Mark 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מרקוס4

ד און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ווידער אָנגעהויבּן צוּ לערנען משיחס תּוֹרה בּיים יַם. און סע האָט זיך פאַרזאַמלט אַרוּם אים אַ גרויסער עוֹלם, אַזוי, אַז ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין אַ סִירָה, און האָט זיך געזעצט אויפן יַם; און דאָס כל עם איז געשטאַנען אויף דער יַבָּשה בּיים יַם. 2 און ער האָט זיי געלערנט רבים זאַכן דוּרך משָלים, און האָט צוּ זיי געזאָגט אין זיין תּוֹרה: 3 הערט און פאַרנעמט: הִנֵּה דער זייֵער איז אַרויסגעגאַנגען און טוּט זייֵען; 4 און ווען ער האָט געזייֵט, זענען טייל זרִיעה געפאַלן בּיים דֶּרֶךְ, און די פייגל זענען געקוּמען און האָבּן זיי אויפגעגעסן. 5 און אַנדערע זענען געפאַלן אויף פעלזיק לאַנד, וואוּ זיי האָבּן נישט געהאַט קיין סַך ערד; און זיי האָבּן תֵיכּף אויפגעשפּראָצט, צוליבן זיי האָט נישט געהאַט קיין טיפקייט פוּן ערד; 6 און אַז די שֶמֶש איז אויפגעגאַנגען, זענען זיי פאַרטריקנט געוואָרן, און מחמת זיי האָבּן נישט געהאַט קיין וואָרצלען, זענען זיי פאַרוועלקט געוואָרן. 7 און אַנדערע זענען געפאַלן צווישן דערנער, און די דערנער זענען אויפגעוואַקסן און האָבּן זיי דערשטיקט, און קיין תְּבוּאה איז נישט אַרויסגעקוּמען. 8 און אַנדערע זענען געפאַלן אויף אֲדָמָה טוֹבָה, און האָט אַרויסגעגעבּן פרוכט תְּבוּאה, איז געוואַקסן און האָט זיך פאַרמערט, און האָט אַרויסגעבּראַכט דרייַסיקפאַך, און זעכציקפאַך, און הוּנדערטפאַך. 9 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: דער, וואָס האָט אויערן צוּ הערן, זאָל הערן. 10 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען אַליין, האָבּן די, וואָס זענען מיט אים געווען, צוּזאַמען מיט די 12, אים געפרעגט פוּנוועגן די משָלים. 11 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: אייך איז געגעבּן געוואָרן צוּ פאַרשטיין דעם סוֹד פוּן דעם מַלכות ה', אָבּער פאַר די, וואָס זענען אין דרויסן, איז כל דוּרך משָלים, כּדי 12 זען זאָלן זיי זען, און דאָך נישט זען; און הערן זאָלן זיי הערן, און נישט פאַרשטיין; טאָמער וועלן זיי זיך אוּמקערן, און סע וועט זיי פאַרגעבּן ווערן [ישעיהו 10-6:9, תרגום השבעים]. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אויבּ איר פאַרשטייט נישט דאָס דאָזיקע מָשל טאָ וויאַזוי וועט איר פאַרשטיין כל משָלים? 14 דער זייֵער טוּט זייֵען דאָס דָּבָר. 15 און דאָס זענען די בּיים דֶּרֶךְ, וואוּ דאָס דָּבָר איז פאַרזייֵט געוואָרן; און ווען זיי הערן עס, קוּמט תֵיכּף הָשָׂטן, און נעמט אוועק דאָס דָּבָר, וואָס איז אין זיי פאַרזייֵט געוואָרן. 16 און אַזוי אויך די, וואָס זענען געזייֵט אויף שטייניקן בּאָדן, ווען זיי הערן דאָס דָּבָר, נעמען זיי עס תֵיכּף אויף מיט שִׂמְחָה; 17 און אַזוי ווי זיי האָבּן נישט קיין שֹׁרֶשׁ אין זיך, נאָר זענען בּלויז אויף אַ געוויסע צייט; דאַן, אַז סע קוּמען ליידן, אָדער רדִיפות צוּליבּ דעם דָּבָר, ווערן זיי תֵיכּף געשטרויכלט [זען ירמיהו 30:7; מתי 22-24:21]. 18 און דאָס, וואָס איז פאַרזייֵט צווישן דערנער, דאָס זענען די, וואָס האָבּן געהערט דאָס דָּבָר, 19 נאָך די זאָרגן פוּן דער עולם הזה, און די פאַרפירערישקייט פון רייכטום, און די תַּאוות נאָך אַנדערע זאַכן דרינגען אריין, און דערשטיקן דאָס דָּבָר, און עס בּלייַבּט אוּמפרוּכטבּאַר. 20 און דאָס, וואָס איז פאַרזייֵט געוואָרן אויף האדמה הטובה, דאָס זענען די, וואָס הערן דאָס דָּבָר, און זענען עס מקַבּל [זען יוח' 13-1:12; התג' 3:20], און גיבּן אַרויס תְּבוּאה פרוכט, דרייַסיקפאַך, און זעכציקפאַך, און הוּנדערטפאַך. 21 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: בּרענגט מע דען אַריין אַן אוֹר, אַ ליכט, כּדי עס צוּ שטעלן אוּנטער אַ מעסטל, אָדער אוּנטערן בּעט, און נישט אין אַ לייַכטער? 22 מחמת עס איז גאָרנישט פאַרהוילן, וואָס וועט נישט אַנטפּלעקט ווערן; און עס איז גאָרנישט פאַרבּאָרגן, וואָס וועט נישט בּאָקאַנט ווערן [ירמיהו 16:17]. 23 דער, וואָס האָט אויערן צוּ הערן, זאָל הערן! 24 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: פאַרנעמט וואָס איר הערט; מיט דער מאָס, וואָס איר טוּט מעסטן, וועט אייך געמאָסטן ווערן, און מע וועט אייך נאָך עפּעס צוּלייגן. 25 מחמת דער, וואָס האָט, דעם וועט געגעבּן ווערן; און דער, וואָס האָט נישט, פוּן אים וועט אַוועקגענוּמען ווערן אַפילו דאָס, וואָס ער האָט. 26 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: דאס מַלכות ה' איז געגליכן צוּ אַן איש, וואָס טוּט וואָרפן זרִיעה אויף דער ערד, 27 און ער גייט שלאָפן און אויפשטיין, בּיינאַכט און בּייטאָג, און די זרִיעה שפּראָצט ארויס און וואָקסט אויף, אָן זיין וויסן וויאזוי. 28 פון זיך אליין די ערד בּרענגט אַרויס פּירות; קוֹדם דאָס קנה, דאַן די שיבולת, דאַן דעם פוּלן חטה שיבולת. 29 און ווען די פרוכט ווערט צייַטיק, שיקט ער תיכף דאָס מַגָּל, דאָס שנייַדמעסער, מחמת געקוּמען איז די קָצִיר-צייט [יואל 4:13]. 30 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: מיט וואָס זאָלן מיר פאַרגלייַכן דאָס מַלכות ה'? אָדער מיט וואָסער מָשל זאָלן מיר עס דערקלערן? 31 עס איז ווי זענעפט-זרִיעה, וואָס ווען סע ווערט פאַרזייֵט אין דער ערד, איז עס די קלענסטע פוּן כל ערד-זרִיעות; 32 אָבּער אַז עס איז שוין פאַרזייֵט, וואַקסט עס אויף און ווערט גרעסער פוּן כל גאָרטן-געוויקסן, און גיט אַרויס גרויסע ענָפים, אַזוי, אַז די פייגל פוּן שָמַיִם קאָנען רוּען אין זיין שאָטן. 33 און מיט רבים אַזוינע משָלים האָט רבי מֵלך המָשיחַ גערעדט צוּ זיי דאָס דָּבָר, לויט ווי זיי זיי זענען געווען בִּיכוֹלת צוּ הערן; 34 און אָן אַ מָשל האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי נישט גערעדט; אָבּער ווען ער איז געווען אַליין מיט משיחס תּלמידים אין אַ יחידות, האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי כל אויסגעלייגט. 35 אין יענעם טאָג, ווען עס איז געוואָרן אָוונט, האָט ער צוּ זיי געזאָגט: לאָמיר אַריבּערפאָרן אויף דער אַנדערער זייט ים. 36 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָפּגעלאָזט דעם עוֹלם, האָבּן זיי אים מיטגענוּמען אין דער סִירָה, אַזוֹיווי ער איז געווען; און מיט אים זענען געווען נאָך אַנדערע סִירות. 37 און אַ גרויסער שטוּרעמווינט האָט זיך אויפגעהויבּן, און די כוואַליעס האָבּן זיך געווארפן אויפן דער סִירָה, אַזוי, אַז די סִירָה האָט זיך שוין געהאַט כמעט אָנגעפילט. 38 און רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען אין הינטערשטן טייל, און איז געשלאָפן אויף דעם קישן; און זיי האָבּן אים אויפגעוועקט, און האָבּן צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, סע ארט דיך גאָרנישט, אז מיר קומען אום? 39 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אויפגעשטאַנען, און האָט אָנגעשריגן דעם ווינט און געזאָגט צוּם יַם: שווייַג, זיי שטיל! און דער ווינט האָט אויפגעהערט, און עס איז געוואָרן אַ גרויסע שטילקייט. 40 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס זענט איר אַזוי שרעקעוודיק? האָט שֶאֵין לָכֶם אֶמוּנה? 41 און זיי האָבּן שטאַרק פחד בּאַקוּמען, און האָבּן געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: ווער איז ער דאָך, אז אַפילו דער ווינט און דער יַם געהאָרכן אים [תהלים 107:29]?

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 3
Top of Page
Top of Page