Matthew 26
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו26

כו און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט פאַרענדיקט די דאָזיקע כל דברים, האָט ער געזאַט צוּ משיחס תַּלמידים: 2 איר ווייסט, אַז אין 2 טעג אַרוּם איז פֵּסַח, און דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] וועט איבּערגעענטפערט ווערן פאַר אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] צוּ ווערן. 3 יעמאָלט האָבּן זיך פאַרזאַמלט די ראָשי-כֹּהַנים, און די זקֵנים פוּן עם, אין הויף פוּן דעם כֹּהן-גַדול, וואָס האָט געהייסן קַיפָא, 4 און זיי האָבּן זיך אַן עֵצה געהאַלטן, וויאַזוי צוּ כאַפּן רבי מֵלך המָשיחַ מיט עָרְמָה, און אים טייטן. 5 אָבּער זיי האָבּן געזאָגט: נישט אוּם יום-טוֹב, כּדי סע זאָל נישט תִּהְיֶה אַ מהוּמה צווישן דעם מענטשן. 6 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען אין בֵּית-הִינִי, אין בֵּית פוּן שִמעוֹן דעם אִיש מְצֹרָע, 7 האָט גענעענט צוּ אים אַן אִשָּה, וואָס האָט געהאַט אַן אַלאַבּאַסטער פַּךְ מיט זייער טייערן שֶמֶן, און זי האָט אים אויסגעגאָסן אויף זיין קאָפּ, ווען ער איז געזעסן בּיים טיש. 8 און ווי משיחס תּלמידים האָבּן דאָס געזען, האָט עס זיי פאַרדריסן, און האָבּן געזאָגט: צו וואס דער דאזיקער אויסבּרענגוּנג? 9 מע האָט דאָך דאָס געקענט פאַרקויפן פאַר אַ סַך געלט, און עס געבּן צוּ די אָרעמעלייט. 10 אָבּער אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס בּאַמערקט, האָט ער צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס זענט איר פארשאפט עגמת-נפש די אִשָּה? זי האָט דאָך געטאָן מיט מיר אַ מעשה טוב. 11 מחמת די אָרעמעלייט האָט איר תָּמיד מיט אייך, אָבּער מיך וועט איר תָּמיד נישט האָבּן. 12 און דאָס, וואָס זי האָט אויסגעגאָסן דעם שֶמֶן אויף מיין גּוּף, האָט זי עס געטאָן מיך אָנצוּבּרייטן צוּ קבוּרה. 13 אָמֵן, איך זאָג אייך, וואוּ נאָר די דאָזיקע בּשׂוּרת הגאוּלָה וועט געדרשנט ווערן אין דער כל וועלט, וועט אויך דאָס, וואָס זי האָט געטאָן, איר לזכרון! 14 יעמאָלט איז איינער פוּן די 12, וואָס האָט געהייסן יהוּדה אִיש-קרִיוֹת, אַוועקגעגאַנגען צוּ די ראָשי-כֹּהַנים, 15 און האָט געזאָגט: וואָס ווילט איר מיר געבּן, אויבּ איך וועל אים אייך איבּערגעבּן? און זיי האָבּן אים אָפּגעוואויגן 30 זילבּערשטיק. 16 און פוּן יעמאָלט אָן האָט ער געזוּכט אַ געלעגנהייט אים צוּ פאַרראָטן. 17 און דעם ערשטן יוֹם פוּן חַג-המַצות האָבּן גענעענט די תּלמידים צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן געזאָגט: וואוּ ווילסטוּ, אַז מיר זאָלן דיר אָנבּרייטן צוּ עסן דעם קָרבּן-פֵּסַח? 18 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: גייט אין דער שטאָט אַריין צוּ דעם און דעם, און זאָגט אים : דער רֶבּי זאָגט: מיין צייט איז נאָענט; בּיי דיר וויל איך מאַכן סֵדר מיט מיינע תּלמידים. 19 און משיחס תּלמידים האָבּן געטאָן ווי רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי בּאַפוילן, און זיי האָבּן אָנגעבּרייט דעם סֵדר. 20 און אַז סע איז געוואָרן אָוונט, האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיך געזעצט צוּם טיש מיט די 12 תּלמידים. 21 און ווען דעם עסן האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג אייך, איינער פוּן אייך וועט מיך פאַרראָטן. 22 און זיי האָבּן זיך זייער מצַער מיט עָגְמַת נֶפֶש געווען, און איינער נאָך דעם אַנדערן האָט רבי מֵלך המָשיחַ געפרעגט: בּין איך דאָס, אָדוֹנִי? 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און געזאָגט: דער, וואָס האָט אייַנגעטוּנקען זיין האַנט מיט מיר אין דער קעָרָה [שמוֹת 12:8], וועט מיך פאַרראָטן. 24 כֵּן, דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13] גייט טאַקע אַוועק, אַזוי ווי עס שטייט געשריבּן וועגן אים; אָבּער וויי צוּ דעם בן אדם, דוּרך וועמען דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 משיח] ווערט פאַרראָטן! בּעסער וואָלט פאַר יענעם מענטשן געווען, אויבּ ער וואָלט נישט געבּוירן געוואָרן. 25 און יהוּדה, וואָס האָט אים פאַרראָטן, האָט געזאָגט: בּין איך עס, רֶבּי? האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: דוּ האָסט עס געזאָגט. 26 און ווען זיי האָבּן געגעסן, האָט רבי מֵלך המָשיחַ גענוּמען אַ מַצה, און האָט אַ בּרָכה געמאַכט, און זי צעבּראָכן, און געגעבּן משיחס תַּלמידים, און געזאָגט: נעמט, עסט, דאָס איז מיין בָּשָׂר [שמות 12:8; יוחנן 1:36; ישעיהו 53:7]. 27 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען דעם כּוֹס, און האָט אַ בּרָכה געמאַכט, און אים זיי געגעבּן, און געזאָגט: טרינקט כל דערפון, 28 מחמת דאָס איז מיין דָּם [ישעיהו 53:7] פוּן דעם בְּרִית חַדָשָה [ירמיהו 31:30], וואָס ווערט פאַרגאָסן פאַר רבים פוּנוועגן דער סלִיחַת-עָוונוֹת. 29 און איך זאָג אייך: איך וועל מער נישט טרינקען פוּן דער פִּרי-הגפן, בּיז יענעם יוֹם, ווען איך וועל דאָס טרינקען חָדָש מיט אייך אין דעם מַלכות פוּן מיין אלוקים אָבִי. 30 און אַזוי ווי זיי האָבּן אָפּגעזוּנגען הַלֵל, זענען זיי אַרויסגעגאַנגען צוּם הַר-הזֵיתים. 31 יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: איר כל וועט געשטרויכלט ווערן אן מיר אין דער דאזיקער לַיְלָה; מחמת סע שטייט געשריבּן : אַכֶה אֶת־הָרֹעֶה ותְפוצֶין הַצֹאן [זכריה 13:7]. 32 אָבּער נאָך מיין אויפשטיין [זען תּחִיַת-המֵתים און משיח, ישעיהו 53:10; תהלים 11-16:10], וועל איך אייך פאָרויסגיין קיין גָלִיל [מתי 28:7]. 33 האָט כֵּיפָא זיך אָנגערוּפן, און צוּ אים געזאָגט: אויבּ אַפילו כל זאָלן אָן דיר געשטרויכלט ווערן, וועל איך אָבּער קיינמאָל נישט געשטרויכלט ווערן. 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג דיר, אַז בַּלַיְלָה הַזֶּה, איידער הַתַּרְנְגוֹל וועט קרייֵען, וועסטוּ מיך 3 מאָל פאַרלייקענען. 35 האָט כֵּיפָא צוּ אים געזאָגט: אויבּ אַפילו איך זאָל מוּזן מיט דיר שטאַרבּן, וועל איך דיך דאָך נישט פאַרלייקענען. און אַזוי האָבּן אויך געזאָגט כל תַּלמידים. 36 דאַן איז רבי מֵלך המָשיחַ מיט זיי געקוּמען אויף אַ פּלאַץ, וואָס האָט געהייסן גַת-שמָנִי, און ער האָט געזאָגט צוּ משיחס תַּלמידים : זעצט אייך דאָ אַנידער, בּיז איך גיי צוּ אַהין דאַווענענדיק טאן. 37 און ער האָט מיט זיך גענוּמען כֵּיפָא און בּיידע זין פוּן זבדין, און האָט אָנגעהויבּן מִתְמַלֵּא עֶצֶב וּמוּעָקָה. 38 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: אויף מיין נשָמה איז מיר זייער מָרָה, אַזש צוּם מָוֶת; בּלייַבּט דאָ, און וואַכט מיט מיר. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אָפּגעגאַנגען אַבּיסל ווייטער, און איז געפאַלן אויף זיין פָּנים, און האָט דאַווענענדיק געטאן : אלוקים אָבִי, אב, אויבּ דאָס איז מעגלעך, זאָל דער דאָזיקער כּוֹס פאַר מיר פאַרמיטן ווערן; דאָך נישט ווי איך וויל, נייערט ווי דוּ ווילסט [מתי 6:10; 12:50]. 40 און רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען צוּ משיחס תּלמידים, און האָט זיי געפוּנען שלאָפנדיק; און ער האָט געזאָגט צוּ כֵּיפָא : האָט איר נישט געקענט וואַכן מיט מיר איין שָעה? 41 וואַכט און דאווענען , כּדי איר זאָלט נישט קוּמען צוּ קיין נסָיון; דער רוּחַ איז טאַקע וויליק, אָבּער דאָס בָּשָר איז שוואַך. 42 ווידער ער איז אַ 2טער מאָל אַוועקגעגאַנגען, און איז דאַוונט אַזוי צוּ זאָגן: אלוקים אָבִי, אויבּ דאָס דאָזיקע קען נישט פארבּייגיין, אחוץ איך זאָל סע טרינקען, יֵעָשֶה רְצוֹנְךָ [מתי 6:10]. 43 און רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען און האָט זיי ווידער געפוּנען שלאָפנדיק, מחמת זייערע אויגן זענען געווען שווער. 44 און ער האָט זיי געלאָזן און איז אַוועקגעגאַנגען, און איז אַ 3טער מאָל דאַוונט, און, דאַווענענדיק, האָט געזאָגט די זעלבּע דבָרים. 45 דאַן איז ער געקוּמען צוּ משיחס תּלמידים, און האָט צוּ זיי געזאָגט: שלאָפט איר נאָך כל און רוט? הִנֵּה, די שָעה איז געקוּמען, און דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 משיח] ווערט פארראטן אין די הענט פוּן די בּעלי עבֵירה! 46 שטייט אויף, לאָמיר גיין; הִנֵּה, דער וואס פארראט מיך איז נאָענט. 47 און בּשעת ער האָט נאָך גערעדט, הִנֵּה, איז אָנגעקוּמען יהוּדה, איינער פוּן די 12, און מיט אים אַ גרויסער הַמוֹן מיט חרָבוֹת און שטאַנגען, פוּן די ראָשי-כֹּהַנים און זקֵנים פוּן דעם עם. 48 און דער, וואס האט אים פארראטן, האָט זיי געגעבּן אַ סימן, און געזאָגט: וועמען איך וועל קוּשן, דער איז עס; נעמט אים. 49 און ער איז תיכף צוּגעגאַנגען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ און האָט געזאָגט: שָלום, רֶבּי! און האָט אים געקוּשט. 50 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט : חָבֵר, עשה את המעשה שלמענו באת! יעמאָלט האָבּן זיי גענעענט און אַרויפגעלייגט זייערע הענט אויף רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן אים גענוּמען. 51 און הִנֵּה איינער פוּן די, וואָס זענען געווען מיט רבי מֵלך המָשיחַ , האָט אויסגעשטרעקט זיין האַנט און אַרויסגעצויגן זיין חֶרֶב, און האָט געשלאָגן דעם עֶבֶד פון כֹּהן-גָדוֹלס, און אים אָפּגעהאַקט אַן אויער. 52 יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: שטעק צוּריק אַריין דיין חֶרֶב אין דער שייד; מחמת כל, וואָס נעמען די חֶרֶב, וועלן אוּמקוּמען מיט דער חֶרֶב. 53 צי מיינסטוּ, אַז איך קען נישט בּעטן מיין אלוקים אָבִי, און ער וועט מיר אפילו איצט שיקן מער ווי 12 לעגיונען מַלאָכים? 54 כֵּיצַד אֵפוֹא יִתְמַלְּאוּ הַכְּתוּבִים שֶכָּכָה צָרִיךְ לִהְיוֹת? 55 אין יענער שָעה האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט צוּם הַמוֹן מענטשן: זענט איר אַרויסגעקוּמען ווי קעגן אַ גַזלן, מיך צוּ נעמען מיט חֶרֶב און שטאַנגען? יוֹם יוֹם בּין איך געזעסן אין בֵּית-הַמִקדש און האָבּ געזאגט שעורים, און איר האָט מיך נישט גענוּמען. 56 אָבּער דאָס כל איז געשען, כּדי די דבָרים פוּן די נבִיאים זאָלן מקוּים ווערן. יעמאָלט האָבּן אים כל תּלמידים פאַרלאָזט [זען טימב 4:10], און זענען אַנטלאפן. 57 און די, וואָס האָבּן גענוּמען רבי מֵלך המָשיחַ, האָבּן אים אַוועקגעפירט צוּ קַיפָא, דעם כֹּהן-גָדול, וואוּ די סוֹפרים [רַבָּנִים] און זקֵנים זענען געווען פאַרזאַמלט. 58 און כֵּיפָא איז אים נאָכגעפאָלגט פוּנדערווייַטנס, בּיזן הויף פוּן כֹּהן-גָדול, און ער איז אַרייַנגעגאַנגען און האָט זיך געזעצט מיט די משרתים, צוּ זען וואָס דער סוֹף וועט זיין. 59 און די ראָשי-כֹּהַנים און דער כל סַנהֶדרין האָבּן געזוּכט אֵדות שֶקֶר קעגן רבי מֵלך המָשיחַ, כּדי אים צוּ קענען טייטן: 60 און זיי האָבּן נישט געפוּנען, הגם רבים אֵדֵי שֶקֶר זענען געקוּמען. צוּם סוֹף זענען געקוּמען 2, 61 און האָבּן געזאָגט: דער דאָזיקער האָט געזאָגט: איך בּין קענען צו ברענגען וועגן חורבן פון דעם הֵיכל ה', און אים אויפבּויען אין 3 טעג [זען יוח' 21-2:19]. 62 און דער כֹּהן-גָדול איז אויפגעשטאַנען און האָט צוּ אים געזאָג: דוּ ענטפערסט גאָרנישט? וואָס איז דאָס, וואס זיי אֵדות זאָגן קעגן דיר? 63 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געשוויגן [ישעיהו 53:7]. און דער כֹּהן-גָדול האָט צוּ אים געזאָגט: איך בּאַשווער דיך בּיי דעם אלֹקים חיים, אַז דוּ זאָלסט אוּנדז זאָגן, צי דוּ בּיסט דער רֶבּי מֵלך המָשיחַ, דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער? 64 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: דוּ האָסט עס געזאָגט. און איך זאָג אייך, אַז פוּן איצט אָן וועט איר זען דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] זיצן בּיי דער רעכטער האַנט פוּן דער גבורה, און קוּמען אויף די עֲנָנַי שמַיָּא [תהלים 110:1; דניאל 14-7:13]. 65 יעמאָלט האָט דער כֹּהן-גָדול געמאכט די קריעה פון זיינע קליידער, און געזאָגט: מְגַדֵּף הוּא. צוּ וואָס דאַרפן מיר נאָך אֵדות? הִנֵּה איר האָט אַליין געהערט די גִדּוּף. 66 וואָס איז אייער דֵעה? און זיי האָבּן געענטפערט: בֶּן-מָוֶת הוא ! 67 יעמאָלט האָבּן זיי אים אָנגעשפּיגן אין פָּנים [זען ישעיהו 50:6], און אים געשלאָגן מיט די פויסטן, און אַנדערע האָבּן אים געפּאַטשט, 68 און געזאָגט: לתת לנו דבר נבואה: רֶבּי מֵלך המָשיחַ, ווער איז עס, וואָס האָט דיך געשלאָגן? 69 און כֵּיפָא איז געזעסן דרויסן אין הויף. און אַ דינסטמיידל איז צוּ אים צוּגעגאַנגען, און האָט געזאָגט: אויך דוּ בּיסט געווען מיט יהושע/ישוע, דעם גלילי. 70 אָבּער ער האָט געלייקנט פאַר זיי כל [זען משלי 29:25], און געזאָגט: איך פאַרשטיי נישט, וואָס דוּ זאָגסט! 71 און ווען ער איז אַרויסגעגאַנגען אין דעם פאָרהויף, האָט אים אַן אַנדערע געזען, און זי האָט געזאָגט צוּ די, וואָס זענען דאָרטן געווען: דער דאָזיקער איז אויך געווען מיט יהושע/ישוע איש פוּן נָצְרַת. 72 און ער האָט ווידער געלייקנט מיט אַ שבוּעה : איך קען נישט דעם מענטשן! 73 און שפּעטער אַבּיסל זענען צוּגעגאַנגען די, וואָס זענען דאָרטן געשטאַנען, און האָבּן געזאָגט צוּ כֵּיפָא : בּאמת דוּ בּיסט אויך איינער פוּן זיי; מחמת דיין לָשון גיט דיך אַרויס [זען שופטים 12:6]. 74 יעמאָלט האָט כֵּיפָא אָנגעהויבּן צוּ שעלטן און זיך צוּ שווערן: איך קען נישט דעם איש! און תֵיכּף האָט הַתַּרְנְגוֹל געקרייֵט [זען מתי 33-10:32]. 75 און כֵּיפָא האָט זיך דערמאָנט דאָס דָּבָר, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: נאָך איידער דער תרנגוֹל וועט קרייֵען, וועסטוּ מיך 3 מאָל פאַרלייקענען, און ער איז אַרויסגעגאַנגען, און האָט זיך בּיטער צעוויינט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 25
Top of Page
Top of Page