Mark 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס5

ה און זיי זענען געקוּמען אויף דער אַנדערער זייט יַם, אין דעם לאַנד פוּן די גַדרִיִים. 2 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויסגעשטיגן אויס דער סִירָה, איז אים תֵיכּף פוּן צווישן די קבָרים אַנטקעגנגעקוּמען אַן איש מיט אַ שד, 3 וואָס האָט געוואוינט צווישן די קבָרים און קיינער האָט אים מער נישט געקענט בּינדן, נישט צוּמאָל מיט אַ קייט; 4 ווייל מע האָט אים אָפט געבּוּנדן מיט פּענטעס און מיט קייטן, אָבּער ער האָט די קייטן צעריסן, און די פּענטעס האָט ער צעבּראָכן אויף שטיקער און קיינער האט אים נישט געקענט בּייקומען. 5 און יוֹמם ולַיְלָה איז ער כּסֵדר געווען צווישן די קבָרים און אויף די הרים, שרייענדיק און שלאָגנדיק זיך מיט שטיינער. 6 און ווען ער האָט פוּן דערווייַטנס געזען רבי מֵלך המָשיחַ, איז ער געלאָפן און אנידערגעפאלן פאַר אים, 7 און האָט א געשרייַ געטאָן מיט אַ הויך קוֹל, האָט ער געזאָגט : מה לִּי וּלְךָ, יהושע/ישוע, דוּ זוּן פוּן דער אויבּערשטער? איך בּאַשווער דיך בּיי ה', זאָלסט מיך נישט פּייַניקן! 8 מחמת רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט : גיי אַרויס פוּן הָאִיש, דוּ שד! 9 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים געפרעגט : וואָס איז דיין נאָמען? האָט ער צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: מיין נאָמען איז לעגיאָן; ווייל מיר זענען רבים. 10 און ער האָט רבי מֵלך המָשיחַ שטאַרק געבּעטן, אַז רבי מֵלך המָשיחַ זאָל זיי נישט אַרויסשיקן פוּן דעם לאַנד. 11 און דאָרטן בּיים הָר האָט זיך געפאַשעט אַ גרויסע סטאַדע חזִירים; און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געבּעטן : שיק אוּנדז צוּ די חזִירים, כּדי מיר זאָלן אין זיי אַריין. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געגעבּן רשות. און די שדים זענען אַרויס, און זענען אַריין אין די חזִירים; און די סטאַדע, אַן עֶרֶך פוּן 2,000, האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פוּן דעם שיפּוּע אין יַם אַריין, און זענען דערטרוּנקען געוואָרן אין דעם יַם. 14 און הרועים זענען געלאָפן און האָבּן עס דערציילט אין דער שטאָט און אין שטעטל. און זיי זענען אַרויסגעגאַנגען זען וואָס דאָ איז געשען. 15 און זיי זענען געקוּמען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן געזען דעם בּאַזעסענעם וואָס האָט געהאט דעם לעגיאָן, זיצן דאָרט, אָנגעטאָן און שפוי בּדעת; און זיי האָבּן פחד בּאַקוּמען 16 און די, וואָס האָבּן עס געזען, האָבּן דערציילט וואָס עס איז געשען מיט דעם בּאַזעסענעם, און מיט די חזִירים. 17 און זיי האָבּן אים געבּעטן, אַז רבי מֵלך המָשיחַ זאָל פאַרלאָזן זייערע גרעניצן. 18 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעגאַנגען אין דער סִירָה, האָט אים דער, וואָס איז געווען בּאַזעסן, געבּעטן, אַז ער זאָל מעגן זיין מיט אים. 19 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים נישט געלאָזט, נייערט האָט צוּ אים געזאָגט: גיי אַהיים צוּ די דייניקע, און דערצייל זיי, וואָס ה' האָט מיט דיר געטאָן, און ווי ער האָט זיך רחמים איבּער דיר. 20 און ער איז אַרויסגעגאַנגען, און האָט אנגעהויבּן אויסצורופן אין דעקאפּאָליס כל, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט פאַר אים געטאָן; און זיי האָבּן זיך כל געחִידושט. 21 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך ווידער אַריבּערגעפאָרן אינם סִירָה אויף אַנדערער זייט, האָט זיך צוּ אים פאַרזאַמלט רבים מענטשן; און רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען בּיים יַם. 22 און איינער פוּן די גַבָּאים פוּן דער שוּל, יָאיר שמו, איז צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען. און אַז ער האָט אים געזען, איז ער געפאַלן צוּ משיחס רגלים, 23 און ער האָט אים שטאַרק געבּעטן, און געזאָגט: בִּתִּי האַלט בּיי יציאַת נשמה; קוּם, און לייג אַרויף דיינע הענט אויף איר, כּדי זי זאָל געראַטעוועט ווערן, און לעבּן. 24 און רבי מֵלך המָשיחַ איז מיט אים געגאַנגען; און אַ גרויסער עוֹלם איז אים נאָכגעפאָלגט וְדוֹחֲקִים. 25 און אַן אִשָּה, וואָס האָט 12 יאָר געליטן פון א זָבַת דָּם [נִדָּה טוּמאָה], 26 און וואָס האָט זיך פיל אַנגעליטן פוּן רבים רוֹפאים, און האָט אויסגעגעבּן כל וואָס זי האָט פאַרמאָגט, און האָט זיך דאָך נישט געבּעסערט, נייערט עס איז איר נאָך ערגער געוואָרן; 27 ווען זי האָט געהערט פוּנוועגן רבי מֵלך המָשיחַ, איז זי געקוּמען צווישן דעם המון פוּן הינטן, און האָט אָנגערירט זיין מַלבּוש [זען מתי 9:20]. 28 מחמת זי האָט געזאָגט: אויבּ איך וועל נאָר אָנרירן זיינע מַלבּוּשים פון רבי מֵלך המָשיחַ, וועל איך געהאָלפן ווערן. 29 און תֵיכּף איז דער קוואַל פוּן איר זָבַת דָּם [נִדָּה טוּמאָה] פאַרטריקנט געוואָרן; און זי האָט דערפיִלט אין איר בָּשָׂר, אַז זי איז געהיילט געוואָרן פוּן איר מחלה. 30 און בּאוֹתוֹ-רֶגע האָט רבי מֵלך המָשיחַ דערפיִלט אין זיך, אַז גבוּרה איז פוּן אים אַרויסגעגאַנגען, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אויסגעדרייט צווישן דעם המון, און געזאָגט: ווער האָט בּאַרירט מיינע מַלבּוּשים? 31 און משיחס תַּלמידים האָבּן צוּ אים געזאָגט: דוּ זעסט דער המון שטופּט דיך, און זאָגסטוּ : ווער האָט מיך בּאַרירט? 32 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אַרוּמגעקוּקט, כּדי צוּ זען ווער סע האָט דאָס געטאָן. 33 אָבּער די אִשָּה, פאָרכטנדיק זיך און ציטערנדיק, מחמת זי האָט געוואוּסט וואָס סע איז מיט איר געשען, און זי האָט גענעענט און איז פאַר אים אנידערגעפאלן, און האָט רבי מֵלך המָשיחַ דערציילט ד כל אֶמת. 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ איר געזאָגט: בִּתִּי, דיין אֶמוּנה האָט דיר געהאָלפן; גיי בּשָלום, און זיי געזונט, ווער געהיילט פוּן דיין מחלה. 35 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט נאָך גערעדט, איז מען געקוּמען פוּן דעם בית פון די גַבּאי פוּן דער שוּל, און געזאָגט: בִּתְּךָ איז א נִפטֶרֶת ; וואָס שטערען נאָך דעם רֶבּין? 36 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט געהערט, וואָס זיי האָבּן געזאָגט, האָט ער זיך אָפּגערוּפן צוּם גַבּאי פוּן דער שוּל: האָבּ נישט קיין מוֹרא; גלויבּ נאָר! 37 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט קיינעם נישט געלאָזט מיטגיין, אַחוּץ כֵּיפָאן, יַעקֹבן, און יוֹחָנָן אָח יעקֹב. 38 און ווי זיי זענען צוּגעקוּמען צוּם בֵּית פוּן דעם גבּאי פוּן דער שוּל, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזען די געטומל, און די פיל וויינער און קלאָגער. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעגאַנגען, און האָט צוּ זיי געזאָגט: וואָס טומלט איר און וויינט? דאָס יַלְדָּה איז נישט א נִפְטָר, נייערט טוּט שלאָפן. 40 און זיי האָבּן זיך אויסגעלאכט פון אים. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי אַלעמען אַרויסגעטריבּן, און האָט גענוּמען מיט זיך דעם אָב און די אֵם און די, וואָס זענען געווען מיט אים און איז אַרייַנגעגאַנגען וואוּ דאָס יַלְדָּה איז געווען. 41 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָנגענוּמען דאָס יַלְדָּה בּיי דער האַנט, און האָט צוּ איר געזאָגט: טַלִיתָא קוּמי; וואָס איז טייַטש: מיידעלע, שטיי אויף. 42 און דאָס מיידעלע איז תֵיכּף אויפגעשטאַנען, און האָט גענוּמען גיין; און זי איז אַלט געווען 12 יאָר. און זיי זענען פאַרחִידושט געוואָרן מיט אַ גָּדוֹל חִידוש. 43 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי שטרענג בּאַפוילן, אַז קיינער זאָל נישט וויסן דערפוּן; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געהייסן, מע זאָל איר געבּן עפּעס צוּ עסן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 4
Top of Page
Top of Page