Matthew 28
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו28

כח און נאָך מוֹצאַי-שַבּת, ווען שחרת פון יום ראשוֹן עס איז, מִריָם פוּן מַגדָלָה, און די אַנדערע מִריָם, איז געקוּמען זען דעם [משיחס] קֵבר. 2 און הִנֵּה איז געשען אַ גָּדוֹל ערדציטערניש; מחמת אַ מַלאך ה' האָט אַראָפּגעקומען פוּן שָמַיִם, און ער האָט גענעענט און אַוועקגעקייַקלט דעם שטיין, און האָט זיך אויף אים געזעצט. 3 זיין אויסזען איז געווען ווי דער בּליץ, וּלְבוּשוֹ לָבָן ווי שניי. 4 און פוּן פַּחד פאַר אים האָבּן די שוֹמרים געציטערט, און זענען געוואָרן ווי מֵתים. 5 און דער מַלאך האָט זיך אָנגערוּפן צוּ די נָשים: האָט נישט קיין פחד! מחמת איך ווייס, אַז איר זוּכט יהושע/ישוע, וואָס איז אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] געוואָרן. 6 ער איז דאָ נישטאָ; מחמת צו אים האט קומען די תחִיַת-המֵתים, אַזוי ווי ער האָט געזאָגט. קוּמט, זעט דאָס אָרט, וואוּ הָאָדוֹן איז געלעגן. 7 און גייט געשווינד און זאָגט משיחס תּלמידים, אַז ער איז אויפגעשטאַנען אין תּחִיַת-הַמֵתים. און הִנֵּה גייט ער אייך פאָרויס קיין גָלִיל [זען מתי 26:32]; דאָרט וועט איר אים זען. הִנֵּה, איך האָבּ עס אייך אָנגעזאָגט. 8 און זיי זענען געשווינד אַוועק פוּן דעם קֵבר מיט פחד און גָּדוֹל שִׂמְחָה, און זענען געלאָפן סע אנצוזאָגן צו משיחס תּלמידים. 9 און הִנֵּה יהושע/ישוע האָט זיי אנטקייגן געקומען, און געזאָגט: שָלום-עַלֵיכֶם! און זיי האָבּן גענעענט און אים אַרוּמגענוּמען בּיי זיינע רגלים, און האָבּן אנידערגעפאלן פאַר אים. 10 יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: האָט נישט קיין פחד; גייט און זאָגט צוּ מיינע אַחִים, אַז זיי זאָלן גיין קיין גָלִיל, און דאָרט וועלן זיי מיך זען [זען מתי 26:32]. 11 און ווען זיי זענען אַוועקגעגאַנגען, הִנֵּה עטלעכע פוּן דער וואַך זענען געקוּמען אין דער שטאָט אַריין, און האָבּן דערציילט די ראָשי-כֹּהַנים אַלצדינג, וואָס ס'איז געשען. 12 און אַזוי ווי זיי האָבּן זיך פאַרזאַמלט מיט די זקֵנים, האָבּן זיי זיך אַן עֵצה געהאַלטן, און געגעבּן געלט גענוג די זעלנער, 13 און געזאָגט: איר זאָלט זאָגן, אַז זיינע תּלמידים זענען געקוּמען בּיינאַכט און האָבּן אים אַוועקגעגַנבעט, ווען מיר זענען געשלאָפן. 14 און אויבּ דאָס וועט קומען צוּם פראָקוּראַטאָרס אויערן, וועלן מיר אים איבּעררעדן, און איר וועט נישט האָבּן וואָס זיך צוּ זאָרגן. 15 און זיי האָבּן גענוּמען דאָס געלט, און האָבּן געטאָן ווי מע האָט מיט זיי אייַנגעחַזרט; און די דאָזיקע שמוּעה האָט זיך פאַרשפּרייט צווישן ייִדן בּיזן הייַנטיקן טאָג. 16 און די 11 תּלמידים זענען געגאַנגען קיין גָלִיל, צוּם הָר, וואוּ יהושע/ישוע האָט זיי בּאַשטימט [זען מרק' 18-16:15; קורא 15:6]. 17 און אַז זיי האָבּן אים דערזען, האָבּן זיי אנידערגעפאלן פאַר אים; א טייל אָבּער האָבּן געצווייפלט. 18 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענעענט און האָט צוּ זיי גערעדט, אַזוי צוּ זאָגן: מיר איז געגעבּן געוואָרן די כל כֹּחַ און סמכוּת [זען לוקס 10:19] אין שָמַיִם און אויף הארץ. 19 גייט דערפאר און מאַכט תּלמידים פוּן כל אוּמות, און זיי מיט דער מקוה טובל אין מָשיחַס מקוה אין דעם נאָמען פוּן דעם אלוקים הָאָב, און פוּן דעם זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], און פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פון ה' [אֲדֹנָי אחד דאָך מְשֻלָּש, זען משלי 30:4; תהלים 33:6, ישעיהו 48:16, זֹהַר ג ב288] מאכט משיחס תלמידים, 20 און לערנט זיי צו זיין שמור איבער די מצוות פון רבי מֵלך המשיח, וואָס איך האָבּ אייך געבּאָטן. און הִנֵּה בּין איך מיט אייך אלע טעג, בּיז צוּם קץ הָעוֹלָם.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 27
Top of Page
Top of Page