Mark 12
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס12

יב און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָנגעהויבּן צוּ רעדן צוּ זיי מיט משָלים. אַ בן אדם, א בעל הכֶרֶם, האָט געפלאַנצט אַ כֶּרֶם, און האָט אים אַרוּמגעצאַמט, און אריסגעגראָבּן אַ קעלטער, און געבּויט אַ מִגְדָּל, און ער האָט אים פאַרדוּנגען צוּ כּוֹרְמִים, און איז אַוועק אין אַן אַנדער לאַנד אַריין. 2 און צוּ דער רעכטער צייט, האָט ער געשיקט צוּ די כּוֹרְמִים אַן עֶבֶד, כּדי אָפּצוּנעמען בּיי די כּוֹרְמִים די פֵּירות פוּן דעם כֶּרֶם. 3 און זיי האָבּן אים גענוּמען, און האָבּן אים געשלאָגן, און אים אַוועקגעשיקט ליידיק. 4 און ער האָט נאָכאַמאָל צוּ זיי געשיקט אַן אַנדערן עֶבֶד; און דעם האָבּן זיי צענִיזוקט דעם קאָפּ, און אים געמיין בּאַהאַנדלט. 5 און ער האָט געשיקט אַן אַנדערן, און דעם האָבּן זיי געהַרגעט; און אַזוי אויך מיט רבים אַנדערע, עטלעכע האַבּן זיי צעשלאָגן, און עטלעכע געחַרגעט. 6 און ער האָט נאָך געהאַט אַ בּאַליבּטן בֶּן-יָחיד, בְּנוֹ אֲהוּבוֹ [זען מרק' 9:7]; אים האָט ער צוּם סוֹף צוּ זיי געשיקט, און גטזאָגט: זיי וועלן דֶרֶך-אֶרֶץ התחשבות האָבּן פאַר בְּנִי. 7 אָבּער יענע כּוֹרְמִים האָבּן צווישן זיך געזאָגט: דאָס איז דער יוֹרֶש; קוּמט, לאָמיר אים טייטן, און די ירוּשה וועט זיין אוּנדזערע! 8 און זיי האָבּן אים גענוּמען, און אים געטייט, און האָבּן אים אַרויסגעוואָרפן פוּן דעם כֶּרֶם. 9 נוּ, וואָס וועט דער אָדוֹן פוּן דעם כֶּרֶם טאָן? ער וועט קוּמען און אוּמבּרענגען די כּוֹרְמִים, און געבּן דעם כֶּרֶם צוּ אַנדערע. 10 האָט איר נישט געלייענט דעם דאָזיקן פָּסוק: אֶבֶן מָאֲסו הַבוֹנִים הָיְתָה לְרֹאש פִנָה; 11 מֵאֵת ה' הָיְתָה זֹאת, הִיא נִפְלָאת בְעֵינֵינוּ [תהלים 23:118-22]? 12 און זיי האָבּן געזוּכט אים צוּ כאַפּן, אָבּער זיי האָבּן פחד געהאַט מִפְּנֵי הָעָם, מחמת מען האָט געוואוסט, אַז דאָס מָשל האָט ער גערעדט קעגן זיי; און זיי האָבּן אים פאַרלאָזט און זענען אַוועקגעגאַנגען. 13 און זיי האָבּן צוּ אים געשיקט עטלעכע פוּן די פּרוּשים מיט די הוּרדוס-לייַט, כּדי אים צוּ כאַפּן בִּדְבָרוֹ. 14 און זיי זענען געקוּמען, און האָבּן צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, מיר ווייסן, אַז דוּ בּיסט אִיש אֱמֶת, און דיך אַרט נישט קיינער; מחמת דוּ בּיסט קיינעם נישט נוֹשׂא-פָּנים, נייערט לערנסט תּוֹרה אָמֵן דעם דֶרֶך ה'. הַאִם מֻתָּר מעג מען געבּן שטייער דעם קסר, אָדער נישט? 15 זאָלן מיר געבּן, אָדער נישט געבּן? רבי מֵלך המָשיחַ אָבּער האָט דערקענט זייער צביעות, און האָט צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס פּרוּאווט איר מיך אויס? בּרענגט מיר אַ דינָר, כּדי איך זאָל אים