Mark 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס2

ב און נאָך עטלעכע טעג איז רבי מֵלך המָשיחַ ווידער געקוּמען קיין כּפַר-נַחוּם, און מען האָט זיך דערוואוּסט, אַז ער איז אין דער היים. 2 און רבים האָבּן זיך פאַרזאַמלט, ביז סעאיז מער נישט געווען קיין פּלאַץ, נישט צוּמאָל פאַר דער פֶתַח הבּית; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גערעדט צוּ זיי דאָס דָּבָר ה'. 3 און זיי זענען געקוּמען, און האָבּן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געבּראַכט אַן אִיש מְשֻּתָּק, וועמען 4 בְּנֵי אָדָם האָבּן געטראגן. 4 און אַזוֹיווי זיי האָבּן נישט געקענט צוּקוּמען צוּ אים צוּליבּ דעם עוֹלם, האָבּן זיי אויפגעדעקט דעם דאָך איבּער אים; און אַזוי ווי זיי האָבּן געמאַכט אַן עפענוּנג, האָבּן זיי אַראָפּגעלאָזט דאָס בּעט, אויף וועלכן דער אִיש מְשֻּתָּק איז געלעגן. 5 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען זייער אֶמוּנה, האָט ער געזאָגט צוּם אִיש מְשֻּתָּק : בְּני, דיינע עבירות זענען לְךָ נִסְלְחוּ. 6 און דאָרטן זענען געזעסן עטלעכע סוֹפרים [רַבָּנִים], וואָס האָבּן געטראַכט אין זייערע לְבָבוֹת: 7 פאַרוואָס רעדט ער אַזוינס? ער לעסטערט דאָך [חלול השם גידוף]! ווער קען מוֹחל זיין עבירות, אַחוּץ ה' אַליין [דאָך זען דניאל 14-7:13]? 8 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט תֵיכּף פאַרשטאַנען אין זיין רוּחַ וועגן וואָס זיי טדאַכטן, און רבי מֵלך המשיח האָט צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס טראַכט איר אַזוינס אין אייערע לְבָבוֹת? 9 וואָס איז גרינגער, צוּ זאָגן צוּם אִיש מְשֻּתָּק: דיינע עבירות זענען דיר פאַרגעבּן געוואָרן; אָדער צוּ זאָגן : שטיי אויף, נעם דיין בּעט און גיי? 10 אָבּער כּדי איר זאָלט וויסן, אַז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] האָט רשוּת אויף הארץ מוֹחל צוּ זיין עבירות - האָט ער געזאָגט צוּם אִיש מְשֻּתָּק 11 איך זאָג דיר, שטיי אויף, און נעם דיין בּעט, און גיי אַהיים! 12 און ער איז אויפגעשטאַנען, און האָט תֵיכּף גענוּמען זיין בּעט, און איז אַרויסגעגאַנגען פוּן פאַר זיי כל; אַזוי, אַז כל זענען נִשתּוֹמם געוואָרן, און געזאָגט בָּרוּך ה', און געזאָגט: אַזוינס האָבּן מיר נאָך קיינמאָל נישט געזען! 13 און רבי מֵלך המָשיחַ איז ווידער אַרויסגעגאַנגען צוּם יַם; און דאָס כל המון מענטשן איז צוּ אים געקוּמען, און ער האָט זיי געלערנט משיחס תּוֹרה. 14 און ווען ער איז פאַרבּייַגעגאַנגען, האָט ער געזען, לֵוִי בֶּן-חַלפַי [מתי] זיצן אויפן צאָל-אַמט [הויז פון שטייער], און ער האָט צוּ אים געזאָגט: גיי מיר נאָך. און ער איז אויפגעשטאַנען און איז אים נאָכגעגאַנגען. 15 און עס איז געווען, ווען ער [יהושע/ישוע] איז געזעסן בּיים טיש אין זיין [לֵוִיס] בֵּית, האָבּן רבים מוֹכסים און בּעלי עבֵירה זיך אַנידערגעזעצט מיט רבי מֵלך המָשיחַ און משיחס תַּלמידים; מחמת רבים פוּן זיי זענען אים נאָכגעפאָלגען. 16 און ווען די סוֹפרים [רַבָּנִים] פוּן די פּרוּשים האָבּן געזען, אַז ער עסט מיט בּעלי עבֵירה און מיט מוֹכסים, האָבּן זיי געזאָגט צוּ משיחס תּלמידים: פאַרוואָס עסט ער און טרינקט מיט מוֹכסים און בּעלי עבֵירה? 17 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געהערט, האָט ער צוּ זיי געזאָגט: די, וואָס זענען געזוּנט, נייטיקן זיך נישט אין קיין רוֹפא, נייערט די, וואָס זענען חוֹלים; איך בּין נישט געקוּמען צוּ רוּפן די צַדיקים, נייערט די בּעלי עבֵירה. 18 און די תַּלמידים פוּן יוֹחָנָן און פוּן די פּרוּשים פלעגן פאסטן ; און זיי זענען געקוּמען און האָבּן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: פאַרוואָס פאסטן יוֹחָנָנס תַּלמידים און די תַּלמידים פוּן די פּרוּשים פאסטן צָמִים, און דיינע תַּלמידים פאַסטן נישט? 19 און האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: קענען די אונטערפירערט פאַסטן בּשעת דער חָתן [רבי מֵלך המשיח] איז מיט זיי? כל-זמן זיי האָבּן דער חָתן מיט זיך, זיי קענען נישט פאַסטן. 20 סע וועלן אָבּער קוּמען טעג, ווען דער חָתן וועט פון זיי אַוועקגענוּמען ווערן [יוח' 14:28], און יעמאָלט וועלן זיי פאַסטן אין יענע טעג. 21 און קיינער לייגט נישט קיין לאַטע פוּן נישט-געוואלקעוועטן טוּך אויף אַן אַלטן בגד; טאָמער רייסט די לאַטע אָפּ, די נייע פוּן דעם אַלטן, און סע ווערט אן ערגערער ריס. 22 און קיינער גיסט נישט אַריין קיין יַיִן חָדָש אין אַלטע לאָגלען; ווייל דער וויין צעפּלאַצט די לאָגלען, און דער וויין גייט פאַרלוירן, און אויך די לאָגלען; נייערט יַיִן חָדָש גיסט מען אַריין אין נייע לאָגלען. 23 און עס איז געווען, אַז ער איז אין אַ שַבּת געגאַנגען דוּרך תּבוּאה-שָׂדוֹת, און משיחס תַּלמידים האָבּן אָנגעהויבּן צוּ רייסן זאַנגען אויף דעם דֶּרֶךְ [דברים 23:25]. 24 און די פּרוּשים האָבּן צוּ אים געזאָגט: הנה, פארוואס טוּען זיי אוּם שַבּת, וואָס מען טאָר נישט? 25 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: האָט איר קיינמאָל נישט געלייענט וואָס דָוִד האָט געטאָן, ווען ער איז געווען אין נויט, און האָט געליטן הוּנגער, ער און די מענטשן וואָס זענען געווען מיט אים? 26 ווי ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית ה' [משכן], ווען אֶביָתָר איז געווען כֹּהן-גָדול, און האָט געגעסן דאָס לֶחֶם-הפָּנים, וואָס קיינער טאָר נישט עסן, אָחוּץ די כֹּהַנים, און ער האָט אויך געגעבּן צוּ די, וואָס זענען געווען מיט אים [שמוּאל א 7-21:1]? 27 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: דער שַבּת איז געשאַפן געוואָרן זוליבּ הָאָדָם, און נישט הָאָדָם פאַר דעם שַבּת. 28 דערפאר איז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] אויך אָדוֹן איבּער דעם שבּת.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 1
Top of Page
Top of Page