Mark 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס
מרקוס1

א דער אָנהייבּ פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רֶבּי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע דעם זוּן פוּן דער אויבּערשטער. 2 אַזוי ווי סע שטייט געשריבּן אין ישעיהו הנביא: הִנְנִי שֹלֵחַ מַלְאָכִי לְפָנֶיךָ ופִנָּה דַרְכֶךָ. [מלאכי 3:1] 3 קוֹל קוֹרֵא בַמִדְבָר פַנו דֶרֶךְ ה', יַשְרו מְסִלוֹתָיו [ישעיהו 40:3]. 4 יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה איז געקוּמען אין דער מִדבּר, אויסרופנדיק די מקוה טבִילה פוּן תּשוּבה פאַר דער סְלִיחַת חֲטָאים. 5 און דאָס כל אֶרֶץ יהוּדה, און כל בּאַוואוינער פוּן ירוּשָלַיִם זענען צוּ אים אַרויסגעגאַנגען; און זיי זענען פוּן אים מקוה געטוֹבלט געוואָרן אין דעם טייך יַרדן [מקוה], און האָבּן זיך מִתווַדה געווען [צו ה'] אויף זייערע עבירות [די וִדּוּי צו ה']. 6 און יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] געווען אָנגעטון אַ מַלבּוש פוּן קעמל-האָר, און אַ לעדערנעם גאַרטל אַרוּם זיינע לענדן, און געגעסן האָט ער הייֵשעריקן און ווילדן האָניק. 7 און ער האָט געדרשנט, אַזוי צוּ זאָגן: נאָך מיר קוּמט דער, וואָס איז מעכטיקער פוּן מיר, און איך בּין נישט רָאוּי זיך אייַנצוּבּייגן פאַר אים און אים אויפבּינדן די שרוך פוּן זיינע סנדל. 8 איך האָבּ אייך דער מקוה געטוֹבעלט מיט מַיִם, אָבּער ער וועט אייך דער מקוה טובלען מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [מהש 47-10:46]. 9 און עס איז געווען אין יענע טעג, אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען פוּן נצֶרֶת אין גָלִיל, און איז דער מקוה געטוֹבלט געוואָרן פוּן יוֹחָנָן אין יַרדן [מקוה]. 10 און ווי נאָר רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויסגעקוּמען פוּן דעם מקוה מַיִם, האָט ער געזען דעם שָמַיִם זיך שפּאַלטן, און דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פון ה' אַראָפּשוועבּן ווי אַ יונה אויף אים. 11 און אַ בת קוֹל איז אַרויס פוּן שָמַיִם: דוּ בּיסט מיין געליבּטער זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער]; אין דיר חָפַצְתִּי. 12 און תֵיכּף דער רוּחַ הַקוֹדֶש פון ה' האָט געטריבּן רבי מֵלך המָשיחַ אין דער מִדבּר אַריין. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען אין דער מִדבּר 40 טעג, געפּרוּאווט פוּן הָשָׂטן; און רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען מיט ווילדע חַיוֹת, און מַלאָכים האָבּן אים בּאַדינט. 14 און אַזוי ווי יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] איז איבּערגעענטפערט געוואָרן, איז רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען קיין גָלִיל, און האָט געדרשנט די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן ה', 15 אַזוי צוּ זאָגן: די צייט איז מקוּים געוואָרן, און דאָס מַלכות ה' האָט זיך דערנענטערט; שובו צו ה', און גלויבּט אין דער בּשׂוּרת הגאוּלָה. 16 און גייענדיק בּיים יַם פוּן גָלִיל, האָט ער געזען שִמעוֹנען [זען כיפא א און כיפא ב] און אַנדרייַען אָח שִמעוֹן, פאַרוואַרפן אַ נעץ אין יַם אַריין; מחמת זיי זענען געווען דַּיָּגִים. 17 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: קומט פאָלגט מיר נאָך, און איך וועל אייך מאַכן פאַר דַּיָּגִים פוּן בְּנֵי אָדָם. 18 און זיי האָבּן תֵיכּף פאַרלאָזט די נעצן, און זענען אים נאָכגעפאָלגט. 19 און אַז ער איז אַבּיסל ווייטער געגאַנגען, האָט ער געזען יַעקֹב בֶּן-זַבדי, און יוֹחָנָן אָח יַעקֹב [זען יוח', יוחא, יוחב, יוחג, התג'], וואָס זענען געווען אין דער סִירָה, און האָבּן פאַרראָכטן די נעצן. 20 און ער האָט זיי תֵיכּף גערוּפן; און זיי האבּן איבּערגעלאָזט זַבדי אביהם אין דער סִירָה מיט די טאָג-לוינער, און זענען אים נאָכגעגאַנגען. 21 און זיי זענען געקוּמען קיין כּפַר-נַחוּם; און שַבּת איז רבי מֵלך המָשיחַ תֵיכּף אַרייַנגעגאַנגען אין דער שול אַריין, און האָט געלערנט משיחס תּוֹרה. 22 און זיי זענען נִשתּוֹמם געוואָרן איבּער זיין תּוֹרה, מחמת רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געלערנט ווי איינער וואָס האָט שליטה רשוּת, און נישט ווי די סוֹפרים [רבנים]. 23 און גַראָד ווען איז אין זייער שול געווען אַ בן אדם מיט אַ שד. 24 און ער האָט אויסגעשריגן: וואָס האָבּן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת? בּיסטוּ געקוּמען אוּנדז צוּ פאַרדאַרבּן? איך ווייס ווער דוּ בּיסט: דער קְדוֹש האלוקים! 25 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויף אים אָנגעשריגן, און געזאָגט: שווייג! און גיי אַרויס פוּן אים! 26 און דער שד האָט אים געריסן, און געשריגן מיט אַ הויך קוֹל, און איז אַרויס פוּן אים. 27 און זיי זענען כל נִשתּוֹמם געוואָרן, און איינער האָט דעם אַנדערן געפרעגט: וואָס איז דאָס? מַה תּוֹרה חֲדָשָה מיט סמכוּת בּאַפעלט ער אַפילו די שדים [גֵרוּש שֵדִים], און זיי געהאָרכן אים. 28 און זיין שֶם האָט זיך תֵיכּף פאַרשפּרייט אין דער כל געגנט פוּן גָלִיל. 29 און תֵיכּף ווען זיי זענען אַרויסגעגאַנגען פוּן דער שול, זענען זיי אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית פוּן שִמעוֹן און אַנדריי, מיט יַעקֹב און יוֹחָנָן. 30 און שִמעוֹנס שוויגער איז געלעגן הוֹלַת-פיבּער, און זיי האָבּן אים תֵיכּף געזאָגט וועגן איר. 31 און רבי מֵלך המָשיחַ איז צוּגעגאַנגען און האָט זי אָנגענוּמען בּיי דער האַנט, און זי אויפגעשטעלט; און דאָס פיבּער האָט זי אַוועק, און זי האָט זיי בּאַדינט. 32 און ווען סע איז געווארן אָוונט, ווען די זוּן איז אוּנטערגעגאַנגען, האָבּן זיי צוּ אים געבּראַכט כל, וואָס זענען געווען חוֹלים און בּאַזעסן פוּן שדים. 33 און די כל שטעטל [כּפַר-נַחוּם] האָט זיך פאַרזאַמלט בּיי דער פֶתַח. 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געהיילט רבים [זען ישעיהו 53:5], וואָס האָבּן געליטן פוּן אַלערליי חוֹלאַתן, און האָט אַרויסגעטריבּן רבים שדים; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט די שדים נישט געלאָזט רעדן, מחמת זיי האָבּן אים געקענט. 35 און בבקר, אַ היפּשע צייט נאָך פאַרטאָג, איז רבי מֵלך המשיח אויפגעשטאַנען און איז אָרויסגעגאַנגען אין אַ וויסטן אָרט, און האָט דאָרטן געווען געדאַוונט. 36 און שִמעוֹן און די, וואָס זענען מיט אים געווען, האָבּן אים אַרוּמגעזוּכט; 37 און אַז זיי האָבּן אים געפוּנען, האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: כל זוּכן דיך! 38 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: לאָמיר גיין ערגעץ-אַנדערש, אין די שכֵנישע שטעטלעך אָריין, כּדי איך זאָל אויך דאָרטן דרשענען; מחמת צוּליבּ דעם בּין איך געקומען. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געדרשענט אין זייערע שולן אין כל הגָלִיל, און האָט אָרויסגעטריבּן שדים. 40 און עס איז צוּ אים געקוּמען אַן אִיש מְצֹרָע, וואָס איז פאַר אים געפאַלן אויף די קני, און האָט אים געבּעטן, אַזוי צוּ זאָגן: אויבּ דוּ ווילסט, קאָנסטוּ מיך מאַכן טָהוֹר! 41 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויף אים רחמים, און האָט אויסגעשטרעקט זיין האַנט, און האָט אים אָנגערירט, און געזאָגט: איך וויל; זיי טָהוֹר. 42 און תֵיכּף האָט זיך דאָס צָרַעת אָפּגעטאָן פוּן אים, און ער איז געווארן טָהוֹר. 43 און ער האָט אים שטרענג בּאַפוילן, און אים געהייסן תיכף גיין, 44 און האָט צוּ אים געזאָגט: הנה, זאָלסט עס קיינעם נישט דערציילן; נייערט גיי און ווייז דיך פאַרן כֹּהן, און זיי מַקריב פאַר דיין טָהֳרָה וואָס מֹשה האָט געבּאָטן, פאַר אַן עֵדות צוּ זיי [ויקרא 13:49, 32-14:2]. 45 אָבּער ער איז אַרויסגעגאַנגען, און האָט עס גענוּמען שטאַרק בּאַקאַנט מאַכן, און די דאָך אוּמעטוּם צוּ פאַרשפּרייטן, אַזוי, אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט מער נישט געקענט פריי אַרייַנקוּמען אין אַ שטעטל אַריין, נייערט איז געבּליבּן דרויסן אין וויסטע ערטער; און זיי זענען צוּ אים געקוּמען פוּן אוּמעטוּם.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 28
Top of Page
Top of Page