בּאַקוקן. 16 און זיי האבּן אים געבּראַכט, און האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: וועמעס איז דאָס דאָזיקע דּמוּת און די אויפשריפט? און זיי האָבּן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: דעם קסרס. 17 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: גיט דעם קסר דאָס, וואָס איז דעם קסרס, און צוּ ה' דאָס, וואָס איז ה'ס. און זיי האָבּן זיך איבּער אים שטאַרק געחִידושט. 18 און עס זענען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען צדוּקים, וואָס זאָגן, אַז ס'איז נישטאָ קיין תּחִיַת-המֵתים; און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געפרעגט, אַזוי צוּ זאָגן: 19 רֶבּי, מֹשה [רבינו] האָט אוּנדז פאָרגעשריבּן, אַז אויבּ סע שטאָרבּט איינעמס אַן אָח, און לאָזט איבּער נאָך זיך אַן אִשָה, אָבּער קיין יֶלֶד לאָזט ער נישט, אַזוי זאָל זיין אָח נעמען זיין אִשָה און אויפשטעלן זֶרַע פאַר זיין אָח [דברים 6-25:5]. 20 עס זענען געווען 7 אַחִים; און דער 1טער האָט גענוּמען אַן אִשָה, און אַז ער איז נִפְטָר, האָט ער נישט געלאָזט קיין זֶרַע. 21 און דער 2טער האָט זי גענוּמען, און איז נִפְטָר, און האָט נישט געלאָזט נאָך זיך קיין זֶרַע; און אַזוי אויך דער 3טער. 22 און די 7 האָבּן נישט געלאָזט קיין זֶרַע. און צוּם סוֹף, נאָך כל, איז אויך די אִשָּה נִפְטָר. 23 על-כּן, בּיי תּחִיַת-המֵתים, וועמעס אִשָה וועט זי זיין? מחמת כל 7 האָבּן זי געהאַט פאַר אַן אִשָה. 24 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: מאַכט איר נישט אֶפשר אַ טָעות צוּליבּ דעם, וואָס איר קענט נישט די תּוֹרה, און נישט די גְּבוּרַת ה'? 25 מחמת בּיי תּחִיַת-המֵתים האָט מען נישט חַתוּנה, און מע טוּט אוּיך נישט חַתוּנה מאַכן, נייערט זיי זענען ווי די מַלאָכים אין שָמַיִם. 26 און וואָס איז שַייך תּחִיַת-המֵתים, האָט איר נישט געלייענט אין ספר (תּוֹרת) מֹשה, אין דעם אַרט בּנוֹגֵע דעם סנֶה, ווי ה' האָט צוּ אים גערעדט, אַזוי צוּ זאָגן: איך בּין דער אלוקים פוּן אַברָהם, און דער אלוקים פוּן יִצחָק, און דער אלוקים פוּן יַעקֹב [שמות 3:6]. 27 ה' איז נישט דער אלוקים פוּן טויטע, נייערט פוּן לעבּעדיקע; איר זענט זיך שטאַרק טוֹעה. 28 און איינער פוּן די סוֹפרים [רַבָּנִים], וואָס האָט זיך צוּגעהערט צוּ זייער וויכּוּח, האָט גענעענט, און ווייל ער האָט געוואוּסט, אַז ער האָט זיי טוֹב געענטפערט, האָט ער אים געפרעגט: וואָס איז די ערשטע פוּן כל מִצוות? 29 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: די ערשטע מצוה איז : שׁמַע יִשׂרָאל, אדֹנָי אֱלֹקֵינוּ, אדֹנָי אֶחָד; 30 וְאָהַבְתָ אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְכָל לְבָבְךָ ובְכָל־נַפְשְךָ ובְכָל־מְאֹדֶךָ ,[דברים 5-4:6]. 