Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיהו21 כא און ווען זיי האָבּן גענעענט קיין ירוּשָלַיִם, און זענען געקוּמען קיין בֵּית-פַּגֵי, בּיים הַר-הזֵיתים, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געשיקט 2 תּלמידים. 2 און האָט צוּ זיי געזאָגט: גייט אַריין אין דעם שטעטל, וואָס ליגט אַנטקעגנאיבּער אייך, און תֵיכּף וועט איר געפינען אַן אייזל צוּגעבּוּנדן, און אַ יוּנג אייזעלע מיט איר; בּינדט זיי אָפּ, און בּרענגט זיי צוּ מיר. 3 און אויבּ עמיצער וועט אייך עפּעס זאָגן, טאָ זאָגט: הָאָדוֹן [זען תהלים 110:1] דאַרף זיי האָבּן; און ער וועט זיי תיכף שיקן. 4 און דאָס איז געשען, כּדי עס זאָל מקוּים ווערן, וואָס סע איז געזאָגט געוואָרן דוּרך דעם נָביא: 5 אִמְרו לְבַת־צִיוֹן, הִנֵּה מַלְכֵךְ יָבוֹא לָךְ עָנִי וְרֹכֵב עַל־חֲמוֹר וְעַל־עַיִר בֶן־אֲתֹנוֹת [ישעיהו 62:11; זכריה 9:9]. 6 און די תּלמידים זענען געגאַנגען, און האָבּן געטאָן אַזוי ווי רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי באַפוילן: 7 און האָבּן געבּראָכט דאָס אייזל מיט דעם אייזעלע, און האָבּן אויף זיי אַרויפגעלייגט זייערע מַלבּוּשים, און ער האָט זיך אויף זיי אַרויפגעזעצט. 8 און רבים פוּן דעם המון מענטשן האָבּן אויסגעשפּרייט זייערע מַלבּוּשים אויפן דֶּרֶךְ, און אַנדערע האָבּן אָפּגעשניטן ענָפים פוּן די בּיימער, און האָבּן זיי אויסגעשפּרייט אויפן דֶּרֶךְ. 9 און דאָס עם, וואָס איז געגאַנגען פאָרויס, און די, וואָס זענען אים נאָכגעגאַנגען, האָבּן געשריגן: הוֹשַע-נָא דעם בֶּן-דָוִד! בָּרוּך הַבָּא בְּשֵם ה' הוֹשַע-נָא אין דער הייך [תהלים 26-118:25]. 10 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעקוּמען קיין ירוּשָלַיִם, האָט די כל שטאָט געטוּמלט, און געזאָגט: ווער איז דאָס? 11 און דאָס המון עם האָט געזאָגט: דאָס איז דער נָביא יהושע/ישוע פוּן נצֶרֶת, אין גָלִיל. 12 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית-הַמִקדש אַריין, און האָט אַרויסגעטריבּן כל, וואָס האָבּן פאַרקויפט און געקויפט אין דעם בֵּית-הַמִקדש, און האָט איבּערגעקערט די טישן פוּן די געלטבּייטער, און די בּענק פוּן די טויבּן-פאַרקויפער. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: סע שטייט געשריבּן: בֵיתִי בֵית־תְפִלָה יִקָרֵא, אַךְ אַתֶם הוֹפְכִים אוֹתוֹ לִמְעָרַת פָרִיצִים [ישעיהו 56:7; ירמיהו 7:11]. 14 און די בּלינדע און די לאָמע זענען צוּ אים געקוּמען אין בֵּית-הַמִקדש, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געהיילט. 15 און ווי די ראָשי-כֹּהַנים און סוֹפרים [רַבָּנִים] האָבּן געזען די נִסים וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט געטאָן, און די יְלָדים שרייען אין בֵּית-הַמִקדש [מתי 19:14]: הוֹשַע-נָא לבֶּן-דָוִד האָט עס זיי פאַרדראָסן: 16 און זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: הערסטוּ, וואָס זיי זאָגן? און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: כֵּן, האָט איר קיינמאָל נישט געלייענט: מִפִי עוֹלְלִים וְיוֹנְקִים יִסַדְתָ עֹז [תהלים 8:3]? 