Matthew 20
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו20

כ מחמת דאָס מַלכות-השָמַיִם איז געגליכן צוּ אַ בַּעל-הַבָּית, וואָס איז אַרויסגעגאַנגען אין דער פרי דינגען פּוֹעֲלִים פאַר זיין כֶּרֶם. 2 און אַז ער האָט זיך בּאַדוּנגען מיט די פּוֹעֲלִים פאַר אַ דינָר אַ יוֹם, האָט ער זיי געשיקט אין זיין כֶּרֶם אַריין. 3 און ווען ער איז אַרויסגעגאַנגען אַרוּם דער 3טער שָעה, האָט ער געזען אַנדערע שטיין ליידיק אויפן מאַרק, 4 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: גייט אויך איר אין כֶּרֶם אַריין, און איך וועל אייך געבּן, וואָס איז רעכט. זענען זיי געגאַנגען. 5 און אַרוּם דער 6טער און 9טער שָעה איז ער ווידער אַרויסגעגאַנגען, און האָט דאָס אייגענע געטאָן. 6 און אַרוּם דער 11טער שָעה איז ער ווידער אַרויסגעגאַנגען, און האָט אָנגעטראָפן אַנדערע שטיין, און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס שטייט איר דאָ ליידיק דעם כל טאָג? 7 האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: מחמת קיינער האָט אוּנדז נישט געדוּנגען. זאָגט ער צוּ זיי : גייט אויך איר אין כֶּרֶם אַריין. 8 און ווען עס איז געוואָרן אָוונט, האָט דער אָדוֹן פוּן דעם כֶּרֶם געזאָגט צוּ זיין מְנַהַל-מֶשֶק-בַּיִת: רוּף די פּוֹעֲלִים, און בּאַצאָל זיי זייער לוין : הייבּ אָן פוּן די לעצטע בּיז צוּ די ערשטע. 9 און אַז די געדוּנגענע פוּן דער 11טער שָעה זענען געקוּמען, האָט יעדער בּאַקוּמען אַ דינָר. 10 און ווען די ערשטע זענען געקוּמען, האָבּן זיי געמיינט, אַז זיי וועלן בּאַקוּמען מער; און זיי האָבּן אויך בּאַקוּמען יעדער איין דינָר. 11 און ווען זיי האָבּן דאָס בּאַקוּמען, האָבּן זיי געמוּרמלט קעגן דעם בַּעל-הַבָּית, 12 און האָבּן געזאָגט: אָט די לעצטע האָבּן געאַרבּעט בּלויז איין שָעה, און דוּ מאַכסט זיי תיכף מיט אוּנדז, וואָס האָבּן געטראָגן די מַשׂא פוּן דעם היץ פון דעם יוֹם. 13 אָבּער ער האָט געענטפערט, און געזאָגט צוּ איינעם פוּן זיי: חבר, איך טוּ דיר נישט קיין עוולה; האָסטוּ דיך נישט בּאַדוּנגען מיט מיר פאַר איין דינָר? 14 נעם דיר דיינס, און גיי; איך וויל אָט דעם לעצטן געבּן אַזויפיל וויפל דיר. 15 טאָר איך נישט טאָן מיט מיין אייגנס, וואָס איך וויל? אָדער איז דיין אויג שלעכט, ווייל איך בּין טוֹב? 16 אַזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטע - לעצט. 17 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויפגעגאַנגען קיין ירוּשָלַיִם, האָט ער גענוּמען די 12 תּלמידים אין אַ יחידות, און אויפן דֶּרֶךְ האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: 18 הִנֵּה, מיר גייען אַרויף קיין ירוּשָלַיִם, און דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] וועט איבּערגעענטפערט ווערן צוּ די ראָשי-כֹּהַנים און די סוֹפרים [רַבָּנִים]; און זיי וועלן אים פאַרמִשפּטן צוּם מָוֶת [משיחס הִסתַּלְקוּת], 19 און אים איבּערענטפערן צוּ די אוּמוֹת אויף שפּאָט, און כּדי געשמיסן און אויפהענגע על-דער בּוֹים תָּלוּי עַל-הָעֵץ [דברים 21:23; שמואל ב 18:14 בן דוד תלוי על העץ; זכריה 12:10, דברים 27:26; ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] צוּ ווערן, און אויפן יוֹם השלישי וועט ער ווידער אויפשטיין תחית-המתים. 