31 און די 2טער איז די : וְאָהַבְתָ לְרֵעֲךָ כָמוֹךָ [ויקרא 19:18]. נישטאָ קיין גרעסערע מצוה ווי די דאָזיקע. 32 און דער סוֹפר האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: יָפֶה, רֶבּי, דוּ האָסט ריכטיק געזאָגט, ה' איז אֶחָד, און אַז עס איז נישטאָ קיין אַנדערער אַחוּץ אים; 33 און אים ליבּ האָבּן מיטן כל לבָבוֹת, און מיטן כל פּאַרשטאַנד, און מיטן כל כּוֹח, און ליבּ האָבּן דעם חַבר ווי זיך אַליין, איז רבים מער ווי כל עוֹלות און זבָחים. 34 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען, אַז ער האָט שֵׂכֶלדיק געענטפערט, האָט ער צוּ אים געזאָגט: דוּ בּיסט נישט ווייט פוּן דעם מַלכות ה'. און מער האָט זיך שוֹין קיינער נישט דערלויבּט אים צוּ שטעלן קיין קַשיא. 35 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געלערנט אין דעם בֵּית-הַמִקדש, האָט ער זיך אָפּגערוּפן, און געזאָגט: ווי קוּמט עס, וואָס די סוֹפרים [רַבָּנִים] זאָגן, אַז דער המָשיחַ איז דער בֶּן-דָוִד? 36 דָוִד אַליין האָט געזאָגט דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש: נְאֻם ה' לַאדֹנִי: שֵב לִימִינִי עַד־אָשִית אֹיְבֶיךָ הֲדֹם לְרַגְלֶיךָ [תהלים 110:1]. 37 על-כּן, אויבּ דָוִד אַליין רוּפט אים אֲדוֹנִי, וויאַזוי איז ער בְּנוֹ? און דאָס המוֹן הָרַב האָט זיך צוּ אים צוּגעהערט מיט חֵשֶק. 38 און אין זיין תּוֹרה שעורים האָט ער געזאָגט: היט אייך פאַר די סוֹפרים [רַבָּנִים], וואָס האָבּן ליבּ צוּ גיין אין לאַנגע טַלִיתוֹת, און מע זאָל זיי אָפּגעבּן בִּרְכות שָלום אין די מאַרקפּלעצער, 39 און די חָשוּבסטע שטאָט אין די שולן, און דעם אויבּן-אָן אויף סעוּדות; 40 זיי, וואָס שלינגען איין די בָּתִים פוּן אַלמָנות, און דאַווענען כלומרשט לאַנג: זיי וועלן שוֹין קריגן אַ חמור יוֹתֵר פּסַק דִין. 41 און ער האָט זיך אַנידערגעזעצט קעגנאיבּער דער בֵּית הַמִּקְדָּש תֵּבַת הָאוֹצָר, און האָט געזען ווי דאָס המון מענטשן וואָרפט אַריין געלט אין דעם תֵּבַת הָאוֹצָר. און אַ סך רייכע לייט האָבּן פיל אַרייַנגעוואָרפן. 42 און עס איז געקוּמען אַן אָרעמע אַלמָנה, און זי האָט אָרייַנגעוואָרפן 2 מַטבֵּעות, וואָס בּאַטרעפן אַ פּרוּטה. 43 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גערוּפן צוּ משיחס תַּלמידים, און האָט צוּ זיי געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג אייך, די דאָזיקע אָרעמע אַלמָנה האָט מער אַרייַנגעוואָרפן ווי די אלע, וואָס האָבּן אין דעם תֵּבַת הָאוֹצָר אַרייַנגעוואָרפן. 44 מחמת זיי כל האָבּן געטאָן אַרייַנוואַרפן פוּן דעם, וואָס זיי האָבּן געהאַט איבּעריק, אָבּער זי האָט געהאַט, איר כל מִחיֶה.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 11
Top of Page
Top of Page