Mark 10
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס10

י און רבי מֵלך המָשיחַ איז אויפגעשטאַנען פוּן דאָרטן, און איז געקוּמען אין די געמאַרקן פוּן יהוּדה און עֵבר-הַיַרדן, און אַ גרויסער הַמוֹן בני אדם האָט זיך ווידער אַרוּם אים פאַרזאַמלט, און ווי זיין מנהג, האָט ער ווידער מיט זיי געלערנט משיחס תּוֹרה. 2 און פּרוּשים האָבּן גענעענט, און כּדי אים צוּ פּרוּאוון, האָבּן זיי אים געפרעגט: האם מֻתָּר לאיש לגרש את אשתו? 3 האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי געענטפערט: וואָס מצוה האָט אייך מֹשה געבּאָטן? 4 האָבּן זיי געזאָגט: מֹשה רבינו האָט אוּנדז דערלויבּט צוּ שרייבּן אַ ספר כריתות [גֶט], און זי אַוועקשיקן [דברים 4-24:1]. 5 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: צוּליבּ אייער האַרטהאַרציקייט [זען תהלים 95:8] האָט ער אייך פאָרגעשריבּן דאָס דאָזיקע מצוה. 6 אָבּער אין אָנהייבּ פוּן דער בּאַשאַפוּנג [הבריאה] האָט זיי ה' זָכָר ונְקֵבָה בָרָא אֹתָם [בראשית 1:27; 5:2]. 7 עַל־כֵן יַעֲזָב אִיש אֶת־אָבִיו וְאֶת־אִמוֹ [וְדָבַק בְאִשְתוֹ] 8 וְהָיו שְנֵיהֶם לְבָשָר אֶחָד [בראשית 2:24]. אַזוי זענען זיי שוין מער נישט 2, נייערט בשר אחד. 9 דערפאר, וואָס ה' האָט בּאַהאָפטן, זאָל אַ בן אדם נישט פוּנאַנדערשיידן. 10 און אין בֵּית האָבּן אים משיחס תַּלמידים ווידער געפרעגט וועגן דעם דאָזיקן עִנין. 11 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: ווער סע גֶט זיך מיט זיין אִשָה, און האָט חתוּנה מיט אַן אַנדערער, איז אַ נוֹאף [זען מתי 19:9]. 12 און אויבּ זי גוּפא גֶט זיך מיט איר בּעל, און האָט חַתוּנה מיט אַן אַנדערן, איז זי אַ נוֹאֵפטע. 13 און זיי האָבּן צוּ אים געבּראַכט יְלָדים, כּדי ער זאָל זיי אָנרירן; אָבּער משיחס תַּלמידים האָבּן זיך אויף זיי אָנגעבּייזערט. 14 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געזען, האָט עס אים הִתְכַּעֵס, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: לאָזט די קליינע קינדער קוּמען צוּ מיר [משיח], און פאַרווערט זיי נישט; ווייל צוּ זייערסגלייכן געהערט דאָס מַלכות ה'. 15 אָמֵן, איך זאָג אייך, ווער סע וועט נישט מקַבּל זיין דאָס מַלכות ה' ווי אַ יֶלֶד, דער וועט דערין נישט אַרייַנקוּמען. 16 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי גענוּמען אין משיחס אָרעמס, און האָט זיי געבּענטשט, און אַרויפגעלייגט זיינע הענט אויף זיי. 17 און ווען ער האָט זיך געלאָזט אין דֶּרֶךְ אַריין, איז צוּ אים צוּגעלאָפן איינער, וואָס איז פאַר אים געפאַלן אויפן פָּנים, און האָט אים געפרעגט: רֶבּי גוּטער, וואָס זאָל איך טאָן, כּדי צוּ יַרשענען חַיֵּי עוֹלם? 18 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: פאַרוואָס רוּפסטוּ מיך גוּטער? קיינער איז נישט טוֹב, אחוּץ ה' אַליין. 19 דוּ קענסט די מִצוות : לֹא תִרְצַח ,לֹא תִנְאַף ,לֹא תִגְנֹב ,לֹא תַעֲנֶה בְרֵעֲךָ עֵד שָקֶר, לֹא תַעֲשֹק, כַבֵד אֶת־אָבִיךָ וְאֶת־אִמֶךָ [שמות 14-20:12; דברים 18-5:16]. 20 און ער האָט צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, דאָס כל האָבּ איך אָפּגעהיט פוּן מיין יוּגנט אַן. 21 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים אָנגעקוּקט, און אים ליבּ געקריגן [זען יוח' 3:16], און האָט צוּ אים געזאָגט: איין עִנין פעלט דיר נאָך; גיי, פאַרקויף אלץ וואס דו האסט [זען אפס' 5:5], און גיבּ עס די עֲנִיִּים, וועסטוּ האָבּן אַן אוֹצר אין שָמַיִם. און קוּם, און גיי מיר נאָך. 22 בּיי די רייד האָט זיך זיין פָּנים פאַרכמאַרעט, און ער איז אַוועקגעגאַנגען אַ טרויעריקער, מחמת ער האָט געהאַט נְכָסים רבים. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אַרוּמגעקוּקט, און געזאָגט צוּ משיחס תּלמידים : ווי שווער איז פאַר די, וואָס האָבּן עַשִירות, אריינצוקומען אין דעם מַלכות ה' ! 24 און משיחס תּלמידים האָבּן זיך געחִידושט איבּער זיינע דברים. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך ווידער אָפּגערוּפן, און צוּ זיי געזאָגט: יְלָדים, ווי שווער איז פאַר די, וואָס האָבּן בּטחון אויף געלט, אריינצוגיין אין דעם מַלכות ה' ! 25 עס איז לייַכטער פאַר אַ קעמל דוּרכצוּגיין דוּרך אַ לעכל פוּן אַ נאָדל, ווי פאַר אַן עוֹשר אריינצוקומען אין דעם מַלכות ה'. 26 און זיי זענען שטאַרק נִשתּוֹמם געוואָרן, און האָבּן צוּ אים געזאָגט: טאָ ווער קען דערלייזט ווערן? 27 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויף זיי געקוּקט, און געזאָגט: בּיי בְּנֵי אָדָם איז עס אוּממעגלעך, אָבּער נישט בּיי ה'; 28 מחמת כל איז מעגלעך בּיי ה'. האָט כֵּיפָא אָנגעהויבּן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ זאָגן: הִנֵּה, מיר האָבּן כל פאַרלאָזן, און זענען דיר נאָכגעפאלגט! 29 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג אייך, נישטאָ קיינער, וואָס האָט פארלאזט בֵּית, אָדער אַחִים, אָדער אֲחָיוֹת, אָדער אֵם, אָדער אָב, אָדער קינדער, אָדער שָׂדוֹת, צוליבּ מיר, און צוּליבּ דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, 30 וואָס וועט נישט בּאַקוּמען 100 מאָל מער אין דער איצטקער צייט, בָּתִים, און אַחִים, און אֲחָיוֹת, און אִמָּהוֹת, און בנים, און שָׂדוֹת, אינאיינעם מיט רדִיפות, און אין עולם הבּא, חַיֵּי עוֹלם [זען מתי 24:13]. 31 אָבּער רבים, וואָס זענען ערשטע, וועלן זיין לעצטע, און די לעצטע - ערשטע. 32 און זיי זענען געווען אין דֶּרֶךְ, און זענען אַרויפגעגאַנגען קיין ירוּשָלַיִם, און רבי מֵלך המָשיחַ איז געגאַנגען פאַרויס פאַר זיי; און זיי זענען געווען פאַרחִידושט, און די, וואָס זענען אים נאָכגעגאַנגען, האָבּן פחד געהאַט. און ער האָט ווידער גענוּמען די 12 אין אַ יחידות, און האָט זיי אָנגעהויבּן צוּ דערציילן, וואָס וועלן קומען אויף אים; 33 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: הִנֵּה, מיר גייען אַרויף קיין ירוּשָלַיִם; און דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט איבּערגעענטפערט ווערן צוּ די ראָשי-כֹּהַנים און די סוֹפרים [רַבָּנִים], 34 און זיי וועלן אים פאַרמִשפּטן צוּם מָוֶת מיט עונש מות, און אים איבּערענטפערן צוּ די גוֹיים. און זיי וועלן אים פאַרשפּאָטן, און שפּייען אויף אים, און אים שמייסן, און טייטן; און נאך זיין הסטלקות, נאך 3 ימים וועט ער ווידער אויפשטיין. 35 און יַעקֹב און יוֹחָנָן, בְּנֵי זַבדי, זענען צוּגעגאַנגען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן געזאָגט: רֶבּי, מיר ווילן, אַז דוּ זאָלסט פאַר אוּנדז טאָן, וואָס מיר וועלן דיך בּעטן. 36 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: וואָס ווילט איר, אַז איך זאָל טאָן פאַר אייך? 37 האָבּן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: גיבּ אוּנדז צוּ זיצן, איינער צוּ דיין לימין, און איינער צוּ דיין שׂמואל, אין דיין כבוד. 38 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: איר ווייסט נישט וואָס איר בּעט. צי קענט איר טרינקען דעם כּוֹס, וואָס איך טרינק? אָדער מקוה געטוֹבלט צוּ ווערן מיט דער מקוה טבִילה, וואָס איך ווער מקוה געטוֹבלט [זען מקוה פון מָוֶת, ישעיהו 53:9; רומ' 6:3]? 39 האָבּן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: מיר קענען! און רבי מֵלך המָשיחַ האָת צוּ זיי געזאָגט: דעם כּוֹס, וואָס איך טרינק, וועט איר טרינקען; און מיט דער מקוה טבִילה, וואָס איך ווער מקוה געטוֹבלט, וועט איר אויך מקוה געטוֹבלט ווערן; 40 אָבּער צו זיצן אויף מיין לימין אָדער שׂמואל, איז נישט מיינס צוּ געבּן, דאָס איז פאַר די, פאַר וועמען עס איז צוגעגרייט געוואָרן [אפס' 2:10]; 41 און ווען די 10 האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיי אָנגעהויבּן צו ווען אין כעס אויף יַעקֹבן און יוֹחָנָן. 42 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי צוּגערוּפן צוּ זיך, און געזאָגט: ווייסט איר, אַז די שָׂרים פוּן די גוֹיים הערשן איבּער זיי, און זייערע גדוֹלים געוועלטיקן איבּער זיי. 43 נישט אַזוי זאָל עס אָבּער זיין צווישן אייך [זען פילמ' 19-1:8]; נייערט ווער סע וויל ווערן גָּדוֹל צווישן אייך, זאָל זיין אייער מְשָרֵת, 44 און ווער סע וויל זיין 1טער צווישן אייך, זאָל זיין אַלעמענס עֶבֶד. 45 מחמת דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] איז אויך נישט געקוּמען בּאַדינט צוּ ווערן, נייערט צוּ בּאַדינען, און צוּ געבּן זיין נֶפֶש [זען ישעיהו 11-53:10] אַ כּוֹפֶר פאַר רבים [ישעיהו 53:12]. 46 און זיי זענען געקוּמען קיין ירִיחוֹ; און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז ארויסגעגאַנגען פון ירִיחוֹ מיט משיחס תַּלמידים און מיט אַ גרויסן הַמוֹן בְּנֵי אָדָם, איז טִימַיס זוּן, בַּרטִימַי, אַ בּלינדער בּעטלער, געזעסן בּיים דֶּרֶךְ. 47 און ווען ער האָט געהערט, אַז עס איז יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת, וואָס פארבייגייט, האָט ער אנגעהוֹיבּן צוּ שרייען: יהושע/ישוע בֶּן-דָוִד [זען מתי 1:25], האָבּ רחמנות אויף מיר! 48 און א סך האָבּן זיך אויף אים אָנגעבּייזערט, ער זאָל שווייגן, אָבּער ער האָט נאָך העכער געשריגן: בֶּן-דָוִד [זען מתי 1:25], האָבּ רחמנות אויף מיר! 49 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אַפּגעשטעלט, און געזאָגט: רוּפט אים; און זיי האָבּן גערוּפן דעם בּלינדן, און צוּ אים געזאָגט: זיי געטרייסט; קוּם [שטיי אויף], ער רוּפט דיך! 50 און ער האָט אַראָפּגעוואָרפן זיין בּעקעטשע, און איז אויפגעשפּרוּנגען, און האָט גענעענט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ. 51 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: וואָס ווילסטוּ, אַז איך זאָל טאָן פאַר דיר? און דער בּלינדער האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: רִבּוֹני, מיין ראִיה, שֶאֶרְאֶה! 52 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: גיי, דיין אֶמוּנה האָט דיר געהאָלפן. און תיכוף האָט ער צוּריק בּאַקוּמען זיין ראִיה, און איז רבי מֵלך המָשיחַ נאָכגעגאַנגען אויפן דֶּרֶךְ.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 9
Top of Page
Top of Page