Mark 6
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס6

ו און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַוועקגעגאַנגען פוּן דאָרטן, און איז געקוּמען אין זיין אייגן שטעטל [נָצְרַת] אַריין; און משיחס תַּלמידים זענען אים נאכגעגאַנגען. 2 און שַבּת האָט רבי מֵלך המָשיחַ אָנגעהויבּן צוּ זאגן שעורים אין דער שוּלן, און רבים וואָס האָבּן אים געהערט, האָבּן זיך געחִידושט, און געזאָגט: פוּנוואַנען נעמט זיך דאָס צוּ אים? און וואָס איז דאָס פאַר אַ חָכמה, וואָס איז אים געגעבּן געוואָרן? און אַזעלכע וואוּנדער זאָלן געשען דוּרך זיינע הענט? 3 איז דאָס נישט דער סטאָליער, דער זוּן פוּן מִריָם, און אָח יַעקֹב, און יוסי, און יהוּדה, און שִמעוֹן? און זענען נישט זיינע אָחיוֹת דאָ מיט אוּנדז? און זיי זענען געשטרויכלט געוואָרן אין אים. 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אַ נָביא איז נישט אָן כָּבוד, אחוץ אין זיין אייגן לאַנד, און צווישן זיינע קרוֹבים, און אין זיין אייגן בֵּית. 5 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָרט נישט געקענט טאָן קיין וואוּנדער, אַחוּץ וואָס ער האָט אַרויפגעלייגט זיינע הענט אויף אייניקע חוֹלים, און האָט זיי געהיילט. 6 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך געחִידושט איבּער זייער אוּמגלויבּן. און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרוּמגעגאַנגען אין די ֹֹשטעטלעך דאָרטן און האָט געלערנט משיחס תּוֹרה. 7 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גערוּפן צוּ זיך די 12, און האָט אָנגעהויבּן זיי אַרויסשיקן צוויינווייז, און האָט זיי געגעבּן שלִיטה סמכות און מאכט איבּער שדים; 8 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געבּאָטן, אַז זיי זאָלן גאָרנישט מיטנעמען אויפן דֶּרֶךְ, אַחוּץ אַ מַקֵּל שטעקן; נישט קיין לֶחֶם, נישט קיין בּעטלערס זאַק, נישט קיין געלט אין גאַרטל; 9 אָבער אַנשטאָט צוּ טראָגן סאַנדאַלן, און נישט צוּ נעמען אן עקסטרע בעקעטשע. 10 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: אין וואָס פאַר אַ בֵּית איר וועט אַרייַנקוּמען, דאָרט פאַרבּלייַבּט, בּיז איר גייט ווייטער. 11 און דאָס אָרט, וואָס וועט אייך נישט אויפנעמען, און זיך נישט צוּהערן צוּ אייך, זאָלט איר פוּן דאָרטן אַרויסגיין און אָפּטרייסלען דעם שטויבּ פוּן אייערע רגלים [נָעַר חָצְנוֹ], פאַר אַן עֵדות צוּ זיי. 12 און זיי זענען אַרויסגעגאַנגען און האָבּן דרשענען, אַז מען זאל תּשוּבה טאן; 13 און האָבּן אַרויסגעטריבּן רבים שדים, און געזאַלבּט רבים חוֹלים מיט שֶמֶן, און זיי געהיילט. 14 און דער מֵלך הוּרדוס האָט דערפוּן געהערט, ווייל שמוֹ [זען זכר' 12-6:11] איז געוואָרן בּאַקאַנט. און הוּרדוס האָט געזאָגט: יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] איז אויפגעשטאַנען [זען תּחִיַת-הַמֵתים, דניאל 12:2], און דערפאר אַרבּעטן אין אים די דאָזיקע כּוֹחות. 15 אָבּער אַנדערע האָבּן געזאָגט: עס איז אלִיָהוּ הַנָביא. און ווידער אַנדערע האָבּן געזאָגט: ס'איז אַ נָביא, טאקע ווי איינער פוּר די נבִיאים. 16 און ווען הוּרדוס האָט עס געהערט, האָט ער געזאָגט: יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה], וועמען איך האָבּ געקעפּט, קָם מן-המֵּתִים. 17 מחמת הוּרדוס האָט געשיקט און געלאָזט כאַפּן יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה], און האָט אים געבּוּנדן אין דער בֵּית הַסֹּהַר צוּליבּ הוּרוֹדיָה אֵשֶת פיליפּוּס אָחִיו, ווייל ער האָט מיט איר חַתוּנט געהאַט. 18 מחמת יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] האָט געזאָגט צוּ הוּרדוסן: אֵשֶת אָחִיךָ אֵינָהּ מֻתֶּרֶת לְךָ [ויק' 18:16; 20:21]. 19 און הוּרוֹדיָה האָט אים פיינט בּאַקוּמען, און אים געוואָלט טייטן, אָבּער זי האָט עס נישט געקענט טאָן. 20 מחמת הוּרדוס האָט פחד געהאַט פאַר יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה], ווייל ער האָט געוואוּסט, אַז ער איז אַ צַדיק און קָדוש, און האָט אים געשיצט. און ווען ער פלעגט אים הערן, איז ער שטאַרק צעמישט געוואָרן; און דאָך האָט ער אים גערן געהערט. 21 און ווען עס איז געקוּמען אַ פּאַסיקער טאָג, ווען הוּרדוס האָט צוּ זיין יוֹם הֻלֶּדֶת געמאַכט אַ סעוּדה פאַר זיינע גדולים, און די הויכע אָפיצירן, און די חָשוּבסטע מענטשן פוּן גָלִיל, 22 איז בִּתָּהּ פון הוּרוֹדיָה אַליין אַרייַנגעקוּמען און האָט געטאַנצט, און זי איז וואוילגעפעלן הוּרדוסן און אויך זיינע געסט. און דער מֵלך האָט געזאָגט צוּם מיידל: נאָר בּעט פוּן מיר, וואָס דוּ ווילסט, און איך וועל עס דיר געבּן! 23 און ער האָט איר געשוואוירן: וואָס דוּ וועסט בּעטן, וועל איך דיר געבּן, בּיז אַ האַלבּ פוּן מיין מלוּכה. 24 און זי איז אַרויסגעגאַנגען, און האָט געזאָגט צוּ אִמָּהּ: וואָס זאָל איך בּעטן? האָס זי געזאָגט: דעם קאָפּ פוּן יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה! 25 און זי איז תֵיכּף אַרייַנגעגאַנגען צוּם מֵלך, און האָט געזאָגט: איך פאַרלאַנג, דוּ זאָלסט מיר תיכף געבּן אין א קעָרה דעם קאָפּ פוּן יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה. 26 און דער מֵלך האָט זיך שטאַרק מצַער געווען, אָבּער צוּליבּ די שבוּעות און די געסט, האָט ער איר נישט געוואָלט אָפּזאָגן. 27 און דער מֵלך האָט תֵיכּף געשיקט אֶחָד מִן השוֹמרים, און האָט אים בּאַפוילן צוּ בּרענגען זיין קאָפּ; און ער איז אוועקגעגאַנגען און האָט אים געקעפּט אין דער בֵּית הַסֹּהַר, 28 און געבּראַכט זיין קאָפּ אין אַ קערה און האָט אים געגעבּן דעם מיידל, און דאָס מיידל האָט אים געגעבּן צוּ אִמָּהּ. 29 און ווען זיינע תַּלמידים האָבּן דאָס געהערט, זענען זיי געקוּמען און האָבּן גענוּמען זיין גוּפָה, און האָבּן אים אַרייַנגעלייגט אין אַ קֵבר. 30 און די שלִיחים האָבּן זיך פאַרזאַמלט בּיי רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן אים דערציילט אַלץ, וואָס זיי האָבּן געטאָן, און וואָס זיי האָבּן געלערנט. 31 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: קוּמט איר אַליין אויף אן איינזאם אָרט, אין אַ יחידות, און רוּט אייך אויס אַבּיסל. מחמת רבים זענען געקומען און געגאנגען, אַזוי, אַז זיי האָבּן אפילו נישט געהאַט קיין צייט צוּ עסן. 32 און זיי האָבּן זיך אַוועקגעלאָזט מיט אַ סִירָה אין אַן איינזאם אָרט אַליין אין אַ יחידות. 33 און מען האָט זיי געזען אַוועקגיין, און רבים האָבּן זיי דערקענט, און זיי זענען זיך צוּנויפגעלאָפן צוּפוּס פוּן כל שטעטלעך, און זענען דאָרטן אָנגעקוּמען פריער פאַר זיי. 34 און ווען ער איז אַרויסגעקוּמען און געזען דעם גרויסן עוֹלם, האָט אים אָנגענוּמען אַ רחמי שמים אויף זיי, ווייל זיי זענען געווען ווי כֶּבֶש אָן אַ רוֹעֶה; און ער האָט מיט זיי אנגעהויבּן א סך צו לערנען משיחס תּוֹרה. 35 און ווען סע איז שוין געוואָרן שפּעט, זענען צוּ אים געקוּמען משיחס תּלמידים, און האָבּן געזאָגט: דאָס אָרט איז וויסט, און עס איז שוין שפּעט; 36 לאָז זיי אָפּ כּדי זיי זאָלן קענען גיין אין די אַרוּמיקע ֹֹשטעטלעך און מקוֹמות, און זיך קויפן עפּעס צוּ עסן. 37 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: גיט איר זיי צוּ עסן! האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: זאָלן מיר גיין קויפן לֶחֶם פאַר 200 דינָרים, און זיי געבּן צוּ עסן? 38 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: וויפל לֶחֶם האָט איר? נוּ, גייט און זעט, און דערוויסנדיק זיך, האָבּן זיי געזאָגט: 5, און 2 פיש. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי בּאפוילן, אז אלע זאלן זיך אנידערזעען חברותאווייז אויפן גרינעם גראָז. 40 און זיי האָבּן זיך אַנידערגעזעצט אין שוּרות, צוּ הוּנדערט, און צוּ פוּפציק. 41 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען די 5 כִּכְּרוֹת הַלֶחֶם און די 2 פיש, און האָט ארויפגעבּליקט זיינע אויגן צוּם שָמַיִם און האָט אַ בּרָכה געמאַכט, און ער געמאכט בְּצִיעַת הַלֶחֶם און עס דערלאַנגט משיחס תּלמידים, צוּ גרייטן פאַר זיי; און אויך די 2 פיש האָט ער צעטיילט צווישן זיי. 42 און זיי האָבּן כל געגעסן צוּ דער זאַט, 43 און זיי האָבּן צוּנויפגענוּמען פוּן די רבּיס שיריים, 12 פוּלע קערבּ, און אויך פוּן די פיש. 44 און די, וואָס האָבּן געגעסן פוּן דעם לֶחֶם, זענען געווען 5,000 מאָן. 45 און ער האָט תֵיכּף גענייט משיחס תּלמידים אַרייַנצוּגיין אין דער סִירָה, און אַריבּערצוּפאָרן פריער פאַר אים אויף דער אַנדערער זייט, קיין בֵּית-צַידָה, בּיז ער וועט אָפּלאָזן דאָס המון מענטשן. 46 און אַזוי ווי ער האָט זיך מיט זיי אַפּגעזעגנט, איז ער אַרויפגעגאַנגען אויפן הָר צו דאווענען , 47 און ווען סע איז געוואָרן אָוונט, איז די סִירָה געווען אין מיטן יַם, און רבי מֵלך המשיח אליין אויף דער יַבָּשה. 48 און זעענדיק ווי זיי מאַטערן זיך בּיים רוּדערן - מחמת דער ווינט איז געווען אַנטקעגן זיי - איז ער צוּ זיי געקוּמען אַרוּם דער 4טער משמר פון דער נאַכט, גייענדיק אויפן יַם. און ער האָט זיי געוואָלט פאַרבּייַגיין, 49 נאָר ווי זיי האָבּן אים געזען גיין אַרומגיין אויפן פְּנֵי הַיָּם, האָבּן זיי געמיינט, אַז דאָס איז רוּחַ רְפָאִים [זען לוקס 24:39; יהודים אין משיח 9:27], און האָבּן א געשריי געטאן; 50 מחמת זיי האָבּן אים כל געזען, און האָבּן זיך דערשראָקן. און תֵיכּף האָט ער גערעדט מיט זיי, און צוּ זיי געזאָגט: חזק! אֶהְיֶה [הוּא] [שמות 3:14]; האָט נישט קיין פחד. 51 און ער איז צוּ זיי אין דער סִירָה אַרייַנגעגאַנגען, און דער ווינט האָט אויפגעהערט. און זיי האָבּן זיך שטאַרק געחִידושט; 52 מחמת זיי האָבּן נישט פאַרשטאַנען בּנוֹגֵע דעם לֶחֶם [זען מרק' 6:43; 21-8:17], מחמת זייער לֵב איז געווען פאַרהאַרטעוועט (ווי שטיין [זען רומ' 11:7; זען בַּר-אֱנָש גייענדיק אויפן עַנְנֵי הַשָּמַיִם, דנאיל 7:13; מתי 26:64]). 53 און ווען זיי זענען אַריבּערגעפאָרן, זענען זיי געקוּמען צוּם חוף גִנוֹסָר, און האָבּן זיך דערנענטערט צוּם בּרעג. 54 און ווען זיי זענען אַרויסגעקוּמען פוּן דער סִירָה, האָט מען אים תֵיכּף דערקענט, 55 און זיי זענען אַרוּמגעלאָפן אין דער כל געגנט, און האָבּן גענוּמען בּרענגען די חוֹלים אויף די אלוּנקות, וואוּהין זיי האָבּן געהערט, אַז רבי מֵלך המשיח געפינט זיך. 56 און אוּמעטוּם וואוּ ער איז געקוּמען, אין די שטעטלעך, שטעט אָדער מקוֹמות, האָט מען די חוֹלים אַוועקגעלייגט אויפן מאָרק, און אים געבּעטן, צוּ מעגן כאָטש אָנרירן די משיחס צִיצִת פוּן זיין בֶּגֶד. און כל, וואָס האָבּן אים אָנגערירט, זענען געהאָלפן געוואָרן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 5
Top of Page
Top of Page