Matthew 24
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו24

כד און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויס פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש, און איז אוועקגעגאנגען, און משיחס תַּלמידים האָבּן צוּ אים גענעענט, כּדי אים צוּ ווייזן די בִּניָנים פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש. 2 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: זעט איר דאָס כל? אָמֵן, איך זאָג אייך, סע וועט דאָ נישט בּלייבּן אַ שטיין אויף אַ שטיין, וואָס וועט נישט אַראָפּגעוואָרפן ווערן [זען חורבן פון בית המקדש שני דאָ איז געווען פאַרויסגעזאָגט דורך דער משיח]. 3 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געזעסן אויף דעם הַר-הזֵיתים, האָבּן גענעענט צוּ אים משיחס תַּלמידים אין אַ יחידות, ווען זיי זענען געווען אַליין, און האָבּן געזאָגט: זאָג אוּנדז, ווען וועט דאָס געשען, און וואָס וועט זיין דער אוֹת פוּן דיין קוּמען [בּיאת המשיח], און פוּן דעם קץ העולם? 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: זעט אַז קיינער זאָל אייך נישט פאַרפירן. 5 מחמת רבים וועלן קוּמען אין מיין נאַמען [משיח], און זאָגן: איך בּין דער רֶבּי מֵלך המָשיחַ; און וועלן רבים פאַרפירן. 6 און איר וועט הערן פוּן מִלחָמות, און שמוּעות פוּן מִלחָמות, שִׂימוּ לֵב, אַל תִבָּהֲלוּ ; מחמת דאָס כל מוּז קוּמען, אָבּער דער קץ איז דאָס נישט. 7 מחמת גוֹי וועט אויפהויבּן קעגן גוֹי, און מלוּכה קעגן מלוּכה, און סע וועלן זיין רָעָב און ערדציטערנישן אין פאַרשידענע ערטער. 8 אָבּער דאָס כל איז בּלויז דער אָנהייבּ פוּן די ווייֵען. 9 יעמאָלט וועלן זיי אייך איבּערענטפערן צוּ בּאַדריקונג, און אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאַסט פוּן כל אוּמות פוּן מיין נאָמענוועגן. 10 און יעמאָלט וועלן רבים געשטרויכלט ווערן, און פאַרראָטן איינער דעם אַנדערן, און פיינט האָבּן איינער דעם אַנדערן. 11 און רבים נְבִיאֵי שֶקֶר וועלן אויפשטיין, און וועלן רבים פאַרפירן. 12 און ווייל דאָס רַע וועט זיך פאַרמערן, וועט די אַהֲבַת רַבִּים אָפּגעקילט ווערן. 13 אָבּער דער, וואָס וועט אויסהאַלטן בּיזן קץ, הוּא יִוָּשַע [מתי 1:21; וועט געראטעוועט ווערן]. 14 און די דאָזיקע בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן דעם מַלכות-השָמַיִם וועט געדרשנט ווערן אין דער כל וועלט, ווי אַן עֵדות צוּ כל אוּמות; און דאַן וועט קוּמען דער קץ. 15 דערפאר, ווען איר וועט זען הַשִּקּוּץ הַמְשוֹמֵם, דעם אומווירדיקייט פוּן דער פאַרוויסטוּנג, וואָס פוּן אים רעדט דָנִיאֵל הַנָביא [דניאל 9:27; 11:31; 12:11], שטיין אין מָקוֹם-קָדוש - זאָל דער, וואָס לייענט, פאַרשטיין - 16 יעמאָלט זאַלן די, וואָס זענען אין יהוּדה, אַנטרינען אין די הַר; 17 זאָל דער, וואָס איז אויפן דאָך, נישט אַראָפּגיין נעמען עפּעס פוּן זיין בֵּית; 18 און זאָל דער, וואָס איז אין שָׂדֶה, זיך נישט אוּמקערן צוּ נעמען זיין בּעקעטשע. 19 אָבּער וויי איז צוּ די, וואָס זענען מעוּבֶּרֶת, און וואָס גיבּן צוּ זייֵגן בַּיָּמים הָהֵם! 20 און דאווענען, אַז אייער אַנטרינוּנג זאָל נישט געשעען אין ווינטער, און נישט שַבּת. 21 מחמת יעמאָלט וועט זיין צָרָה גְדוֹלָה, אַזאַ, וואָס איז נאָך נישט געווען פוּן בראשית העולם בּיז איצט, און וועט שוֹין מער נישט זיין. 22 און אויבּ יענע טעג וואלטן נישט פאַרקירצט געוואָרן, וואָלט קיין שוּם בָּשׂר-ודָם נישט נִיצול געוואָרן; נייערט צוּליבּ די אויסדערוויילטע [זען מתי 22:14] וועלן יענע טעג יאָ פאַרקירצט ווערן . 23 אויבּ סע וועט יעמאָלט ווער צוּ אייך זאָגן: הִנֵּה דאָ איז דער רֶבּי מֵלך המָשיחַ! אָדער : דאַרטן איז ער! זאַלט איר עס נישט גלויבּן. 24 מחמת סע וועלן אויפשטיין מְשִיחֵי שֶקֶר, און נבִיאֵי שֶקֶר, וואָס וועלן בּאַווייזן גרויסע נִסים ונפלאות, כּדי צוּ פאַרפירן, אויבּ מעגלעך, אַפילו די סאַמע אויסדערוויילטע [הַבְּחִירִים]. 