17 און ער האָט זיי פאַרלאָזט, און איז פוּן דער שטאָט אַרויסגעגאַנגען קיין בֵּית-הִינִי, און האָט דאָרטן איבּערגענעכטיקט. 18 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אין דער פרי אוּמגעקערט אין דער שטאָט אַריין, איז ער געווען הוּנגעריק. 19 און זעענדיק אַ פייַגנבּוים בּיים דֶּרֶךְ, איז ער צוּ אים צוּגעגאַנגען, און האָט אויף אים גאָרנישט געפוּנען, אַחוּץ בּלעטער. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: פוּן איצט אָן זאָל שוין אויף דיר מער קיינמאָל נישט וואַקסן קיין פֵּירות! און תֵיכּף איז דער פייַגנבּוים פאַרוועלקט געוואָרן. 20 און ווען מָשיחס תַּלמידים האָבּן דאָס געזען, האָבּן זיי זיך געחִידושט, און געזאָגט: וויאַזוי איז דער פייַגנבּוים אַזוי פּלוצלונג פאַרוועלקט געוואָרן? 21 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג אייך, אויבּ איר האָט אֶמוּנה, און טוּט נישט צווייפלען, וועט איר נישט נאָר טאָן דאָס, וואָס ס'איז געטאָן געוואָרן מיטן פייַגנבּוים, נייערט אויבּ איר זאָלט אַפילו זאָגן צוּ דעם דאָזיקן הָר: הייבּ דיך אויף און וואַרף דיך אין יַם אַריין, וועט עס געשען. 22 און אַלצדינג, וואָס איר וועט זיך אויסבּעטן בּיים דאַווענענדיק טאָן דאווענענדיק [לוקס 4-11:1], וועט איר בּאַקוּמען, אויבּ איר האָט אֶמוּנה. 23 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען אין דעם בֵּית-הַמִקדש אַריין, זענען די ראָשי-כֹּהַנים און די זקֵנים פוּן דעם עם צוּ אים צוּגעגאַנגען, ווען ער האָט געלערנט תּוֹרה, און האָבּן געזאָגט: מיט וועמעס רשוּת טוּסטוּ דאָס כל? און ווער האָט דיר געגעבּן דאָס דאָזיקע רשוּת? 24 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: איך וועל אייך אויך פרעגן אַ קַשיא, און אויבּ איר וועט מיר ענטפערן, וועל איך אייך אויך זאָגן, מיט וואָס פאַר רשוּת איך טוּ דאָס כל. 25 די מקוה טבִילה פוּן יוֹחָנָן, פוּן וואַנען איז זי געווען? פוּן שָמַיִם, אָדער פוּן בְּנֵי אָדָם? און זיי האָבּן זיך געשלאַגן מיט דער דֵעה, און געזאָגט: אויבּ מיר וועלן זאָגן: פוּן שָמַיִם, וועט ער צוּ אוּנדז זאָגן: פאַרוואַס האָט איר אים נישט געגלויבּט? 26 וועלן מיר אָבּער זאָגן: פוּן בְּנֵי אָדָם, האָבּן מיר פחד פאַרן דעם המון; מחמת כל האַלטן יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] פאַר אַ נָביא. 27 און זיי האָבּן געענטפערט רבי מֵלך המָשיחַ: מיר ווייסן נישט! האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: אויבּ אַזוי, וועל איך אייך אויך נישט זאָגן מיט וואַס פאַר א רשוּת איך טוּ דאָס. 28 וואָס מיינט איר? אַ בן אדם האָט געהאַט 2 בָּנִים; און ער איז געקוּמען צוּם ערשטן, און האָט געזאָגט : מיין זוּן, גיי אַרבּעט הַיּוֹם אין כֶּרֶם. 29 האָט ער געענטפערט: איך וויל נישט; אָבּער אַזוי האָט ער חתחרטות געהאַט, און איז געגאַנגאַן. 30 און ער איז געקוּמען צוּם צווייטן, און האָט אויך אַזוי געזאָגט, און ער האָט געענטפערט: איך גיי, אָדוֹן; און איז נישט געגאַנגען. 31 ווער פוּן די בּיידע האָט געטאָן דעם רָצון הָאָב? זאָגן זיי: דער ערשטער. זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי : אָמֵן, איך זאָג אייך, די מוֹכסים און די זוֹנות וועלן פריער פאַר אייך אַרייַנקוּמען אין דעם מַלכות ה'. 32 מחמת יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] איז צוּ אייך געקוּמען מיטן דֶרֶך צַדיקים, און איר האָט אים נישט געגלויבּט, אָבּער די מוֹכסים און די זוֹנות האָבּן אים יאָ געגלויבּט; און הַגַם איר האָט עס געזען, האָט איר אַפילו דאַן נישט חתחרטות געהאַט, כּדי אים צוּ גלויבּן. 33 הערט אַן אַנדער מָשל : געווען איז אַ בַּעל-הַבָּית, וואָס האָט געפלאַנצט אַ כֶּרֶם, און האָט אים אַרוּמגעצאַמט מיט א צוים, און אויסגעגראָבּן אין אים אַ קעלטער, און געבּויט אַ מִגְדָּל, און ער האָט אים פאַרדוּנגען צוּ כּוֹרְמִים, און איז אַוועק אין אַן אַנדער לאַנד אַריין. 34 און ווען סע איז געקוּמען דער זמַן פוּן פֵּירות, האָט ער געשיקט זיינע עבָדים צוּ די כּוֹרְמִים, אָפּצוּנעמען זיינע פֵּירות; 35 און די כּוֹרְמִים האָבּן גענוּמען זיינע עבָדים, און איינעם האָבּן זיי געשלאָגן, אַן אַנדערן געטייט, און נאָך אַן אַנדערן פאַרשטיינט. 36 און ער האָט ווידער אַמאָל געשיקט אַנדערע עבָדים, מער ווי פריער; און זיי האָבּן מיט זיי אויך אַזוי געטאָן. 37 דאַן האָט ער צוּ זיי געשיקט זיין זוּן, און געזאָגט: זיי וועלן דֶרֶך-אֶרֶץ האָבּן פאַר מיין זוּן. 38 און אַז די כּוֹרְמִים האָבּן דערזען דעם זוּן, האָבּן זיי געזאָגט צווישן זיך: דאָס איז דער יוֹרֶש [בכור]; קוּמט, לאָמיר אים הַרגענען, און צוּנעמען זיין ירוּשה. 39 און זיי האָבּן אים גענוּמען און אַרויסגעוואָרפן פוּן דעם כֶּרֶם. און האָבּן אים געהַרגעט. 40 על-כּן, אַז הָאָדוֹן פוּן דעם כֶּרֶם וועט קוּמען, וואָס וועט ער טאָן מיט יענע כּוֹרְמִים? 41 זאָגן זיי צו אים: ער וועט יענע רשָעים אוּמבּרענגען אויף אַ מוֹרֶאדיקן אוֹפן, און פאַרדינגען דעם כֶּרֶם צוּ אַנדערע כּוֹרְמִים, וואָס וועלן אים אָפגעבּן די פֵּירות צוּ זייער צייט. 42 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: האָט איר קיינמאָל נישט געלייענט דעם פָּסוק: אֶבֶן מָאֲסו הַבוֹנִים הָיְתָה לְרֹאש פִנָה; מֵאֵת ה' הָיְתָה זֹאת הִיא נִפְלָאת בְעֵינֵינו, [תהלים 23-118:22]. 43 דערפאר זאָג איך אייך : דאָס מַלכות ה' וועט פוּן אייך אַוועקגענוּמען ווערן, און געגעבּן ווערן צוּ אַ עם, וואָס וועט אַרויסבּרענגען זיינע פֵּירות. 44 וְהַנוֹפֵל עַל הָאֶבֶן הַזֹאת יִשָבֵר לִרְסִיסִים [דניאל 35-2:34; ישעיהו 15-8:14], אויף וועמען אבער ער וועט פאלן, וועט ער אים צעמאלן. 45 און ווען די ראָשי-כֹּהַנים און די פּרוּשים האָבּן געהערט זיינע משָלים, האָבּן זיי זיך משַער געווען, אַז ער האָט גערעדט וועטן זיי. 46 און הַגַם זיי האָבּן געזוּכט אים צוּ כאַפּן, האָבּן זיי אָבּער פחד געהאַט פאַרן די המונים מענטשן, מחמת מען האָט רבי מֵלך המָשיחַ געהאַלטן פאַר אַ נָביא. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |