Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיהו25 כה יעמאָלט וועט דאָס מַלכות-השָמַיִם זיין געגליכן צוּ 10 עלמוֹת, וואָס האָבּן גענוּמען זייערע מנורות, און זענען אַרויסגעגאַנגען מקַבּל-פָּנים זיין דעם חָתן. 2 5 פוּן זיי זענען געווען נאָריש, און 5 קלוּג. 3 מחמת די נאַרישע האָבּן גענוּמען זייערע מנורות, און נישט מיטגענוּמען מיט זיך קיין שֶמֶן; 4 די קלוּגע אָבּער האָבּן גענוּמען שֶמֶן אין זייערע כֵּלים, צוּזאַמען מיט זייערע מנורות. 5 און בּשעת דער חָתן בּוֹשֵש לָבוֹא [כיפא ב 3:4], האָבּן זיי כל געדרימלט און זענען אייַנגעשלאָפן. 6 אָבּער אַרוּם האַלבּער נאַכט האָט זיך דערהערט אַ געשריי: הִנֵּה דער חָתן קומט! גייט אים אַנטקעגן! 7 יעמאָלט האָבּן זיך כל עלמות אויפגעכאַפּט, און האָבּן צוּרעכט געמאַכט זייערע מנורות. 8 און די נאַרישע האָבּן געזאָגט צוּ די קלוּגע: גיט אוּנדז אַ בִּסל פוּן אייער שֶמֶן, ווייל אוּנדזערע מנורות גייען אויס. 9 אָבּער די קלוּגע האָבּן געענטפערט: לֹא, טאָמער וועט נישט זיין גענוּג פאַר אוּנדז און פאַר אייך! גייט ליבּערשט צוּ הַמּוֹכְרִים, און קויפט אייך. 10 און ווען זיי זענען אַוועקגעגאַנגען קויפן, איז אָנגעקוּמען דער חָתן; און די, וואָס זענען געווען גרייט, זענען אַרייַנגעגאַנגען מיט אים צוּ דער חַתוּנה, און די דֶּלֶת איז פאַרשלאָסן געוואָרן [זען בראשית 7:16]. 11 דאַן זענען אויך געקוּמען די אַנדערע עלמות, און האָבּן געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, אֲדוֹנֵנוּ [זען מתי 23-7:21], עפן אויף פאַר אוּנדז. 12 אָבּער ער האָט געענטפערט: אָמֵן, איך זאָג אייך, איך קען אייך נישט [מתי 7:23]. 13 דערפאר וואַכט, ווייל איר ווייסט נישט דעם יוֹם, אָדער די שָעה! 14 מחמת עס איז אַזוי ווי אַ בן אדם, וואָס האָט געוואָלט אַוועקפאָרן, און ער האָט גערוּפן זיינע עבָדים, וַיִּמְסוֹר זיי זיין רְכוּש. 15 און איינעם האָט ער געגעבּן 5 טאַלאַנטן, אַן אַנדערן 2, און אַן אַנדערן איינעם, יערן לויט זיין עֵרֶך, און דאַן איז ער אַוועקגעפאָרן. 16 און דער, וואָס האָט בּאַקוּמען די 5 טאַלאַנטן, איז תֵיכּף אַוועקגעגאַנגען און האָט מיט זיי געהאַנדלט, און פאַרדינט אַנדערע 5 טאַלאַנטן. 17 און אויך דער, וואָס האָט בּאַקוּמען 2, האָט פאַרדינט אַנדערע 2. 18 און דער, וואָס האָט בּאַקוּמען איינעם, איז געגאַנגען און האָט געמאַכט אַ גרוּבּ אין דער ערד, און פאַרבּאָרגן כֶּסֶף אֲדוֹנָיו. 19 און נאָך אַ לענגערער צייט קומט הָאָדון פוּן יענע עבָדים, און געמאַכט מיט זיי אַ חֶשבּון. 20 און גענעענט האָט דער, וואָס האָט בּאַקוּמען 5 טאַלאַנטן, און געבּראַכט אַנדערע 5 טאַלאַנטן, און געזאָגט: אֲדוֹנִי, דוּ האָסט מיר איבּערגעגעבּן 5 טאַלאַנטן; הִנֵּה, איך האָבּ פאַרדינט אַנדערע 5 טאַלאַנטן. 21 האָט זיין אָדוֹן צוּ אים געזאָגט: האַסט טוֹב געטאָן, גוּטער און געטרייער עֶבֶד; דוּ בּיסט געווען געטריי איבּער ווייניק, וועל איך דיך זעצן איבּער רבים; קוּם אַריין צוּ דער שִׂמְחַת אֲדוֹנֶיךָ! 22 און גענעענט האָט דער, וואָס האָט בּאַקוּמען 2 טאַלאַנטן, און געזאָגט: אֲדוֹנִי, דוּ האַטס מיר איבּערגעגעבּן 2 טאַלאַנטן, הִנֵּה, איך האבּ פאַרדינט אַנדערע 2 טאַלאַנטן. 23 האָט זיין אָדוֹן צוּ אים געזאָגט: האָסט טוֹב געטאָן, גוּטער און געטרייער עֶבֶד; דוּ בּיסט געווען געטריי איבּער ווייניק וועל איך דיך זעצן איבּער רבים! קוּם אַריין צוּ דער שִׂמְחַת אֲדוֹנֶיךָ! 24 און גענעענט האָט אויך דער, וואָס האָט בּאַקוּמען איין טאַלאַנט, און געזאָגט: אֲדוֹנִי, איך האבּ געוואוּסט, אַז דוּ בּיסט אַ האַרטער מענטש, און שניידסט, וואוּ דוּ האָסט נישט געזייֵט, און זאַמלסט איין, וואוּ דוּ האָסט נישט פאַרשפּרייט; 25 און ווייל איך האבּ פחד געהאַט, בּין איך געגאַנגען און האָבּ פאַרבּאָרגן דיין טאַלאַנט אין דער ערד; אָט האָסטוּ דיר דיינס. 26 און זיין אָדוֹן האָט געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: דוּ שלעכטער און פוילער עֶבֶד! האָסט געוואוסט, אַז איך שנייד, וואוּ איך האבּ נישט געזייֵט, און זאַמל, וואוּ איך האָבּ נישט פאַרשפּרייט; 27 דערפאַר האָסטוּ געדאַרפט אייַנלייגן מיין געלט בּיי די בּאַנקירן, און בּיי בּוֹאִי, וואָלט איך אָפּגענוּמען דאָס מייניקע מיט פּראָצענט. 28 נעמט דערפאר פון אים אוועק דעם טאַלאַנט, און גיט דאָס דעם, וואָס האָט די 10 טאַלאַנטן. 29 מחמת יעדן איינעם, וואָס האָט, דעם וועט געגעבּן ווערן, און ער וועט האָבּן בּשֶפע; אָבּער דער, וואָס האָט נישט, וועט פון אים אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואָס ער האָט יאָ. 30 און וואַרפט אַרויס דעם אוּמניצלעכן עֶבֶד אין דער דרויסנדיקער חֹשֶךְ; דאָרט וועט זיין הַיְלָלָה וַחֲרוֹק הַשִנַּים. 31 און ווען דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט קוּמען אין זיין כָּבוד, און כל מַלאָכים מיט אים, יעמאָלט וועט ער זיך זעצן אויף זיין כִּסֵא-הַכָּבוד. 32 און פאַר אים וועלן אייַנגעזאַמלט ווערן כל אוּמות, און ער וועט זיי אָפּשיידן אֶחָד פוּן דעם אַנדערן, טאקע ווי אַ רוֹעֶה שיידט אָפּ די כֶּבֶשים פוּן די ציגן, 33 און ער וועט שטעלן די כֶּבֶשים בּיי זיין רעכטער האַנט, און די ציגן, בּיי זיין לינקער. 34 דאַן וועט דער מֵלך זאָגן צוּ די בּיי זיין רעכטער האַנט: קוּמט אהער, איר געבּענטשטע פוּן מיין אלוקים אָבִי, יַרשנט דאָס מַלכות, וואָס איז פאַר אייערטוועגן אָנגעבּרייט [קורא 2:9] זינט די וועלט איז בּאַשאַפן געוואָרן. 35 מחמת איך בּין געווען הוּנגעריק, און איר האָט מיר געגעבּן צוּ עסן; איך בּין געווען דאָרשטיק און איר האָט מיר געגעבּן צוּ טרינקען; איך בּין געווען אַן אוֹרח, און איר האָט מיך מַכנִיס-אוֹרח געווען; 36 איך בּין געווען נאַקעט, און איר האָט מיך בּאַקליידט; איך בּין געווען חוֹלֶה, און איר האָט מיך ביקור חולים; איך בּין געווען אין בֵּית הַסֹּהַר, און איר זענט געקוּמען צוּ מיר. 37 יעמאָלט וועלן די צַדיקים אים ענטפערן, און זאָגן: אֲדוֹנֵנוּ, ווען האָבּן מיר דיך געזען הוּנגעריק, און האַבּן דיך געשפּייזט, אָדער דאָרשטיק, און האָבּן דיר געגעבּן צוּ טרינקען? 38 און ווען האַבּן מיר דיך געזען אַן אוֹרח, און האַבּן דיך מַכנִיס-אוֹרח געווען? אָדער נאַקעט, און האָבּן דיך בּאַקליידט? 39 און ווען האָבּן מיר דיך געזען חוֹלֶה, אָדער אין בֵּית הַסֹּהַר, און זענען צוּ דיר געקוּמען? 40 און דער מֵלך וועט ענטפערן, און צוּ זיי זאָגן: אָמֵן, איך זאָג אייך, וואָס איר האָט געטאָן פאַר איינעם פוּן די דאָזיקע מינדסטע אַחִים מיינע, האָט איר געטאָן פאַר מיר. 41 דאַן וועט ער אויך זאָגן צוּ די בּיי זיין לינקער האַנט: אוועק פוּן מיר, איר פאַרשאָלטענע, אין אֵש עוֹלם אַריין, וואָס איז אָנגעבּרייט פאַר הַשָׂטן און זיינע מַלאָכים! 42 מחמת איך בּין געווען הוּנגעריק, און איר האָט מיר נישט געגעבּן צוּ עסן; איך בּין געווען דאָרשטיק, און איר האָט מיר נישט געגעבּן צוּ טרינקען; 43 איך בּין געווען אַן אוֹרח, און איר האָט מיך נישט מַכנִיס-אוֹרח געווען; נאַקעט, און איר האָט מיך נישט בּאַקליידט; חוֹלֶה, און אין בֵּית הַסֹּהַר, און איר האט זיך נישט אומגעקוקט אויף מיר. 44 יעמאָלט וועלן זיי אויך ענטפערן, און זאָגן: אֲדוֹנֵנוּ, ווען האַבּן מיר דיך געזען הוּנגעריק, אָדער דאָרשטיק, אָדער אַן אוֹרח, אָדער נאַקעט, אָדער חוֹלֶה, אָדער אין בֵּית הַסֹּהַר, און האַבּן דיך נישט בּאַדינט? 45 יעמאָלט וועט ער זיי ענטפערן: אָמֵן, איך זאָג אייך, וואָס איר האָט נישט געטאָן פאַר איינעם פוּן די דאָזיקע מינדסטע, האָט איר אויך נישט געטאָן פאַר מיר. 46 און די דאָזיקע וועלן אַוועקגיין צוּ עֹנֶש עוֹלם, אָבּער די צַדיקים צוּם חַיֵּי עוֹלם [דניאל 12:2; ישעיהו 66:24]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |