Mark 7
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס7

ז און סע האָבּן זיך בּיי אים פאַרזאַמלט די פּרוּשים, און עטלעכע פוּן די סוֹפרים [רַבָּנִים], וואָס זענען געקוּמען פוּן ירוּשָלַיִם, 2 און זיי האָבּן געזען, אַז אייניקע פוּן זיינע תּלמידים עסן לֶחֶם אָן נְטִילָת יָדַיִם [מתי 23:24]. 3 מחמת די פּרוּשים, און כל ייִדן עסן נישט, אחוץ זיי וואַשן זיך די הענט, מחמת זיי האַלטן די מסוֹרה פוּן די זקֵנים [תּוֹרה שבעל פה, זען גלט' 1:14]; 4 און ווען זיי קוּמין פוּן מאַרקפּלאַץ, עסן זיי נישט, ווען זיי וואַשן זיך נישט נְטִילָת יָדַיִם; און רבים אַנדערע זאַכן האָבּן זיי איבּערגענוּמען מקַיים צוּ זיין : דאָס מקוה טוֹבלען פוּן בּעכערס, און טעפּ, און קוּפּערנע כֵּלים. 5 און די פּרוּשים און די סוֹפרים [רַבָּנִים] האָבּן אים געפרעגט: פאַרוואָס זענען זיך דיינע תּלמידים נישט נוֹהג לויט דער מסוֹרה פוּן די זקֵנים, נייערט זיי עסן לֶחֶם אָן נְטִילָת יָדַיִם? 6 און רבי מֵלך המשיח האָט צוּ זיי געזאָגט: טוֹב האָט ישעיהו אויף אייך צבוּעִים נבִיאות געזאָגט, ווי סע שטייט געשריבּן: הָעָם הַזֶה בִשְפָתָיו כִבְדונִי וְלִבוֹ רִחַק מִמֶנִי 7 וַתְהִי יִרְאָתָם אֹתִי מִצְוַת אֲנָשִים מְלֻמָדָה [ישעיהו 29:13]. 8 איר פאַרלאָזט דאָס מצות ה', כְּדֵי לְשְמֹר דער מסוֹרה פוּן בְּנֵי אָדָם. 9 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: פיין מאַכט איר בּטל מִצְוַת ה', כדי איר זאָלט זיי שומר איבער אייער מסוֹרה! 10 מחמת מֹשה האָט געזאָגט: כַבֵד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶךָ ומְקַלֵל אָבִיו וְאִמוֹ מוֹת יומָת [שמות 20:12; 21:17; דברים 5:16; ויקרא 20:9]; 11 אָבּער איר זאָגט: אויבּ איינער וועט זאָגן צוּ זיין אָב, אָדער אֵם: אַ קָרבּן איז דאָס, וואָס דוּ וואָלטסט געקענט הַנָאה האָבּן פוּן מיר, דאָס הייסט, עס איז אַ נֵדר צוּ ה'; 12 יעמאָלט לאָזט איר אים שוֹין מער גאָרנישט טאָן פאַר זיין אָב, אָדער אֵם; 13 און דערמיט מאַכט איר בָּטל דָּבָר ה' צוּליבּ אייער אָנגענוּמענער מסוֹרה, און אַזוי אַשטייגער זענט איר זיך פיל מאָל נוֹהג. 14 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיך ווידער גערוּפן דאָס עם, און האָט צוּ זיי געזאָגט: הערט מיך אויס, כֻּלְּכֶם, און האבן בינה: 15 נישט דאָס, וואָס קוּמט אַריין אין אַ בן אדם פוּן דרויסן, קען אים מטַמא זיין; נייערט דאָס, וואָס קוּמט אַרויס פוּן אים, אָט דאָס איז מטַמא דעם בן אדם [זען רומ' 7:18; 8:13]. 16 דער, וואָס האָט אויערן צוּ הערן, זאָל הערן. 17 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט פאַרלאָזט דאָס עם, און איז אַרייַנגעגאַנגען אין בֵּית אַריין, האָבּן משיחס תּלמידים אים געפרעגט וועגן דעם מָשל. 18 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: זענט איר אויך אָן בִּינָה? פאַרשטייט איר נישט, אַז כל, וואָס קוּמט אַריין אין דעם בן אדם פוּן דרויסן, קען אים נישט מטַמא זיין? 19 מחמת סע גייט נישט אין זיין לֵב אַריין, נייערט אין בֶּטֶן, און ווערט ארויסגעווארפן למוצאות. אָט אַזוי האָט ער כל שפּייזן טָהוֹר געמאַכט [זען מהש 21:25, וואס איז וועגן די גוישע מאמינים, אז זיי זאלן זיך אפהיטן צו עסן פון קרבנות צו אלילים און פון דם און פון דערווארגן פלייש; מרק' 7:19 איז נישט וועגן ייִדן און טרייף]. 20 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: דאָס, וואָס קוּמט אַרויס פוּן דעם בן אדם, דאָס איז מטַמא דעם בן אדם. 21 מחמת פוּן אינעווייניק, פוּן דעם מענטשנס לֵב, קוּמען אַרויס בּייזע מַחשָבות, זנוּת, גנֵבה, רצִיחה, 22 נִיאוף, חַמְדָנוּת, רַע, בּאַטרוּג, תַּאווה, עַיִן-הָרע, חלול השם, גאווה, שטוּת [זען רומ' 7:18; 8:13]. 23 כָּל הָרַעות קוּמט אַרויס פוּן אינעווייניק , און איז מטַמא דעם בן אדם [זען רומ' 7:18; 8:13]. 24 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אויפגעשטאַנען פוּן דאָרטן און איז אַוועקגעגאַנגען אין די קאַנטן פוּן צוֹר און צִידוֹן, און ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין אַ בֵּית, און האָט נישט געוואָלט, ס'זאָל ווער וויסן פוּן דעם; אָבּער ער האָט נישט געקענט בּלייבּן פאַרבּאָרגן. 25 מחמת תֵיכּף האָט אַן אִשָּה, וועמעס טעכטערל האָט געהאַט אַ שד, געהערט וועגן אים, און זי איז געקוּמען און איז אים געפאַלן צוּ די רגלים. 26 און די אִשָּה איז געווען אַ יוָונית, פוּן סיִריש-פעניִקישן אָפּשטאַם. און זי האָט אים געבּעטן, אַז ער זאָל אַרויסטרייַבּן דעם שד פוּן איר בַּת. 27 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ איר געזאָגט: זאָלן קוֹדם די יְלָדים זאַט ווערן [רומ' 1:16], מחמת עס איז נישט רעכט צוּ נעמען דאָס לֶחֶם פוּן די יְלָדים, און עס וואַרפן פאַר די כּלָבים [זען תהלים 22:17]. 28 אָבּער זי האָט אים געענטפערט: כֵּן, אֲדוֹנִי; אויך די הינטלעך אוּנטערן טיש עסן די שיריים פוּן די יְלָדים. 29 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ איר געזאָגט: צוּליבּ דעם דאָזיקן דָּבָר, גיי דיר; דער שד איז אַרויס פוּן דיין בַּת. 30 און זי איז אַהיימגעגאַנגען, און האָט דאָס יֶלֶד געפוּנטן ליגן אויפן בּעט, און דער שד איז פוּן איר געווען אַרויסגעגאַנגען. 31 און רבי מֵלך המָשיחַ איז ווידער אַרויסגעגאַנגען פוּן די געמאַרקן פוּן צוֹר, און איז געגאַנגען דוּרך צִידוֹן צוּם יַם פוּן גָלִיל, דוּרך די געמאַרקן פוּן דעקאַפּאָליס. 32 און מען האָט צוּ אים געבּראָכט אַ טויבּן, וואָס האָט געשטאַמלט; און זיי האָבּן אים געבּעטן, אַז ער זאָל אַרויפלייגן אויף אים זיין האַנט. 33 און ער האָט אים אַוועקגענוּמען אָן אַ זייט פוּן דעולם המון, און האָט אַרייַנגעלייגט זיינע פינגער אין זיינע אויערן, און האָט אַ שפּיי געטאָן און אָנגערירט זיין צוּנג; 34 און אויפהייבּנדיק זיינט אויגן צוּם שָמַיִם, האָט רבי מֵלך המָשיחַ אַ זיפץ געטאָן, און צוּ אים געזאָגט: אִפַּתַּח! וואָס איז טייַטש: עפן דיך אויף ! 35 און זיינע אויערן האָבּן זיך געעפנט, און דער בּאַנד פוּן זיין צוּנג איז געוואָרן לויז, און ער האָט גערעדט ריכטיג. 36 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי בּאַפוילן, אַז זיי זאָלן עס קיינעם נישט דערציילן; אָבּער וואָס מער ער האָט זיי פאַרווערט, כל מער האָבּן זיי עס בּאַקאַנט געמאַכט. 37 און זיי האָבּן זיך שטאַרק געחִידושט, און געזאָגט: אַלצדינג האָט ער טוֹב געטאָן; ער מאַכט אַפילו די טויבּע הערן, און די שטוּמע רעדן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 6
Top of Page
Top of Page