25 הִנֵּה, איך האָבּ עס אייך פאַרויסגעזאָגט. 26 דערפאר, ווען זיי וועלן צוּ אייך זאָגן : הִנֵּה, ער איז אין דער מִדבּר, זאָלט איר נישט אַרויסגיין; הִנֵּה ער איז בּחדרי חדרים, זאָלט איר עס נישט גלויבּן. 27 מחמת ווי דער בּליץ קוּמט אַרויס פוּן מִזרח און לייכט בּיזן מַערב, אַזוי וועט זיין דאָס בּיאת בַּר-אֱנָשׁ [משיח, דניאל 7:13]. 28 אָוואוּ ס'איז די נבֵילה, דאָרט וועלן זיך די אָדלערס פאַרזאַמלען. 29 און תֵיכּף נאָך דער צָרה פוּן יענע טעג [מתי 24:21], וועט די זוּן פינצטער ווערן, און די לבָנה וועט נישט געבּן איר אוֹר, און די שטערן וועלן פאַלן פוּן שָמַיִם, און די כוחות פוּן שָמַיִם וועלן דערשיטערט ווערן. 30 און יעמאָלט וועט זיך בּאַווייַזן דער אוֹת פוּן דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] אין שָמַיִם, און כל מִשפָּחות פוּן דער ערד וועלן קלאָגן, און זיי וועלן זען דעם בַּר-אֱנָשׁ קוּמען אויף די וואָלקנס פוּן שָמַיִם מיט גבוּרה און הָדָר כבוד [דניאל 14-7:13]. 31 און ער וועט אַרויסשיקן זיינע מַלאָכים מיט אַ שטאַרקן קוֹל פוּן אַ שוֹפר, און זיי וועלן איינזאמלען [תסלב 2:1] זיינע אויסדערוויילטע פוּן די 4 ווינטן, פוּן איין עק שָמַיִם בּיזן אַנדערן עק הימל. 32 און פון דעם פיינבּוים לערנט זיך דאָס מָשל: ווען זיין צווייג ווערט זאַפטיק און גיט אַרויס בּלעטער, יעמאָלט ווייסט איר, אַז דער זוּמער איז נאָענט. 33 אַזוי אויך איר, ווען איר וועט דאָס כל זען, טאָ ווייסט, אַז ער איז נאָענט בּיי דער פֶּתַח. 34 אָמֵן, איך זאָג אייך, דער דאָזיקער דוֹר וועט נישט פאַרגיין, בּיז דאָס כל וועט געשען. 35 שָמַיִם און הארץ וועלן פאַרגיין, אָבּער מיינע דבָרים וועלן בּשום אופן נישט פאַרגיין. 36 און פוּן יענעם יוֹם און שָעה ווייסט קיינער נישט, אַפילו נישט די מַלאָכים אין שָמַיִם, אויך נישט דער זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], נייערט נאָר דער אלוקים הָאָב אַליין. 37 און אזויווי עס איז געווען אין די טעג פוּן נֹחַן, אַזוי וועט זיין דאָס בּיאת בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח]. 38 מחמת ווי אין יענע טעג פאַרן מַבּול האָבּן זיי געגעסן און געטרוּנקען, הַתוּנה-געהאַט, און חַתוּנה געמאַכט, בּיזן יוֹם ווען נֹחַ איז אַרייַנגעגאַנגען אין דער תֵּיבה, 39 און זיי האָבּן נישט געוואוּסט, בּיז דער מַבּול איז געקוּמען, און האָט זיי כל אָפּגעמעקט; טאקע אַזוי וועט זיין דאָס בּיאת בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח]. 40 יעמאָלט וועלן 2 זיין אין שָׂדֶה; איינער ווערט מיטגענומען, און דער אַנדערער וועט איבּערגעלאָזט ווערן. 41 2 פרויען וועלן מאָלן מיט דעם מיִלשטיין; איינע ווערט מיטגענומען, און די אַנדערע וועט איבּערגעלאָזט ווערן. 42 דערפאר וואַכט, מחמת איר ווייסט נישט אין וואָסער יוֹם אֲדוֹנְכֶם קוּמט. 43 אָבּער דאָס זאָלט איר וויסן, אַז אויבּ דער בַּעל-הַבָּית וואָלט געוואוּסט אין וואָסער משמר דער גַנב וועט קוּמען, וואָלט ער געהאַלטן וואַך און נישט צוּגעלאָזט, אַז זיין בֵּית זאָל אייַנגעבּראָכן ווערן. 44 דערפאר זאָלט איר אויך זיין גרייט! מחמת דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט קוּמען אין אַ שָעה, ווען איר מיינט נישט. 45 ווער איז אָבּער דער געטרייער און קלוּגער עֶבֶד, וועמען הָאָדוֹן האָט געזעצט איבּער בְּנֵי בֵּיתוֹ, צוּ געבּן זיי זייער אֹכֶל אין דער רעכטער צייט? 46 אַשְרֵי איז יענעם עֶבֶד, וואָס ווען זיין אָדוֹן וועט קוּמען, וועט ער אים טרעפן טאָן אַזוי. 47 אָמֵן, איך זאָג אייך, ער וועט אים זעצן איבּער כל זיינע גיִטער. 48 אויבּ אָבּער יענער שלעכטער עֶבֶד וועט זאָגן אין זיין לֵב: אָדוֹנִי בּוֹשֵש לָבוֹא [כיפא ב 3:4], 49 און ער וועט אָנהייבּן שלאָגן זיינע מיטקנעכט, און עסן און טרינקען מיט שִיכּוּרים, 50 יעמאָלט וועט הָאָדוֹן פוּן יענעם עֶבֶד קוּמען אין אַ יוֹם, אויף וועלכן ער ריכט זיך נישט, און אין אַ שָעה, פוּן וואָס ער ווייס נישט; 51 און ער וועט אים צעמֵמיתן, און בּאַשטימען זיין חֶלֶק מיט די צבוּעִים; דאָרט וועט זיין הַיְלָלָה וַחֲרוֹק הַשִנַּים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 23
Top of Page
Top of Page