Mark 8
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס8

ח אין יענע טעג, ווען סע האָט זיך ווידער פאַרזאַמלט אַ גרויסער עוֹלם, און זיי האָבּן נישט געהאַט וואָס צוּ עסן, האָט ער גערוּפן צוּ זיך משיחס תּלמידים, און האָט צוּ זיי געזאָגט: 2 עס איז מיר אַ רחמי השמים אויפן עם, מחמת זיי זענען מיט מיר שוֹין 3 טעג, און האָבּן נישט וואָס צוּ עסן. 3 און אויבּ איך זאָל זיי אַהיימשיקן אוּמגעגעסן, וועלן זיי נאָך חַלֶשן אויפן דֶּרֶךְ; און טייל פוּן זיי קוּמען אויך פוּן ווייט. 4 און משיחס תּלמידים האָבּן אים געענטפרט: פוּן וואַנען קען מען זיי דאָ אין דער מִדבּר זעטיקן מיט לֶחֶם [זען שמות 16:3]? 5 האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי געפרעגט: וויפל כִּכּרוֹת לֶחֶם האָט איר? האָבּן זיי געזאָגט: 7. 6 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געהייסן דעם עוֹלם זיך אַנידערזעצִן אויף דער ערד; און ער האָט גענוּמען די 7 כִּכּרוֹת לֶחֶם און האָט אַ בּרָכה געמאַכט, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געמאַכט בְּצִיעַת הַלֶחֶם [זען לוקס 24:35], און געגעבּן משיחס תַּלמידים, צוּ גרייטן פאַר זיי. און זיי האָבּן עס דערלאַנגט דעם עוֹלם. 7 און זיי האָבּן אויך געהאַט עטלעכע קליינע פישלעך; און אַזוי ווי רבי מֵלך המָשיחַ האָט איבּער זיי אַ בּרָכה געמַאכט, האָט ער געהייסן, מע זאָל אויך זיי דערלאַנגען. 8 און זיי האַבּן געגעסן, און זענען זאַט געוואָרן; און זיי האָבּן צוּנויפגעקליבּן פוּן די רביס שיריים, 7 קערבּ. 9 און זיי זענען געווען אַן עֶרֶך פוּן 4,000 בְּנֵי אָדָם. און ער האָט זיי אַוועקגעשיקט; 10 און תֵיכּף איז רבי מֵלך המָשיחַ אַריין אין אַ סִירָה מיט משיחס תַּלמידים, און איז אָנגעקוּמען אין די קאַנטן פוּן דלמָנוּתָא. 11 און די פּרוּשים זענען אַרויסגעקוּמען, און האָבּן אָנגעהויבּן מיט אים אַ וויכּוּח, און פאַרלאַנגט פוּן אים אַ צייכן [אוֹת] פוּן שָמַיִם, כּדי אים צוּ פּרוּאוון. 12 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט טיף אָפּגעזיפצט אין זיין רוּחַ, און געזאָגט: פאַרוואָס זוּכט דער דאָזיקער דוֹר אַ צייכן [אוֹת]? אָמֵן, איך זאָג אייך, דעם דאָזיקן דוֹר וועט נישט געגעבּן ווערן קיין שוּם צייכן [אוֹת]. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי פאַרלאָזט, און איז ווידער אַרייַנגעגאַנגען אין דער סִירָה, און איז אַריבּערגעפאָרן אויף דער אַנדערער זייט יַם. 14 און זיי האָבּן פאַרגעסן מיטצוּנעמען לֶחֶם, און האָבּן נישט געהאַט מער ווי איין כִּכַּר לֶחֶם אין דער סִירָה. 15 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געוואָרנט: היזהרו, און היט אייך פאַר דעם זויערטייג פוּן די פּרוּשים און פאַר דעם זויערטייג פוּן הוּרדוסן [זען קורא 8:1, גאווה בּלאזט אויף די קאָפּ ווי הייוון בּלאָזט אויף טייג]. 16 און זיי האָבּן זיך געאַמפּערט איינער מיטן אַנדערן, און געזאָגט: מיר האָבּן נישט קיין לֶחֶם. 17 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט עס בּאַמערקט, און צוּ זיי געזאָגט: וואָס אַמפּערט איר אייך, וואָס איר האָט נישט קיין לֶחֶם? צי קאָנט איר נאָך כל נישט מערקן און פאַרשטיין? איז אייער לֵב פאַרהאַרטעוועט? 18 עינים לכם ולא תראו ואזנים לכם ולא תשמעו? [ירמיהו 5:21; יחזקאל 12:2] און געדענקט איר נישט, 19 ווען איך האָבּ צעבּראָכן די 5 כּכּרות הַלֶחֶם פאַר די 5,000 וויפל פוּלע קערבּ מיט [רביס] שיריים האָט איר צוּנויפגעקליבּן? זאָגן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: 12. 20 און ווען איך האָבּ צעבּראָכן די 7 פאַר די 4,000 וויפל פוּלע קערבּ מיט [רביס] שיריים האָט איר צוּנויפגעקליבּן? זאָגן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: 7. 21 האָט ער צוּ זיי געזאָגט: צי זענט איר נאָך אלץ אָן בּינה? 22 און זיי זענען געקוּמען קיין בֵּית-צַידָה. און מען האָט צוּ רבי מֵלך המשיח געבּראַכט אַ בּלינדן, און אים געבּעטן, אַז רבי זאָל אים אָנרירן. 23 און ער האָט אָנגענוּמען דעם בּלינדן בּיי דער האַנט, און האָט אים אַרויסגעפירט פוּן שטעטל; און אַז ער האָט אַ שפּיי ארויפגעלייגט אויף בּלינדנס אויגן און די הענט אויף בּלינדן, און אים געפרעגט : זעסטוּ עפּעס? 24 און ער האָט אַ קוּק געגעבּן, און געזאָגט: איך זע בְּנֵי אָדָם, ווי בּיימער זע איך זיי אַרוּמגיין! 25 דאַן האָט ער ווידער אַרויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האָט שאַרף געקוּקט, און איז געהיילט געוואָרן, און האָט אלץ געזען קלאָר. 26 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים אַהייֵמגעשיקט, און געזאָגט: גיי אַפילו אין שטעטל נישט אַריין. 27 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויסגעגאַנגען מיט משיחס תַּלמידים אין די ֹֹשטעטלעך פוּן קסריה פוּן פיליפּוּס; און אויפן דֶּרֶךְ האָט ער געפרעגט זיינט תַּלמידים: ווער, זאָגן די בְּנֵי אָדָם בּין איך? 28 האָבּן זיי אים געענטפערט: יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה; און אַנדנרע, אלִיָהוּ הַנָביא; און אַנדערע ווידער, איינער פוּן די נבִיאים [זען מלאכי 4:5]. 29 האָט ער זיי געפרעגט : איר אָבּער, ווער זאָגט איר, אז איך בּין? און כֵּיפָא האָט געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: דוּ בּיסט דער רֶבּי מֵלך המָשיחַ! 30 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי אָנגעזאָגט, אַז זיי זאָלן קיינעם נישט דערציילן וועגן אים. 31 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט מיט זיי אָנגעהויבּן צוּ לערנען, אַז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] מוּז ליידן רבים יסורים, און פאַרוואָרפן ווערן פוּן די זקֵנים, און די ראָשי-כֹּהַנים, און די סוֹפרים [זען ישעיהו 53:3], און געטייט ווערן, און נאָך משיחס הסתלקות נאָך 3 ימים וועט ער ווידער אויפשטיין. 32 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט דערפוּן אָפן גערעדט. און כֵּיפָא האָט אים גענוּמען אויף א זייט, און האָט אים אָנגעהויבּן צוּ מוּסרן. 33 אָבּער רבי מֵלך המשיח האָט זיך אויסגעדרייט, און קוּקנדיק אויף משיחס תַּלמידים, האָט ער אויסגעמוּסרט כֵּיפָא, און געזאָגט: אוועק, הינטער מיר, השטן! מחמת דיך אַרט נישט, וואָס איז שַייך ה', נייערט וואָס איז שַייך בְּנֵי אָדָם [זען מרק' 7:9]. 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיך גערוּפן דאָס המון מענטשן אינאיינעם מיט משיחס תַּלמידים, און האָט צוּ זיי העזאָגט : אויבּ עמיצער וויל מיר נאָכגיין, זאָל ער זיך אַליין פאַרלייקענען, און נעמען אויף זיך זיין [עֲקֵדָה און עץ בראשית 9-22:6] בּוים פון מסירות נפש, און מיר נאָכגיין. 35 מחמת ווער סע וויל ראַטעווען זיין נֶפֶש, וועט עס פאַרלירן; און ווער סע וועט פאַרלירן זיין נֶפֶש צוליבּ מיר און צוּליבּ דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, דער וועט עס אָפּראטעווען. 36 מחמת וואָס לוינט זיך א בן אדם, ווען ער זאָל געווינען די כל העוֹלָם, און פאַרלירן זיין נֶפֶש? 37 אָדער וואָס פאַר תּמוּרָה [זען כיפא א 1:18] זאָל אַ בן אדם געבּן פאַר זיין נֶפֶש? 38 מחמת ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע דברים [משיחס תּוֹרה] אין דעם דאָזיקן נוֹאֵפדיקן און זינדיקן דוֹר [זען רומ' 1:16], וועט דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 משיח] זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קוּמען אין דער כבוד פוּן זיין אלוקים הָאָב [עַתִּיק יוֹמִין, דניאל 14-13 7:] מיט די מַלאָכים הַקְּדוֹשִים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 7
Top of Page
Top of Page