Orthodox Hasidic Yiddish Bible מתתיהו27 כז און צומארגנס אינדערפרי האָבּן כל ראָשי-כֹּהַנים און די זקֵנים פוּן דעם עם זיך אַן עֵצה געהאַלטן קעגן יהושע/ישוע, אים צוּ טייטן. 2 און זיי האָבּן אים געבּוּנדן מיט עֲקֵדָה [זען בראשית 22:9], און האָבּן אים אַוועקגעפירט און איבּערגעענטפערט צוּ פִּילָטוֹס, דעם פּראָקוּראַטאָר. 3 און אַז יהוּדה, דער מָסור, האָט געזען אַז ער איז פאַרמִשפּט געוואָרן [רומ' 8:1], האָט ער חתחרטות בּאַקוּמען, און ער האָט צוּריק געבּראַכט די 30 זילבּערשטיק צוּ די ראָשי-כֹּהַנים און די זקֵנים, 4 חָטָאתִי: מחמת איך האָבּ פאַרראָטן דָּם נָקִי ! אָבּער זיי האָבּן געזאָגט: וואָס גייט דאָס אוּנדז אָן? דאָס איז דיין עֵסק. 5 און ער האָט אַ שלייַדער געטאָן די זילבּערשטיק אין הֵיכל אַריין, און האָט אָפּגעקערט; און ער איז אַוועקגעגאַנגען און האָט זיך אויפגעהאָנגען [שמב 17:23]. 6 און די ראָשי-כֹּהַנים האָבּן גענוּמען די זילבּערשטיק, און געזאָגט: מע טאָר זיי נישט אַרייַנלייגן אין דער אוֹצֵר הַמִּקְדָּש, מחמת דאָס איז בּלוּט-געלט. 7 און זיי האָבּן זיך אַן עֵצה געהאַלטן, און האָבּן דערמיט געקויפט דעם טעפּערס שָׂדֶה, אַ קבורה פאר די גֵרים. 8 דערפאר ווערט דאָס שָׂדֶה גערוּפן דאָס שָׂדֶה הַדָּם בּיזן היינטיקן טאָג. 9 יעמאָלט איז מקוּים געוואָרן, וואָס סע איז געזאָגט געוואָרן דוּרך ירמיהו הַנָביא : און זיי האָבּן גענוּמען 30 זילבּערשטיק, דעם פּרייז פוּן דעם, וואָס איז געשאַצט געוואָרן, וועמען די בּנֵי-יִשׂרָאל האָבּן געשאַצט, 10 און זיי האָבּן זיי געגעבּן פאַר דעם טעפּערס שָׂדֶה, ווי ה' האָט מיר געבּאָטן [זען זכריה 13-11:12; ירמיהו 9-32:6]. 11 און רבי מֵלך המָשיחַ איז געשטאַנען פאַר דעם פראָקוּראַטאָר, און דער פּראָקוּראַטאָר האָט אים געפרעגט : בּיסטוּ דער מֵלך פוּן די ייִדן? האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: דוּ זאָגסט עס. 12 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז פוּן די ראָשי-כֹּהַנים און די זקֵנים אָנגעקלאָגט געוואָרן, האָט ער גאָרנישט געענטפערט [זען ישעיהו 53:7]. 13 יעמאָלט האָט פִּילָטוֹס צוּ אים געזאָגט: הערסטוּ נישט, וואָס זיי זאָגן כל קעגן דיר? 14 און ער האָט נישט געענטפערט אַפילו אַ דָּבָר, אַזוי, אַז דער פּראָקוּראַטאָר האָט זיך זייער געחִידושט. 15 און אויף יום-טוֹב איז בּיים פּראָקוּראַטאָר געווען אַ מִנהג פריי צוּ לאָזן פאַר דעם מענטשן אַ געפאַנגענעם, וועמען זיי האָבּן נאָר געוואָלט. 16 און זיי האָבּן יעמאָלט געהאַט אַ בּאַקענטן געפאַנגענעם, וואָס האָט יֵשוּעַ בַּר-אַבָּא שמוֹ. 17 און ווי זיי זענען אַזוי געווען פאַרזאַמלט, האָט פִּילָטוֹס צוּ זיי געזאָגט: וועמען ווילט איר, אַז איך זאָל אייך בּאַפרייען, בַּר-אַבָּא, אָדער יהושע/ישוע, וועמען מען רוּפט רבי מֵלך המָשיחַ? 18 מחמת ער האָט געוואוּסט, אַז אִיבּער קִנאה האָבּן זיי אים איבערגעענטפערט. 19 און ווען פִּילָטוֹס איז געזעסן אויף דעם כִּסֵא-הַמִשפּט, האָט אִשָה פון פִּילָטוס צו אים געשיקט אזוי צו זאגן: האָבּ גאָרנישט צוּ טאָן מיט דעם דאָזיקן צַדיק, מחמת איך האָבּ הַיּוֹם רבים געליטן אין חָלום פוּן זייַנעטוועגן. 20 אָבּער די ראָשי-כֹּהַנים און די זקֵנים האָבּן איבּערגערעדט דעם הַמוֹן עם, אַז זיי זאָלן פאַרלאַנגען בַּר-אַבָּא, און לאָזן אוּמבּרענגען יהושע/ישוע. 21 און דער פּראָקוּראַטאָר האָט זיך אָנגערוּפן, און צוּ זיי געזאָגט: וועמען פוּן די 2 ווילט איר, אַז איך זאָל אייך בּאַפרייען? האָבּן זיי געזאָגט: בַּר-אַבָּא! 22 האָט פִּילָטוֹס צוּ זיי געזאָגט: וואָס זאָל איך אָבּער טאָן מיט יהושע/ישוע, וועמען בְּנֵי אָדָם רוּפט רבי מֵלך המָשיחַ? האָבּן זיי כל געזאָגט: זאָל ער אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] ווערן! 23 און ער האָט געזאָגט: פאַרוואָס, וואָס פאַר אַ רַע האָט ער געטאָן? אָבּער זיי האָבּן נאָך העכער געשריגן: זאָל ער אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] ווערן. 24 און ווען פִּילָטוֹס האָט געזען, אַז ער קען גאָרנישט פּוֹעלן, נייערט אַז די מהוּמה ווערט נאָך גרעסער, האָט ער גענוּמען מַיִם און האָט זיך געוואַשן די הענט פאַר דעם המון עם [נְטילַת יָדַיִם], און געזאָגט: איך בּין נָקִי פוּן דָּמִים [זען תהלים 26:6]; איר זעט. 25 און דאָס כל עוֹלם האָט געענטפערט: זיין דָּם אויף אוּנדז און אוּנדזערע יְלָדים [ווי לְכַפֵּר עַל-נַפְשֹתֵינוּ לִפְנֵי ה']! 26 יעמאָלט האָט ער זיי בּאַפרייט בַּר-אַבָּאַ, און יהושע/ישוע האָט ער געלאָזט שמייסן, און אים איבּערגעענטפערט אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] צוּ ווערן. 27 דאַן האָבּן די חיָּלים פוּן דעם פראָקוּראַטאָר גענוּמען רבי מֵלך המָשיחַ אין פרעטוֹריוּם אַריין, און האָבּן פאַרזאַמלט אַרוּם אים די כל קוֹהוֹרטע. 28 און זיי האָבּן אים אויסגעטאָן, און אַרויפגעלייגט אויף אים אַ פוּרפוּר בּעקעטשע, 29 און האָבּן אויסגעפלאָכטן אַן עֲטָרָת פוּן דערנער, און זי אַרויפגעזעצט איוף זיין קאָפּ, און האָבּן אים געגעבּן אַ רוּט אין זיין רעכטער האַנט. און זיי האָבּן פאַר אים געבּויגן די קני, און פוּן אים אָפּגעשפּעט, און געזאָגט: שָלום דיר, ייִדישער מֵלך! 30 און זיי האָבּן אויף אים געשפּיגן, און גענוּמען די רוּט און האָבּן אים געשלאָגן איבּערן קאָפּ. 31 און אַזוי ווי זיי האָבּן פוּן אים אָפּגעשפּעט, האָבּן זיי פוּן אים אויסגעטון דעם בּעקעטשע, און אים אָנגעטאָן זיינע אייגענע מַלבּוּשים, און האָבּן אים אַוועקגעפירט צום אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] צוּ ווערן. 32 און ווי זיי זענען אַרויסגעקוּמען, האָבּן זיי אָנגעטראָפן אן איש מארץ קירניה, מיטן נאָמען שִמעוֹן [זען מרק' 15:21; רומ' 16:13]; אים האָבּן זיי גענייט צוּ טראָגן משיחס בּוים [זען לוקס 9:23]. 33 און אַז זיי זענען געקוּמען צוּ דעם פּלאַץ, וואָס האָט געהייסן גָלגָלתָּא, דאָס מיינט: דער שאַרבּן-פּלאַץ, 34 האָבּן זיי רבי מֵלך המָשיחַ געגעבּן צוּ טרינקען וויין געמישט מיט גאַל; און אַז ער האָט דאָס פאַרזוּכט, האָט ער עס נישט געוואָלט טרינקן [תהלים 69:21]. 35 און אַזוי ווי זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ], האָבּן זיי צווישן זיך צעטיילט זיינע מַלבּוּשים, וואָרפנדיק גוֹרל [תהילים 22:18]; 36 דאַן האָבּן זיי זיך אַנידערגעזעצט און האָבּן אים געהיטן. 37 און איבּער זיין קאָפּ האָבּן זיי געזעצט די געשריבּענע בּאַשוּלדיקוּנג קעגן אים: דאָס איז יהושע/ישוע, דער מֵלך פוּן די ייִדן. 38 יעמאָלט זענען מיט אים אויפהענגע על-דער בּוֹים געוואָרן 2 גַזלָנים, איינער בּיי דער רעכטער און איינער בּיי דער לינקער האַנט [זען ישעיהו 53:12]. 39 און די פאַרבּייַגייער האָבּן אים געלעסטערט, און געשאָקלט מיט זייערע קעפּ [זען תהלים 22:7; 109:25], 40 און געזאָגט: דוּ, וואָס צעשטערסט דעם הֵיכל, און בּוֹיסט אים אויף אין 3 טעג, ראטעווע דיך אַליין! אויבּ דוּ בּיסט דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער, קוּם אַראָפּ פוּן דעם בּוים [זען בן דוד און דעם בוים, שמואל בּ 18:14]. 41 און אַזוי האָבּן אויך די ראָשי-כֹּהַנים מיט די סוֹפרים [רַבָּנִים] און זקֵנים פוּן אים אָפּגשפּעט, און געזאָגט: 42 אַנדערע האָט ער ראַטעווען געווען, זיך אַליין קען ער נישט ראַטעווען זיין. דער מֵלך פוּן יִשׂרָאל איז ער; זאָל ער נאָר אַראָפּקוּמען פוּן דעם בּוים, און מיר וועלן גלויבּן אין אים. 43 ער האָט געהאט בּטחון אויף ה'; זאָל ה' אים איצט ראַטעווען זיין, אויבּ ער בּאַגערט אים; מחמת ער האָט געזאָגט: איך בּין דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער. 44 און די גַזלָנים, וואָס זענען מיט אים אויפהענגע על-דער בּוֹים געוואָרן, האָבּן אים אויך געלעסטערט אויף דעם זעלביקען אוֹפן . 45 און פוּן דער 6טער שָעה אָן איז געווען אַ חֹשֶךְ איבּער דעם כל לאַנד, בּיז דער 9טער שָעה. 46 און אַרוּם דער 9טער שעה האָט יהושע/ישוע געשריגן מיט אַ הויך קוֹל: אֵ-לִי, אֵ-לי, לְמָה שבַקְתָּנִי? דאָס מיינט : מיין אלוקים, מיין אלוקים, פאַרוואָס האָסטוּ מיך פאַרלאָזן [זען תהלים 22:2]? 47 און עטלעכע פוּן די, וואָס זענען דערבּיי געשטאַנען, און האָבּן עס געהערט, האָבּן געזאָגט: ער רוּפט אלִיָהוּ הַנָביא. 48 און איינער פוּן זיי איז תֵיכּף געלאָפן און האָט גענוּמען אַ שוואָם, און האָט אים אָנגעפילט מיט עסיק, און אים אַרויפגעטאָן אויף אַ שטעקן, און האָט אים געגעבּן צוּ טרינקען. 49 אָבּער די איבּעריקע האָבּן געזאָגט: ווארט, לאָמיר זען, צי אלִיָהוּ הַנָביא וועט קוּמען אים ראַטעווען זיין. 50 און יהושע/ישוע האָט נאָכאַמאָל גערוּפן מיט אַ הויך קוֹל, און האָט אָפּגעגעבּן זיין נשָמה. 51 און הִנֵּה האָט זיך דאס פָּרוֹכֶת פוּן דעם הֵיכל צעריסן אין צווייען, פוּן אויבּן בּיז אַראָפּ; און די ערד האָט געציטערט, און די פעלזן האָבּן זיך געשפּאָלטן; 52 און די קבָרים האָבּן זיך געעפנט, און רבים גוּפוֹת פוּן די קדוֹשִים, וואָס זענען אייַנגעשלאָפן, זענען אויפגעשטאַנען, 53 און אַרויסקוּמענדיק פוּן די קבָרים נאָך זיין תּחִיַת-המשיח, זענען זיי אַרייַנגעגאַנגען אין דער עִיר קֹּדֶש אַריין, און האָבּן זיך בּאַוויזן צוּ רבים. 54 און דער צֶנטוּריוֹן, און די, וואָס האָבּן מיט אים געהיטן רבי מֵלך המָשיחַ, ווען זיי האָבּן געזען די ערד-ציטערניש, און וואָס עס איז געשען, האָבּן זיי שטאָרק פחד בּאַקוּמען, און האָבּן געזאָגט: בּאמת, ער איז געווען דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער! 55 און דאָרט זענען אויך געווען רבים נָשים, וואָס האָבּן זיך צוּגעקוּקט פוּן דער ווייטנס, וואָס זענען רבי מֵלך המָשיחַ נאָכגעפאָלגט פוּן גָלִיל, און האָבּן אים בּאַדינט. 56 צווישן זיי איז געווען מִריָם פוּן מַגדָלָה, און מִריָם די אֵם פוּן יַעקֹב און יוֹסי, און די אֵם פוּן בני זַבדי. 57 און אַז סע איז געוואָרן עֶרֶב, איז געקוּמען אַן עוֹשר פוּן רָמָתַיִם, יוסף שמו, וואָס איז אויך געווען אַ תַּלמיד פוּן רבי מֵלך המָשיחַ. 58 און ער איז געגאַנגען צוּ פִּילָטוֹס, און האָט געבּעטן דעם גוּפָה פוּן רבי מֵלך המָשיחַ. און פִּילָטוֹס האָט בּאַפוילן, מען זאָל אים אים געבּן. 59 און יוסף האָט גענוּמען דעם גוּפָה, און האָט אים אייַנגעוויקלט אין לייַוונטע תַּכרִיכים, 60 און האָט אים אַרייַנגעלייגט אין זיין אייגענעם קֵבר החדש, וואָס ער האָט געלאָזט אויסהאַקן אין אַ פעלזן; און ער האָט צוּגעקייַקלט אַ גרויסן שטיין צוּ דער פֶתַח פוּן דעם קֵבר, און איז אַוועקגעגאַנגען [זען ישעיהו 53:9]. 61 און מִריָם פוּן מַגדָלָה, און די אַנדערע מִריָם, זענען דאָרטן געזעסן, אנטקייגנאיבער דעם קֵבר. 62 און אויף מָחָר, נאָך עֶרֶב-שַבּת, האָבּן זיך די ראָשי-כֹּהַנים און די פּרוּשים פאַרזאַמלט בּיי פִּילָטוֹס, 63 און האָבּן געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, מיר געדענקען, אַז יענער מתעה האָט געזאָגט, ווען ער האָט נאָך געלעבּט: נאָך 3 טעג וועל איך אויפשטיין [זען תּחִיַת-המֵתים, דניאל 12:2]. 64 בּאַפעל דערפאר, אַז דער קֵבר זאָל בּאַוואָרנט ווערן בּיז דעם 3טער יוֹם, טאָמער וועלן זיינע תּלמידים קוּמען און אים אַרויסגנבענען, און זאָגן דעם עם, אַז ער איז אויפגעשטאַנען אין תּחִיַת-המֵתים, און יעמאָלט וועט דער לעצטער בּאטרוּג זיין ערגער ווי דער ערשטער. 65 האָט פִּילָטוֹס צוּ זיי געזאָגט: הִנֵּה האָט איר אַ וואָך; גייט, און בּאַוואָרנט עס ווי נאָר איר קענט. 66 זענען זיי געגאַנגען און האָבּן בּאַוואָרנט דעם קֵבר, און פאַרחַתמעט דעם שטיין, און סטאַציאָנִירט אַ וואך. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |