Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיהו22 כב און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ווידער צוּ זיי גערעדט מיט משָלים, אַזוי צוּ זאָגן: 2 דאס מַלכות-השָמַיִם איז געגליכן צוּ אַ מֵלך, וואָס האָט חתוּנה געמאַכט זיין זוּן, 3 און ער האָט געשיקט זיינע עבָדים צוּ רוּפן די, וואָס זענען געווען פאַרבּעטן אויף דער חתוּנה, אָבּער זיי האָבּן נישט געוואָלט קוּמען. 4 האָט ער נאָכאַמאָל געשיקט אַנדערע עבָדים, און געזאָגט: זאָגט די, וואָס זענען געבּעטן: הִנֵּה, מיין סעוּדה איז שוֹין אָנגעגרייט; מיינע אָקסן און מיינע פעטע רינדער זענען שוֹין געשחטן, און כל מוכן; בואו לחתונה. 5 אָבּער זיי דאָבּן זיך דערפון גאָרנישט געמאַכט, און זענען זיך געגאַנגען, ווער צוּ זיין שָׂדֶה, און ווער צוּ זיין מִסחר; 6 און די איבּעריקע האָבּן גענוּמען זיינע עבָדים, און האָבּן זיי מִאוס בּאַהאַנדלט, און געטייט. 7 און דער מֵלך איז אין כַּעס געוואָרן, און האָט געשיקט זיינע חַיִל, און אוּמגעבּראַכט יענע רוֹצחים, און פאַרבּרענגט זייער שטאָט. 8 דאַן האָט ער געזאָגט צוּ זיינע עבָדים: די חתוּנה איז גרייט, אָבּער די, וואָס זענען געווען פאַרבּעטן, זענען נישט ווערט געווען. 9 גייט זשע אהין אויף די שייֵד-וועגן, און וועמען איר וועט טרעפן, פאַרבּעט אויף דער חתוּנה. 10 זענען די עבָדים אַרויסגעגאַנגען אויף די דֶרֶך, און האָבּן אייַנגעזאַמלט כל, וועמען זיי האָבּן געפונען, סיי רָעִים און טוֹבִים; און די חתוּנה איז געוואָרן פוּל מיט געסט. 11 און ווען דער מֵלך איז אַרייַנגעקוּמען אָנקוּקן די געסט, האָט ער דאָרטן געזען אַ בן אדם, וואָס האָט נישט געטראָגן קיין חַתוּנה-מַלבּוש [יוח' 3:3; קול' 10-3:9; אפס' 4:24]. 12 און ער האָט צוּ אים געזאָגט: חבר, וויאַזוי בּיסטוּ אַהער אַרייַנגעקוּמען אָן אַ חַתוּנה-מַלבּוש? און ער איז פארשטוּמט געוואָרן. 13 יעמאָלט האָט דער מֵלך געזאָגט צוּ זיינע עבָדים: בּינדט אים הענט און רגלים, און וואָרפט אים אַרויס אין דער דרויסנדיקער חוֹשֶך; דאָרט וועט זיין הַיְלָלָה וַחֲרוֹק הַשִנַּים. 14 מחמת רבים זענען גערוּפן געוואָרן, אָבּער ווינציק אויסדערוויילט [זען כיפא ב 1:10; מתי 24:22]. 15 יעמאָלט זענען די פּרוּשים געגאַנגען און האָבּן זיך אַן עֵצה געהאַלטן, וויאַזוי אים צוּ כאַפּן בּיי זיינע רייד. 16 און זיי האָבּן צוּ אים געשיקט זייערע תּלמידים, מיט די הוֹרדוס-לייַט, אַזוי צוּ זאָגן : רֶבּי, מיר ווייסן, אַז דוּ זאָגסט דעם אֶמת, און אַז אַתָּה מוֹרֶה עַל-פִּי הָאֶמת דעם דֶּרֶךְ ה'; און דיך אַרט נישט קיינער, מחמת דוּ בּיסט קיינעם נישט נוֹשׂא-פָּנים. 17 על-כּן, זאָג אוּנדז וואָס דוּ מיינסט: מעג מען געבּן שטייער דעם קסר, אָדער נישט? 18 רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָבּער דערקענט זייער רַע, און געזאָגט: פאַרוואָס פּרוּאווט איר מיך אויס, איר צבוּעִים? 19 ווייזט מיר דאָס שטייער-געלט. האָבּן זיי רבי מֵלך המָשיחַ געבּראַכט אַ דינָר. 20 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: וועמעס איז דאָס דאָזיקע בּילד און די אויפשריפט? 21 זאָגן זיי : דעם קסרס. יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: גיט דערפאר דעם קסר דאָס, וואָס איז דעם קסרס, און צוּ ה' דאָס, וואָס איז ה'ס! 22 און ווען זיי האָבּן דאָס געהערט, זענען זיי נִשתּוֹמם געוואָרן; און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אָפּגעלאָזט און זענען אַוועקגעגאַנגען. 23 אין יענעם יוֹם זענען צוּ אים געקוּמען צדוּקים, וואָס זאָגן, אַז ס'איז אֵין תּחִיַת-המֵתים; און זיי האָבּן אים געפרעגט, 24 אַזוי צוּ זאָגן: רֶבּי, מֹשה [רבינו] האָט געזאָגט: אויבּ אִיש אִם יָמות ובָנִים אֵין לוֹ יִקַח אָחִיו אֶת אִשְתוֹ וְיָקִים זֶרַע לְאָחִיו [דברים 6-25:5]. 25 געווען זענען בּיי אוּנדז 7 אַחִים. דער ערשטער האָט חַתוּנה געהאַט, און איז נִפְטָר, און אַזוי ווי ער האָט נישט געהאַט קיין זֶרַע, האָט ער איבּערגעלאָזט זיין אִשָה פאַר זיין אָח. 26 און אַזוי איז אויך געווען מיטן 2טער, און דעם 3טער, בּיזן 7טער. 27 און צוּם סוֹף, נאָך כל, איז נִפְטָר דאָס אִשָה אוֹיכעט. 28 נוּ, בּיי תּחִיַת-המֵתים, וועמעס אִשָה פוּן די 7 וועט זי זיין? מחמת זיי כל האָבּן זי געהאַט. 29 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: איר מאַכט אַ טָעות, ווייל איר קענט נישט די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש, און אויך נישט די גּבוּרַת ה'. 30 מחמת בּיי תּחִיַת-המֵתים האָבּן זיי נישט חַתוּנה, און מע טוּט זיי אויך נישט חַתוּנה מאַכן, נייערט זיי זענען ווי די מַלאָכים אין שָמַיִם. 31 און וואָס שַייך תּחִיַת-הַמֵתים, האָט איר נישט געלייענט, וואָס איז צוּ אייך געזאָגט געוואָרן פוּן ה': 32 איך בּין דער אלוקים פוּן אַברָהם, און דער אלוקים פוּן יִצחָק, און דער אלוקים פוּן יַעקֹב? [שמות 3:6]? ער איז נישט דער אֱלוקֵי הַמֵתִים, נייערט אֱלוקֵי הַחַיּים. 33 און אַז די המונים מענטשן האָט דאָס געהערט, זענען זיי נִשתּוֹמם געוואָרן איבּער זיין תּוֹרה. 34 און ווען די פּרוּשים האָבּן געהערט, אַז ער האָט די צדוּקים פאַרשטאָפּט דאָס מויל, האָבּן זיי זיך פאַרזאַמלט אינאיינעם. 35 און איינער פוּן זיי, אַ בּעל תּוֹרה, האָט אים געפרעגט אַ שַאלֶה, כּדי אים צוּ פּרוּאוון; 36 רֶבּי, וועלכע איז די גרעסטע מצוה אין דער תּוֹרה? 37 האָט ער צוּ אים געזאָגט: וְאָהַבְתָ אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְכָל־לְבָבְךָ ובְכָל־נַפְשְךָ ובְכָל מְאֹדֶךָ [דברים 6:5]. 38 זֹאת הַמִצְוָה הַגְדוֹלָה וְהָרִאשוֹנָה. 39 הַשְנִיָה דוֹמָה לָהּ: וְאָהַבְתָ לְרֵעֲךָ כָמוֹךָ [ויקרא 19:18]. 40 אויף די דאָזיקע 2 מִצוות הענגט אָפּ די כל תּוֹרה און די נבִיאים. 41 און ווען די פּרוּשים זענען געווען פאַרזאַמלט אינאיינעם, האָט זיי רבי מֵלך המָשיחַ געפרעגט אַ קַשיא, אַזוי צוּ זאָגן: 42 וואָס דענקט איר וועגן דעם המָשיחַ? וועמעס זוּן איז ער? זאָגן זיי צוּ אים: דָוִדס. 43 זאָגן רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי: טאָ ווי קוּמט עס, וואָס דָוִד רוּפט אים בְּרוּח-הקדש אֲדוֹן, ווען ער זאָגט: 44 נְאֻם ה' לַאדֹנִי: שֵב לִימִינִי עַד־אָשִית אֹיְבֶיךָ הֲדֹם לְרַגְלֶיךָ [תּהלים 110:1]? 45 על-כּן, אויבּ דָוִד רוּפט אים אֲדוֹנִי, וויאַזוי איז ער זיין זוּן? 46 און קיינער האָט אים נישט געקענט ענטפערן קיין דָּבָר. און פוּן יענעם יוֹם אָן האָט זיך שוֹין מער קיינער נישט דערוועגט אים צוּ פרעגן קיין קַשיא. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |