Matthew 23
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו23

כג יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ גערעדט צוּם המונים עם און צוּ משיחס תַּלמידים: 2 די סוֹפרים [רַבָּנִים] און די פּרוּשים זיצן אויף כִּסֵא מֹשה; 3 דערפאר, כל וואָס זיי זאָגן אייך, זאָלט איר טאָן און זיין פרום שומר [זען מהש 26-21:18], אָבּער טוּט נישט נאָך זייערע מַעשׂים; מחמת זיי זאָגן, און טוּען נישט. 4 זיי בּינדן שווערע מַשׂאות, וואָס זענען שווער צוּ דערטראָגן, און לייגן זיי אַרויף אויף די אַקסלען פוּן בני אדם; אָבּער זיי אַליין רירן נישט קיין פינגער צוּ זיי. 5 און כל זייערע מַעשׂים זיי טאן, כּדי בְּנֵי אָדָם זאָלן זיי זען. מחמת זיי מאַכן בּרייט זייערע תּפִילין און לאַנג די צִיצית. 6 און האָבּן ליבּ המּקֹמוֹת הַנִּכְבָּדים אויף סעוּדות, און די ערשטע ערטער אין די שוּלן, 7 און בְּנֵי אָדָם זאָל זיי אָפּגעבּן שָלום אין די מאַרקפּלעצער, און בְּנֵי אָדָם זאָלן זיי רוּפן: רֶבּי! 8 אָבּער איר זאָלט זיך נישט לאָזן רוּפן רֶבּי, מחמת איינער איז אייער רֶבּי [רבי מֵלך המָשיחַ], און איר כל זענט אַחִים במשיח. 9 און רוּפט קיינעם נישט אויף דער ערד אייער אָב, מחמת איינער איז אייער אלוקים הָאָב שבּשמים. 10 איר זאָלט זיך אויך נישט לאָזן רוּפן איש מוֹרֵה דֶרֶך, מחמת איינער איז אייער מוֹרֵה דֶרֶך - דער רבי מֵלך המָשיחַ. 11 און דער גָדוֹל צווישן אייך זאָל זיין אייער מְשָרֵת; 12 און ווער סע וועט זיך אַליין דערהייכן, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער סע וועט זיך אַליין דערנידעריקן, וועט ווערן דערהייכט. 13 אָבּער וויי צוּ אייך, סוֹפרים [רַבָּנִים] און פּרוּשים, איר צבוּעִים! מחמת איר פאַרשליסט דאָס מַלכות-השָמַיִם פאַר בְּנֵי אָדָם; נישט איר אַליין גייט אַריין, און נישט איר לאָזט אַרייַנגיין די, וואָס ווילן אַרייגיין. 14 וויי צוּ אייך, סוֹפרים [רַבָּנִים] און פּרוּשים, איר צבוּעִים! מחמת איר שלינגט איין די בָּתִים פוּן אַלמָנות, און פאר כּלוֹמרשטיק דאַוונט איר לאַנג ; דערפאַר וועט איר קריגן אַ האַרבּערן פּסק דִין. 15 וויי צוּ אייך, סוֹפרים [רַבָּנִים] און פּרוּשים, איר צבוּעִים! מחמת איר פאָרט אויס יַם און יַבָּשה צוּ מאַכן איינעם אַ גֶר; און ווען ער ווערט עס שוין, מאַכט איר אים פאַר אַ בֶּן-גיהֶנום, 2 מאָל ערגער פוּן אייך. 16 וויי צוּ אייך, איר מוֹרֵי דֶרֶך עִוְרִים, וואָס זאָגט: ווער סע שווערט בּיים הֵיכל, איז עס גאָרנישט; אָבּער ווער סע שווערט בּיים זָהָב פוּן הֵיכל, איז חַייב. 17 איר נאַראָנים און בּלינדע! מחמת וואָס איז גרעסער: דאָס זָהָב, אָדער דער הֵיכל, וואָס הייליקט דאָס זָהָב? 18 און : ווער סע שווערט בּיים מִזַבֵּחַ, דאָס איז גאָרנישט; אָבּער ווער סע שווערט בּיים קָרבּן, וואָס איז אויף מזבּח, איז הַייב. 19 איר בּלינדע! מחמת וואָס איז גרעסער, דער קָרבּן, אָדער דער מִזבֵּחַ, וואָס הייליקט דעם קָרבּן? 20 דערפאר, דער, וואָס שווערט בּיים מִזבֵּחַ, שווערט בּיי אים, און בּיי כל, וואָס איז אויף אים. 21 און דער, וואָס שווערט בּיים הֵיכל, שווערט בּיי אים, און בּיי דעם, וואָס וואוינט אין אים. 22 און דער, וואָס שווערט בּיים שָמַיִם, שווערט בּיי דעם כִּסֵא-הכבוד ה' , און בּיי דעם, וואָס זיצט דערויף. 