Mark 9
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס9

ט און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג אייך, פאַראַן עטלעכע פוּן די, וואָס שטייען דאָ וואָס וועלן נישט פאַרזוּכן דעם טַעם פוּן מָוֶת, בּיז זיי וועלן זען דאָס מַלכות ה' אַנקוּמען בִּגְבוּרָה [זען לוקס 36-9:28; מתי 13-17:1; מרק' 13-9:2]. 2 און 6 טעג שפּעטער האָט רבי מֵלך המָשיחַ גענוּמען מיט זיך כֵּיפָא, און יַעקֹבן און יוֹחָנָן אין יחידות, און האָט פירט זיי ארויף אויף אַ הויכן הָר איינע אליין; און ער איז פאַר זיי פאַרענדערט געוואָרן. 3 און משיחס מַלבּוּשים זענען געוואָרן שטראַלנדיק, אַזוי ווייס, אַז קיין פאַרבּער אויף דער ערד וואַלט זיי נישט געקענט ווייסער מאַכן. 4 און אלִיָהוּ הַנָביא מיט מֹשהן האָבּן זיך אַנטפּלעקט צוּ זיי, און האָבּן גערעדט מיט רבי מֵלך המָשיחַ. 5 און כֵּיפָא האָט זיך אָפּגערוּפן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: רֶבּי, עס איז טוֹב פאַר אוּנדז דאָ צוּ זיין; לאָמיר מאַכן 3 סֻכּוֹת, אֶחָד פאַר דיר, און אֶחָד פאַר מֹשה [רבינו], און אֶחָד פאַר אֵלִיָהוּ הַנָביא. 6 מחמת ער האָט נישט געוואוּסט, וואָס צוּ זאָגן, אַזוי זיי האָבּן זיך געפאָרכטן מיט צופלויגען פחד. 7 און געקוּמען איז אַ וואָלקן, און האָט זיי פאַרשאָטנט, און אַ בת קוֹל איז אַרויס פוּן דעם וואָלקן: זה בּני אהובי [דער זון פון דער אויבּערשטער] אֵלָיו תשמעוּן! 8 און אַז זיי האָבּן זיך פלוּצים אַרוּמגעקוּקט, האָבּן זיי קיינעם נישט געזען, אַחוּץ רבי מֵלך המָשיחַ אַליין מיט זיי. 9 און ווען זיי האָבּן אַראָפּגענידערט פוּן דעם הָר, האָט רבי מֵלך המשיח זיי בּאֵפוילן, אַז זיי זאָלן קיינעם נישט דערציילן, וואָס זיי האָבּן געזען, בּיז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט אויפשטיין תּחִיַת-הַמֵתים. 10 און זיי האָבּן בּאַהאַלטן רבי מֵלך המָשיחַס דָּבָר, און האָבּן זיך געיִשובט צווישן זיך, וואָס תּחִיַת-בַּר אֱנָש זאָל בּאַטייַטן. 11 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געפרעגט: פאַרוואָס זאָגן די סוֹפרים [רַבָּנִים], אַז קוֹדם שטעטל קוּמען אלִיָהוּ הַנָביא [מלאכי 6-4:5]? 12 און האָט רבי מֵלך המשיח צוּ זיי געזאָגט: אַווַדאי קוּמט קוֹדם אלִיָהוּ הַנָביא, און בּרענגט תּקּוּן; און ווי סע שטייט געשריבּן וועגן דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח], אַז ער מוּז אַ סך ליידן יסורים, און ווערן נִבְזֶה וַחֲדַל [זען ישעיהו 53:3]. 13 אָבּער איך זאָג אייך, אַז אלִיָהוּ הַנָביא איז שוֹין געקוּמען, און זיי האָבּן מיט אים געטאָן וואָס זיי האָבּן געוואָלט, אַזוי ווי סע שטייט געשריבּן וועגן אים [זען מלכים א 19:2,10; מלאכי 24-3:23]. 14 און ווען זיי זענען געקוּמען צוּ די תּלמידים, האָבּן זיי געזען אַ גרויסן המון מענטשן אַרוּם זיי, און סוֹפרים [רַבָּנִים] האָבּן זיך מיט זיי מִתווַכֵּחַ געווען. 15 און אַז די בְּנֵי אָדָם האָבּן אים דערזען, זענען זיי נִשתּוֹמם געוואָרן, און זענען צו אים אקייגנגעלאָפן און רבי מֵלך המָשיחַ אָפּגעגעבּן בּרכת שלום. 16 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געפרעגט: וועגן וואָס זענט איר זיך מִתווַכֵּחַ מיט זיי? 17 און איינער פוּן דעם המון האָט אים געענטפערט: רֶבּי, איך האבּ געבּראַכט צוּ דיר מיין זוּן, וואָס האָט אַ שטומען גייסט שד; 18 און וואוּ נאָר ער כאַפּט אים אָן, וואָרפט ער אים אַהין און אַהער; און ער שוימט פארן מויל און קריצט מיט די ציין, און ווערט פאַרשטאַרט; און איך האָבּ געזאָגט צוּ דיינע תּלמידים, אַז זיי זאָלן אים אַרויסטרייַבּן, אָבּער זיי האבן נישט די כוחַ. 