Mark 13
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס13

יג און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויסגעגאַנגען פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש, האָט איינער פוּן משיחס תּלמידים צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, זע, וואָסערע מִינים שטיינער, און וואָסערע מִינים בִּניָנים! 2 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: דוּ זעסט די דאָזיקע גרויסע בִּניָנים? סע וועט דאָ נישט איבּערבּלייַבּן אַ שטיין אויף אַ שטיין, וואָס וועט נישט אַראָפּגעוואָרפן ווערן. 3 און בּעת רבי מֵלך המָשיחַ איז געזעסן אויף דעם הַר-הַזֵיתים, אַנטקעגנאיבּער דעם בֵּית-הַמִקדש, האָבּן כֵּיפָא און יַעקֹב און יוֹחָנָן און אַנדריי אים געפרעגט, ווען זיי זענען געווען אַליין אין אַ יחידות: 4 זאַג אוּנדז, ווען וועט דאָס געשען, און וואָס איז דער אוֹת, אַז דאָס כל וועט מקוּים ווערן? 5 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אָפּגערוּפן, און צוּ זיי געזאָגט: היזהרו, אַז קיינער זאָל אייך נישט פאַרפירן. 6 רבים וועלן קוּמען אין מיין נאָמען [רבי מֵלך המשיח], און זאָגן: איך בּין עס! און וועלן רבים פאַרפירן. 7 און ווען איר וועט הערן פוּן מִלחָמות און שמוּעות פוּן מִלחָמות, איז שרעקט אייך נישט; מחמת דאָס כל מוּז געשען, אָבּער דער קֶץ איז דאָס נאָך נישט. 8 מחמת אוּמה וועט אויפשטיין קעגן אוּמה, און ממלכה קעגן ממלכה; און אין פאַרשידענע ערטער וועלן זיין ערדציטערנישן, און רָעָב; אָבּער דאָס כל איז בּלויז דער רֵאשִית הַצָּרוֹת. 9 אָבּער היזהרוּ אויף זיך; ווייל זיי וועלן אייך איבּערענטפערן צוּם סַנהֶדרין; און אייך שמייסן אין די שולן, און פאַר מוֹשלים און מלָכים וועט איר שטיין פוּן מייַנעטוועגן, פאַר אַן עֵדות צוּ זיי. 10 און די בּשׂוּרת הגאוּלָה מוּז קוֹדם געדַרשנט ווערן פאַר כל אוּמות. 11 און ווען זיי וועלן אייך פירן צוּם מִשפּט, און אייך איבּערענטפערן, זאָלט איר פריער נישט דאַגהן מיט לֵב רֹגֵז וואָס איר זאָלט רעדן; נייערט וואָס סע וועט אייך געגעבּן ווערן אין יענער שָעה, דאָס רעדט; מחמת נישט איר זענט עס, וואָס רעדן, נייערט דער רוּחַ הַקוֹדֶש. 12 און אָח וועט אָח איבּערענטפערן צוּם מָוֶת, און אָב זיין יֶלֶד, און יְלָדים וועלן אויפשטיין קעגן הוֹרים, און גוֹרם זיין, זיי זאָלן געטייט ווערן. 13 און איר וועט זיין פאַרהאַסט פוּן אַלעמען פוּן מיין נאָמען-וועגן [יחושע/ישוע, זען זכריה 12-6:11]; אָבּער הַמַּחֲזִיק מַעֲמָד עד קֵץ הוּא יוָּשע. 14 און ווען איר וועט זען די שקוץ המשומם [זען דניאל 9:27] שטיין, וואוּ זי בּאַדאַרף נישט שטיין [דניאל 9:27; 11:31; 12:11] ... זאָל דער, לייענער האָבן בינה...יעמאָלט זאָלן די, וואָס זענען אין יהוּדה, אַנטרינען אין די הַר. 15 זאָל דער, וואָס איז אויפן דאַך, נישט אַראָפּגיין, און אַרייַנגיין עפּעס אַרויסצוּנעמען פוּן זיין בֵּית; 16 און זאָל דער, וואָס איז אין שָׂדֶה, זיך נישט אוּמקערן צוּ נעמען זיין בּעקעטשע. 17 אָבּער וויי איז צוּ די וואָס זענען מעוּבֶּרֶת, און וואָס גיבּן צוּ זייגן אין יענע טעג! 18 און דאווענען , אַז דאָס זאָל נישט זיין אין חורף. 19 מחמת יענע טעג וועלן זיין אַ צָרה, אַזאַ, וואָס איר גלייַכן איז נישט געווען זינט דעם מראשית הבריאה, וואָס ה' האָט בּאַשאַפן, בּיז איצט, און וועט אויך מער נישט זיין. 20 און וואלט ה' נישט פאַרקירצט די טעג, וואָלט קיין שוּם בָּשׂר-ודָם נישט געראטעוועט געוואָרן; נאָר צוּליבּ הבחירים, וועמען ער האָט אויסדערוויילט, האָט ער פאַרקירצט די טעג [זען דניאל 12:1]. 21 אויבּ סע וועט יעמאָלט עמיצער צוּ אייך זאָגן: זע דא איז דער רֶבּי מֵלך המָשיחַ! אָדער: דאָרטן איז רבי מֵלך המָשיחַ! זאָלט איר עס נישט גלויבּן. 22 מחמת סע וועלן אויפשטיין משִיחֵי שֶקֶר, און נבִיאֵי שֶקֶר, און זיי וועלן בּאַווייַזן אותות און מופתים, כּדי צוּ פאַרפירן, אויבּ מעגלעך, אפילו הבחירים. 23 איר אָבּער היזהרוּ ; זעט, איך האָבּ אייך כל פאָרויסגעזאָגט. 24 אָבּער אין יענע טעג, נאָך יענער צָרה, וועט די שֶמֶש פינצטער ווערן, און די לבָנה וועט נישט געבּן איר ליכט [זען ישעיהו 13:10], 25 און די כּוֹכָבים וועלן פאַלן פוּן שָמַיִם, און די כֹחוֹת פוּן שָמַיִם וועלן אויפגעטרייֵסלט ווערן. 26 און יעמאָלט וועלן זיי זען דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] קוּמען אויף די עננים מיט גבוּרה רבּה און כָּבוד [זען דניאל 14-7:13]. 27 און יעמאָלט וועט ער אַרויסשיקן זיינע מַלאָכים, און צוּנויפזאַמלען זיינע בּחירים פוּן די 4 ווינטן, פוּן עק ערד בּיז עק שָמַיִם. 28 און לערנט דאס משל פוּן דעם פייַגנבּוים: ווען זיין צווייג ווערט זאָפטיק, און גיט אַרויס בּלעטער, יעמאָלט ווייסט איר, אַז זוּמער איז קרוֹב. 29 אַזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, טאָ ווייסט, אַז ער איז קָרוֹב, בּיי דער פֶּתַח. 30 אָמֵן, איך זאָג אייך, דער דוֹר הזה וועט נישט פאַרגיין, בּיז דאָס כל וועט געשען [זען דור הזה און מהש 28:31-1:1 און חוּרבּן בֵּית שני]. 31 השָמַיִם און הארץ וועלן פאַרגיין, אָבּער מיינע דבָרים וועלן נישט פאַרגיין. 32 נאָך פוּן יענעם יוֹם, אָדער יענער שָעה ווייסט קיינער נישט, נישט אַפילו די מַלאָכים אין שָמַיִם, אויך נישט דער זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], נייערט נאָך דער אלוקים הָאָב. 33 היזהרוּ, וואַכט און דאווענען ; מחמת איר ווייסט נישט, ווען די צייט קוּמט אָן. 34 עס איז געגליכן צוּ אַ בן אדם, וואָס איז אַוועק אין אַן אַנדער לאַנד אַריין, און וואָס האָט איבּערגעלאָזט זיין בֵּית אין רשוּת פוּן זיינע עבָדים, יעדן בן אדם זיין מלאכה, און האָט בּאַפוילן דעם שוֹמֵר צוּ שטיין אויף דער וואַך. 35 דערפאר וואַכט, מחמת איר ווייסט נישט, ווען דער בַּעל-הַבָּית וועט קוּמען, צי אין אָוונט, אָדער חצות הלילה, אָדער ווען דער תרנגוֹל וועט קרייֵען, אָדער בבוֹקר; 36 טאָמער וועט ער פּלוּצים אָנקוּמען און אייך געפינען שלאָפנדיק. 37 און וואָס איך זאָג אייך, זאָג איך צוּ אַלעמען: וואַכט!

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 12
Top of Page
Top of Page