20 יעמאָלט האָט גענעענט צוּ אים די אֵם פוּן זַבדיס בָּנִים מיט אירע בָּנִים, און זי האָט אנידערגעפאלן פאַר רבי מֵלך המָשיחַ, און עפּעס פוּן אים פאַרלאַנגט. 21 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר געזאָגט: וואָס איז דיין בַּקָשה? האָט זי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: בּאַפעל, אַז די דאָזיקע בּיידע בָּנִים מייַנע זאָלן זיצן, איינער צוּ דיין רעכטער און איינער צוּ דיין לינקער האַנט, אין דיין [משיחס] מַלכות. 22 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און געזאָגט: איר ווייסט נישט, וואָס איר בּעט! צי קאָנט איר טרינקען דעם כּוֹס, וואָס איך וועל טרינקען? זאָגן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: מיר קאָנען! 23 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי: מיין כּוֹס וועט איר טאַקע טרינקען, אָבּער זיצן צוּ מיין רעכטער, אָדער לינקער האַנט, איז נישט מיינס צוּ געבּן; דאָס איז פאַר די, פאַר וועמען עס איז צוגעגרייט געוואָרן פוּן מיין אלוקים אָבִי. 24 און ווען די 10 האָבּן דאָס געהערט, האָט עס זיי פאַרדראָסן אויף די 2 אַחִים. 25 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי צוּגערוּפן צוּ זיך, און געזאָגט: איר ווייסט, אַז די שָׂרים פוּן די אוּמוֹת הערשן איבּער זיי, און זייערע גדוֹלים געוועלטיקן איבּער זיי. 26 נישט אַזוי זאָל עס אָבּער זיין צווישן אייך; נייערט ווער סע וויל ווערן גָּדוֹל צווישן אייך זאָל זיין אייער מְשָרֵת, 27 און ווער סע וויל זיין ראש צווישן אייך, זאָל זיין אייער עֶבֶד; 28 תיכף ווי דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] איז נישט געקוּמען בּאַדינט צוּ ווערן, נייערט צוּ בּאַדינען, און צוּ געבּן זיין נֶפֶש [ישעיהו 53:10] כֹּפֶר [הגאוּלָה] בְּעַד רַבִּים. 29 און ווען זיי זענען אַרויסגעגאַנגען פוּן ירִיחוֹ, איז אים נאָכגעגאַנגען אַ הַמוֹן עם רַב. 30 און הִנֵּה זענען 2 בּלינדע געזעסן בּיים דֶּרֶךְ, און אַז זיי האָבּן געהערט, אַז רבי מֵלך המָשיחַ גייט פאַרבּיי, האָבּן זיי אויסגעשריגן, און געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, האָבּ רחמים אויף אוּנדז, בֶּן-דָוִד! 31 און דער עוֹלם האָט אויף זיי אָנגעשריגן, אַז זיי זאָלן שטילשווייגן. אָבּער זיי האָבּן נאָך מער געשריגן: אֲדוֹנֵנוּ, האָבּ רחמים אויף אוּנדז, בֶּן-דָוִד! 32 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אָפּגעשטעלט, און זיי צוּגערוּפן, און געזאָגט: וואָס ווילט איר, איך זאָל טאָן פאַר אייך? 33 האבּן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: אָדוֹן, אַז אוּנדזערע אויגן זאָלן געעפנט ווערן! 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך דערבּאַרעמט איבּער זיי, און בּאַרירט זייערע אויגן, און פּלוצלונג זענען זיי זעענדיק געוואָרן, און זענען רבי מֵלך המָשיחַ נאָכגעפאָלגט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 19
Top of Page
Top of Page