19 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געענטפערט: אָ אוּמגלויבּיקער דוֹר, ווי לאַנג נאָך זאָל איך זיין מיט אייך? ווי לאַנג נאָך זאָל איך אייך פאַרטראַגן? בּרענגט אים אַהער צוּ מיר. 20 און זיי האָבּן אים געבּראַכט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ; און ווי ער האָט אים דערזען, האָט דער שד פּלוּצים גענוּמען אים רייסן; און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האָט זיך שוימענדיק פארן מויל. 21 און ער האָט געפרעגט זיין אָב: ווי לאַנג איז עס, זינט דאָס איז צוּ אים געקוּמען? האָט ער געזאָגט: פוּן קינדווייַז אָן. 22 און אָפט וואַרפט ער אים אין אֵש און אין מַיִם אַריין, כּדי אים אוּמצוּבּרענגען, אָבּער אויבּ דוּ קענסט עפּעס טאַן, האַבּ אויף אוּנדז רחמי שמים, און העלף אוּנדז. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: אויבּ דוּ קענסט? כל איז מעגלעך פאַר דעם, וואָס גלויבּט. 24 און תֵיכּף האָט דער אָב פוּן דעם ייִנגל אויסגעשריגן, און געזאָגט: איך גלויבּ; העלף מיין אוּמגלויבּן! 25 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען, אַז דאָס המון לויפט זיך צוּנויף, האָט ער אַנגעשריגן אויף דעם שד, און צוּ אים געזאָגט: דוּ שטומער און טויבּער שד, איך בּאַפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און מער קיינמאָל אין אים נישט אַרייַנגיין. 26 און נאָך רבים שרייַעניש, און גָּדוֹל רייַסעניש, איז ער פוּן אים אַרויס; און דאָס ייִנגל איז געוואָרן ווי אַ מֶת, אַזוי, אַז רבים האָבּן געזאָגט: ער איז נִפְטָר. 27 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים אָנגענוּמען בּיי דער האַנט, און האָט אים אויפגעהויבּן, און ער איז אויפגעשטאַנען. 28 און ווען ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין בֵּית אַריין, האָבּן אים משיחס תּלמידים געפרעגט, ווען זיי זענען געווען אַליין אין אַ יחידות: פאַרוואָס האָבּן מיר אים נישט געקענט אַרויסטרייַבּן? 29 און האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: דער דאָזיקער מִין גייט נישט אַרויס, אחוץ דוּרך דאַווענענדיק און תעניתים. 30 און זיי זענען פוּן דאָרטן אַוועק, און זענען דוּרכגעגאַנגען דוּרך גָלִיל; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט נישט געוואָלט, אַז עמיצער זאָל עס וויסן. 31 מחמת רבי מֵלך המָשיחַ האָט געלערנט משיחס תַּלמידים, און צוּ זיי געזאָגט: דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט איבּערגעגעבּן ווערן אין די הענט פוּן בְּנֵי אָדָם, און זיי וועלן אים טייטן; און 3 ימים נאָכן טויט וועט ער ווידער אויפשטיין. 32 אָבּער זיי האָבּן נישט האבן בינה, וואָס ער האָט געזאַגט, און האָבּן זיך געפאָרכטן אים צוּ פרעגן. 33 און זיי זענען געקוּמען קיין כּפַר-נַחוּם; און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז נעווען אין בֵּית, האָט ער זיי געפרעגט: וועגן וואָס האָט איר אייך געאַמפּערט אויפן דֶּרֶךְ? 34 אָבּער זיי האָבּן געשוויגן; ווייל אויפן דֶּרֶךְ האָט איינער מיטן אַנדערן זיך געאַמפּערט, ווער עס איז דער גרעסטער צווישן זיי. 35 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אַנידערגעזעצט, און גערוּפן די 12, און האָט צוּ זיי געזאָגט: דער, וואָס וויל זיין דער ערשטער, זאָל זיין דער לעצטער פוּן אלע, און אַ מְשָרֵת פוּן כל. 36 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען אַ יֶלֶד, און האָט עס אַוועקגעשטעלט אין זייער מיט; און נעמענדיק עס אין משיחס אָרעמס, האָט ער צוּ זיי געזאָגט: 37 ווער סע וועט אויפנעמען אַזאַ יֶלֶד אין מיין נאַמען, טוּט מיך אויפנעמען; און ווער סע נעמט מיך אויף, נעמט אויף נישט מיך, נייערט אים [ה'], וואָס האָט מיך געשיקט [זען יוחא 2:23]. 38 האָט יוֹחָנָן צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, מיר האָבּן געזען איינעם אַרויסטרייַבּן שדים אין דיין נאָמען; און מיר האָבּן אים פאַרווערט, מחמת ער איז אוּנדז נישט משתתף, ער איז נישט איינער פון דייך חסידים [במדבר 29-11:27]. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: פאַרווערט אים נישט; מחמת קיינער קען נישט טאָן קיין וואוּנדער אין מיין נאָמען, און גיך רעדן לשון הרע אויף מיר. 40 מחמת דער, וואָס איז נישט פון אוּנדז מתנגד, איז פאַר אוּנדז. 41 מחמת ווער סע וועט אייך געבּן צוּ טרינקען אַ כּוֹס מַיִם, מחמת איר געהערט צוּם רבי מֵלך המָשיחַ, אָמֵן, איך זאָג אייך, ער וועט נישט פארלירן זיין שׂכַר. 42 און ווער סע וועט פארפירן צום שטרויכלען איינעם פוּן די דאָזיקע קליינע, וואָס גלויבּן אין מיר, פאַר דעם וואָלט בּעסער געווען, אַז אַ גרויסער מיִלשטיין וואָלט אָנגעהאָנגען געוואָרן אויף זיין האָלדז, און ער וואָלט אַרייַנגעוואָרפן געוואָרן אין יַם אַריין. 43 און אויבּ דיין האַנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האַק זי אָפּ [זען רומ' 8:13]; עס איז בּעסער פאַר דיר אריינצוגיין אין חיי [עולם] געמוּמט, איידער מיט דיינע בּיידע הענט אַרייַנגעוואָרפן צוּ ווערן אין גיהֶנום, אין דעם אוּמפאַרלעשלעכן אֵש, 44 וואוּ זייער וואָרעם שטאַרבּט נישט און דאָס אֵש ווערט נישט פאַרלאָשן [זען תולעתם לא תמות, און אש לא תכבה, ישעיהו 66:24; דניאל 12:2]. 45 און אויבּ דיין פוּס פארפירט דיך צום שטרויכלען, האַק אים אָפּ [זען רומ' 8:13]; עס איז בּעסער פאַר דיר אריינצוגיין אין חַיי [עולם] לאָם, איידער מיט בּיידע רגלים אַרייַנגעוואָרפן צוּ ווערן אין גיהֶנום, 46 וואוּ זייער וואָרעם שטאַרבּט נישט, און דאָס אֵש ווערט נישט פאַרלאָשן [זען תולעתם לא תמות, און אש לא תכבה, ישעיהו 66:24; דניאל 12:2]. 47 און אויבּ דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, רייס עס אַרויס [זען רומ' 8:13]; עס איז בּעסער פאַר דיר אריינצוגיין אין דעם מַלכות ה' מיט איין אויג, איידער מיט בּיידע אויגן אַרייַנגעוואָרפן צוּ ווערן אין גיהֶינום, 48 וואוּ זייער וואָרעם שטאַרבּט נישט, און דאָס אֵש ווערט נישט פאַרלאָשן [זען תולעתם לא תמות, און אש לא תכבה, ישעיהו 66:24; דניאל 12:2]. 49 מחמת יעדער איינער וועט געזאַלצן ווערן מיט אֵש [ויקרא 2:13]. 50 מֶלַח איז טוֹב [זען מתי 5:13]; אויבּ אָבּער זאָלץ פאַרלירט דעם טַעם, מיט וואָס וועט איר עס ווירצן? האָט זאַלץ אין זיך, און לעבּט בּשָלום איינער מיטן אַנדערן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 8
Top of Page
Top of Page