Mark 11
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס11

יא און ווען זיי האָבּן גענעענט קיין ירוּשָלַיִם, קיין בֵּית-פַּגֵי און בֵּית-הִינִי, בּיים הַר-הַזֵיתים, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געשיקט 2 פוּן משיחס תּלמידים, 2 און צוּ זיי געזאָגט: גייט אין שטעטל אַריין אָנטקעגנאיבּער אייך. און תֵיכּף ווי איר וועט אריַינקוּמען, וועט איר געפינען צוּגעבּוּנדן עיר (אַ יוּנג אייזל, זען זכריה 9:9), אויף וועלכן קיינער איז נאָך נישט געזעסן; בּינדט עס אָפּ, און בּרענגט עס אַהער. 3 און אויבּ עמיצער וועט צוּ אייך זאָגן: פאַרוואָס טוּט איר דאָס? זאָלט איר זאָגן: דער אָדוֹן [זען תהלים 110:1] דאַרף עס האָבּן, און ער וועט עס תֵּיכּוף צוּריקשיקן. 4 און זיי זענען געגאַנגען, און האָבּן געפוּנען אַ יוּנג אייזל צוּגעבּוּנדן בּיי אַ שַעַר אין דרויסן בּיים רחוֹב; און זיי האָבּן עס אָפּגעבּוּנדן. 5 און עטלעכע פוּן די, וואָס זענען דאָרט געשטאַנען, האָבּן צוּ זיי געזאָגט: וואָס טוּט איר, אָפּבּינדנדיק דאָס אייזעלע? 6 און זיי האָבּן צוּ זיי געזאָגט, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געהייסן; און זיי האָבּן זיי געלאָזט גיין. 7 און זיי האָבּן געבּראַכט דאָס אייזל צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן דערויף אַרויפגעלייגט זייערע מַלבּוּשים, און רבי מֵלך המשיח האָט זיך דערויף אַרויפגעזעצט. 8 און אַ סך האָבּן אויסגעשפּרייט זייערע מַלבּוּשים אויפן דֶּרֶךְ, און אַנדערע ענָפים, וואָס זיי האָבּן אָפּגעשניטן אויף די שָׂדוֹת. 9 און די, וואָס זענען געגאַנגען פאָרויס, און די, וואָס זענען נאָכגעגאַנגען, האָבּן געשריגן: הוֹשַע-נָא! בָּרוּך הַבָּא בְּשֵם ה' [תהלים 26-118:25]! 10 געבּענטשט איז דאָס מַלכות פוּן אָבִינוּ דָוִד, וואָס טוּט קוּמען! הוֹשַע-נָא בּמרומים! 11 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעקוּמען קיין ירוּשַלָיִם, און איז געגאַנגען אין בֵּית-הַמִקדש אַריין, און אַזוי ווי ער האָט זיך אויף כל אַרוּמגעקוּקט, און מחמת עס איז שוֹין געווען אַ שפּעטע אָוונט שעה, איז ער אַרויסגעגאַנגען קיין בֵּית-הִינִי מיט די 12. 12 און צומאָרגנס, ווען זיי זענען אַרויסגעקוּמען פוּן בֵּית-הִינִי, איז רבי מֵלך המָשיחַ געווען הוּנגעריק. 13 און זעענדיק פוּן דערווייַטנס אַ פייַגנבּוים מיט בּלעטער, איז ער צוּגעגאַנגען זען, אֶפשר וועט ער אויף אים עפּעס געפינען. און ווען רבי מֵלך המשיח האָט זיך דערנענטערט צוּ אים, האָט ער גאָרנישט געפוּנען, אַחוּץ בּלעטער; מחמת עס איז נאָך נישט געווען די צייט פוּן פייגן. 14 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: זאָל שוֹין קיינער מער קיינמאָל נישט עסן קיין פֵּירות פוּן דיר. און משיחס תַּלמידים האָבּן עס געהערט. 15 און זיי זענען געקוּמען קיין ירוּשַלָיִם. און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַריַינגעגאַנגען אין דעם בֵּית-הַמִקדש אַריין, און האָט אָנגעהויבּן אַרויסטרייַבּן די, וואָס האָבּן פאַרקויפט און געקויפט אין בֵּית-הַמִקדש, און האָט איבּערגעקערט די טישן פוּן די חַלפָנים, און די בּענק פוּן די טויבּן-פאַרקויפער. 16 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט קיינעם נישט געלאָזט דוּרכטראָגן קיין כֵּלי דוּרך דעם בֵּית-הַמִקדש. 17 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געלערנט משיחס תּוֹרה, און צוּ זיי געזאָגט: שטייט דען נישט געשריבּן: בֵיתִי בֵית־תְפִלָה יִקָרֵא לְכָל־הָעַמִים ? איר אָבּער האָט עס געמאַכט אַ הייל פוּן גַזלָנים, לִמְעָרַת פָרִצִים [ישעיהו 56:7; ירמיהו 7:11]. 18 און די ראָשי-כֹּהַנים און די סוֹפרים [רַבָּנִים] האָבּן דאָס געהערט, און זיי האָבּן געזוּכט וויאַזוי אים אוּמצוּבּרענגען; מחמת זיי האָבּן פאַר אים פחד געהאַט, מחמת דאָס גאַנצער המון מענטשן האָט זיך געחִידושט איבּער זיין לערנוּנג. 19 און יעדן אָוונט איז ער אַרויסגעגאַנגען פוּן דער שטאָט. 20 און ווען זיי זענען פאַרבּייַגעגאַנגען בַּבֹּקֶר, האָבּן זיי געזען, אַז דער פייַגנבּוים איז פאַרוועלקט געוואָרן בּיז די שורָשים. 21 און כֵּיפָא האָט זיך דערמאָנט, און צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, זע! דער פייַגנבּוים, שֶקִּלַּלְתָּ [זען קורא 16:22], איז פאַרוועלקט געוואָרן. 22 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: האָט אֶמוּנה אין ה'. 23 אָמֵן, איך זאָג אייך, ווער סע וועט זאָגן צוּ דעם דאָזיקן הָר: הייבּ דיך אויף און וואַרף דיך אין יַם אַריין, און ער וועט נישט זיין מסופּק אין זיין לֵב, נייערט וועט גלריבּן אין דעם, וואָס ער זאָגט, וועט עס געשען פאַר אים. 24 דערפאר זאָג איך אייך, כל, וואָס איר וועט דאווענען און בּעטן אין תפילה, גלויבּט אַז איר האָט עס שוין, און איר וועט עס האָבּן. 25 און ווען איר שטעלט זיך דאווענענדיק , זאלט איר מוֹחל זיין, אויבּ איר האָט עפּעס קעגן עמיצן, כּדי אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים זאָל אויך אייך מוֹחל זיין אייערע עבירות. 26 אָבּער אויבּ איר וועט נישט מוֹחל זיין, וועט אייער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים אויך אייערע עבירות נישט מוֹחל זיין. 27 און זיי זענען ווידער געקוּמען קיין ירוּשָלַיִם. און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרוּמגעגאַנגען אין דעם בֵּית-הַמִקדש, זענען צוּ אים צוּגעגאַנגען די ראָשי-כֹּהַנים, און די סוֹפרים [רַבָּנִים], און די זקֵנים, 28 און זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: מיט וועמעס סַמְכוּת טוּסטוּ דאָס כל? און ווער האָט דיר געגעבּן סמכוּת, דאָס דאָזיקע צוּ טאָן? 29 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: איך וויל אייך אויך פרעגן אַ קַשיא; נוּ, ענטפערט מיר, און איך וועל אייך זאָגן מיט וועמעס סמכוּת איך טוּ דאָס כל. 30 איז די מקוה טבִילה פוּן יוֹחָנָן געווען פוּן שָמַיִם, אָדער פוּן בְּנֵי אָדָם? נוּ, ענטפערט מיר! 31 און זיי האָבּן עס איבּערגעלייגט צווישן זיך, און געזאָגט: אויבּ מיר וועלן זאָגן: פוּן שָמַיִם, וועט ער זאָגן: פאַרוואָס האָט איר אים נישט געגלויבּט? 32 וועלן מיר אָבּער זאָגן: פוּן בְּנֵי אָדָם...האָבּן זיי פחד געהאַט פאַרן המון, מחמת כל האָבּן געהאַלטן יוֹחָנָן פאַר אַן אֶמֶתן נָביא. 33 און זיי האָבּן געענטפערט רבי מֵלך המָשיחַ: מיר ווייסן נישט! האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: אויבּ אַזוי, זאָג איך אייך אויך נישט מיט וועמעס סמכוּת איך טוּ דאָס.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 10
Top of Page
Top of Page