23 וויי צוּ אייך, סוֹפרים [רַבָּנִים] און פּרוּשים, איר צבוּעִים! מחמת איר גיט מַעשׂר פוּן מיענטע און אַניִז און קיִמל, און האָט נישט מקַיים געווען די חָשוּבערע זאַכן פוּן דער תּוֹרה : מִשפּט, און חֶסֶד, און אֱמוּנה ! די דאָזיקע האָט איר בּאַדאַרפט טאָן, און יענע נישט פארנאכלעסיקן. 24 איר מורֵי דֶרֶך עִוְרִים, איר זייֵעט דוּרך אַ מוק, און שלינגט אראָפּ אַ קעמל. 25 וויי צוּ אייך, סוֹפרים [רַבָּנִים] און פּרוּשים, איר צבוּעִים! מחמת איר רייניקט דעם כּוֹס און די שיסל, פוּן אויסנווייניק, אָבּער אינעווייניק זענען זיי פוּל מיט גזֵילה און תַאַוְתָנוּת [נישט-איינגעהאלטנקייט]. 26 דוּ בּלינדער פּרוּש, רייניק קוֹדם-כל דעם כּוֹס און די שיסל פוּן אינעווייניק, כּדי זיי זאָלן אויך ווערן טָהוֹר פוּן אויסנווייניק. 27 וויי צוּ אייך, סוֹפרים [רַבָּנִים] און פּרוּשים, איר צבוּעִים! מחמת איר זענט געגליכן צוּ געקאַלכטע קבָרים, וואָס אויסערלעך זעען זיי אויס שיין, אָבּער אינעווייניק זענען זיי פוּל מיט בּיינער פוּן מֵתים, און מיט יעדער טוּמאה [זען ישעיהו 64:6; ירמיהו 17:9]. 28 טאקע אַזוי זעט איר אויסערלעך אויס ווי צַדיקים פאַר בְּנֵי אָדָם, אָבּער אינעווייניק זענט איז פוּל מיט צביעות און קעגן די תּוֹרה הפקר-פעטרושקע! 29 וויי צוּ אייך, סוֹפרים [רַבָּנִים] און פּרוּשים, איר צבוּעִים! מחמת איר בּויט די קבָרים פוּן די נבִיאים, און בּאַצירט די מַצֵבות פוּן די צַדיקים, 30 און זאָגט: אויבּ מיר וואָלטן געלעבּט אין די יום פוּן אבותינו, וואָלטן מיר נישט געהאַט קיין חֶלֶק מיט זיי אין דעם דָּם פוּן די נבִיאים. 31 דערמיט זאָגט איר אויף זיך אַליין עֵדות, אַז איר זענט די בּנים פון די נביאים-מערדער. 32 דערפאר, מאַכט פוּל די מאָס פוּן אייערע אָבות. 33 איר נְחָשים! בְּנֵי צִפְעוֹנִים! וויאַזוי וועט איר אַנטרינען פוּן דעם מִשפּט פוּן גיהֶנום? 34 דערפאר הִנֵּה שיק איך צוּ אייך נבִיאים, און חַכָמים און סוֹפרים [רַבָּנִים]; עטלעכע פוּן זיי וועט איר טייטן, און לאָזן אויפהענגע על-דער בּוֹים; און עטלעכע פוּן זיי וועט איר שמייסן אין אייערע שוּלן, און רוֹדֶפן פוּן שטעטל צוּ שטעטל, 35 כּדי אויף אייך זאָל קוּמען דאָס כל רעכטפאַרטיקע דָּם, וואָס איז פאַרגאָסן געוואָרן אויף הארץ, פוּן דעם דָּם פוּן הֶבֶל-הַצַדיק בּיז דעם דָּם פוּן זכַריָה [זען דברי הימים בּ 21-24:20; לוקס 11:51], וועמען איר האָט געטייט צווישן דעם הֵיכל און מִזבֵּחַ. 36 אָמֵן, איך זאָג אייך, דאָס כל וועט קוּמען אויף דעם דאָזיקן דוֹר. 37 אָ ירוּשָלַיִם, ירוּשָלַיִם, וואָס הַרגעסט די נבִיאים, און פאַרשטיינסט די, וואָס זענען געשיקט צוּ דיר! וויפל מאָל האָבּ איך געוואָלט אייַנזאַמלען דיינע קינדער, ווי אַ הוּן זאַמלט איין אירע הינדלעך אוּנטער אירע פליגל, און איר האָט נישט געוואָלט! 38 הִנֵּה, אייער בֵּית וועט אייך בּלייבּן חָרוב [זען חורבן פון בית המקדש שני דאָ איז געווען פאַרויסגעזאָגט דורך דער משיח]. 39 מחמת איך זאָג אייך, פוּן איצט אָן וועט איר מיך מער נישט זען, בּיז איר וועט זאָגן: בָּרוּך הַבָּא בְשֵם ה' [תהלים 118:26].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 22
Top of Page
Top of Page