זאָגן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ די תּלמידים : אויבּ דער עִנין פוּן אִיש און אִשָה איז אַזוי, איז נישט כּדַאי חַתוּנה צוּ האָבּן. 11 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: נישט כל קענען מקבּל זיין דאָס דאָזיקע דָּבָר, אחוץ די צוּ וועמען עס איז געגעבּן געוואָרן. 12 מחמת סע זענען פאַראַן סָריסים, וואָס זענען אַזוי געבּוירן געוואָרן מִבֶּטֶן אִמָּם; און סע זענען פאַראַן סָריסים, וואָס בְּנֵי אָדָם האָבּן זיי מסַרֶס געווען; און פאַראַן סָריסים, וואָס האָבּן זיך אַליין מסַרֶס געווען צוּליבּ דעם מַלכות-השָמַיִם. דער, וואָס קען דאָס מקבּל זיין, זאָל עס מקבּל זיין. 13 יעמאָלט האָט מען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געבּראַכט יְלָדים, כּדי ער זאָל אויף זיי אַרויפלייגן זיינע הענט און זיי בּענטשן. און די תּלמידים האָבּן זיך אויף זיי אָנגעבּייזערט. 14 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: לאָזט די יְלָדים קוּמען צוּ מיר [משיח], און פאַרווערט זיי נישט; ווייל צוּ אַזעלכע געהערט דאָס מַלכות-השָמַיִם. 15 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויף זיי אַרויפגעלייגט זיינע הענט, און האָט אָפּגעקערט פוּן דאָרטן. 16 און הִנֵּה האָט איינער גענעענט, און צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: רֶבּי, וואָס פאַר אַ גוּטס, וואָס פאַר אַ מִצְוָה זאָל איך טאָן, כּדי צוּ האָבּן חַיֵּי עוֹלם? 17 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: פאַרוואָס פרעגסטוּ מיך בּנוֹגֵע דעם, וואָס איז טוֹב? טוֹב איז נאָר איינער, ה'. און אויבּ דוּ ווילסט אַרייַנקוּמען אין חַיים, זיין שומר מִצוות. 18 זאָגט ער צוּ רבי מֵלך המָשיחַ : וועלכע? און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: לֹא תִרְצַח לֹא תִנְאַף לֹא תִגְנֹב לֹא־תַעֲנֶה בְרֵעֲךָ עֵד שָקֶר, 19 כַבֵד אֶת־אָבִיךָ וְאֶת־אִמֶךָ וְאָהַבְתָ לְרֵעֲךָ כָמוֹךָ [שמוֹת 20:12; ויקרא 19:18]. 20 זאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ דער בָּחוּר : דאָס כל האָבּ איך אָפּגעהיט; וואָס נאָך פעלט מיר? 21 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: אויבּ דוּ ווילסט שלימותדיק זיין, גיי און פאַרקויף כל, וואָס דוּ פאַרמאָגסט, און גיבּ עס די עֲנִיִּים, און דוּ וועסט האָבּן אַן אוֹצר אין שָמַיִם; און קוּם און גיי מיר נאָך. 22 אָבּער אַז דער בָּחוּר האָט דאָס דבר געהערט, איז ער אַוועקגעגאַנגען אַ טרויעריקער; מחמת ער האָט געהאַט נְכָסִים רַבִּים. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ זיינע תּלמידים: אָמֵן, איך זאָג אייך, עס איז שווער פאַר אַן עוֹשר אריינצוגיין אין דעם מַלכות-השָמַיִם. 24 און ווידער זאָג איך אייך, עס איז לייַכטער פאַר אַ קעמל דוּרכצוּגיין דוּרך אַ לעכל פוּן אַ נאָדל, ווי פאַר אַן עוֹשר אריינצוגיין אין דעם מַלכות ה'. 25 און אַז די תּלמידים האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיי זיך שטאַרק געחִידושט, און געזאָגט: ווער זשע קען דערלייזט ווערן? 26 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויף זיי געקוּקט, און געזאָגט: בּיי בְּנֵי אָדָם איז עס אוּממעגלעך, אָבּער בּיי ה' איז אַלצדינג מעגלעך. 27 יעמאָלט האָט כֵּיפָא אים געענטפערט: הִנֵּה, מיר האָבּן כל פאַרלאָזט און זענען דיר [ווי משיח] נאָכגעפאָלגט; וואָס וועלן מיר האָבּן דערפאַר? 28 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג אייך, אַז איר, וואָס זענט מיר נאָכגעפאָלגט, וועט בְּהִתְחַדֵּש הַבְּרִיאָה, ווען דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] וועט זיצן אויף זיין כִּסֵא-הַכָּבוד, אויך זיצן אויף 12 טראָנען און מִשפּטן די 12 שבָטים פוּן יִשׂרָאל. 29 און יעדער איינער, וואָס האָט פאַרלאָזט בָּתִים, אָדער אַחִים אָדער אֲחָיוֹת, אָדער אָב, אָדער אֵם, אָדער אִשָּה אָדער בָּנִים, אָדער שָׂדוֹת, פוּן מיין נאָמענוועגן [יהושע/ישוע, זכריה 12-6:11], וועט בּאַקוּמען מֵאָה שְעָרִים, און יַרשענען דאָס חַיֵּי עוֹלם. 30 אָבּער רבים וואָס זענען הָרִאשוֹנִים, וועלן זיין אַחֲרוֹנִים, און די לעצטע - ערשטע.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 18
Top of Page
Top of Page