Luke 9
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס9

ט און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּזאַמענגערוּפן די 12, און האָט זיי געגעבּן כֹּחַ און סמכוּת איבּער כל שדים, און צוּ היילן מַחֲלוֹת. 2 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי אַרויסגעשיקט געדַרשנט דאָס מַלכות ה', און צוּ היילן החוֹלים. 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: נעמט גאָרנישט מיט אויפן דֶּרֶךְ, נישט קיין שטעקן, נישט קיין בּעטלערס זאק, נישט קיין לֶחֶם, נישט קיין געלט; און האָט אויך נישט 2 כֻּתֳּנוֹת לאיש. 4 און אין וואָסער בֵּית איר וועט אַרייַנקוּמען, דאָרטן פאַרבּלייבּט, און פוּן דאָרטן גייט ווייטער. 5 און וואוּ מען וועט אייך נישט אויפנעמען, זאָלט איר פאַרלאָזן יענע שטעטל, און אָפּטרעסלען דעם שטויבּ פוּן אייערע רגלים פאַר אַן עֵדות קעגן זיי [נָעַר חָצְנוֹ]. 6 און זיי זענען אוועק, און זענען געגאַנגען איבּער די שטעטלעך, און האָבּן געדרשנט די בּשׂוּרת הגאוּלָה און געהיילט אוּמעטוּם. 7 און הוֹרדוס, דער טעטראַרך, האָט געהערט פוּן כל, וואָס עס איז געשען, און זיך שטארק מבוּלבּל געווען [לֵב רֹגֵז], מחמת טייל האָבּן געזאָגט, אַז יוֹחָנָן איז קָם מִבֵּין הַמֵתים, 8 און אַנדערע, אַז אלִיָהוּ הַנָביא האָט זיך בּאַוויזן; און ווידער אַנדערע, אַז איינער פוּן די אַלטע נבִיאים איז אויפגעשטאַנען. 9 און הוֹרדוס האָט געזאָגט: יוֹחָנָן האָבּ איך געלאָזט אָפּהאַקן דעם קאָפּ; אָבּער ווער איז דער דאָזיקער, וועגן וועלכן איך הער אַזעלכע זאַכן? און ער האָט פארלאנגט אים צוּ זען. 10 און די שלִיחים האָבּן זיך אוּמגעקערט, און האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ דערציילט, וואָס זיי האָבּן געטאָן. און ער האָט זיי גענוּמען מיט זיך אין אַ יחידות און האָט אָפּגעקערט צוּ אַ שטעטל, וואָס האָט געהייסן בֵּית-צַידָה. 11 און אַז דאָס המונים האָט דאָס בּאַמערקט, זענען זיי אים נאַכגעגאַנגען, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי קִבֵּל, און האָט צוּ זיי גערעדט פוּן דעם מַלכות ה', און די, וואָס האָבּן זיך גענויטיקט אין אַ רפואה, האָט ער געהיילט. 12 און דער יוֹם האָט זיך אָנגעהויבּן צוּ נייגן; און די 12 זענען צוגעקומען, און צוּ אים געזאָגט: לאָז אָפּ דאָס עולם בּני אדם, כּדי זיי זאָלן קענען גיין אין די אַרוּמיקע שטעטלעך און פעלדער איבּערצוּנעכטיקן און צוּ קריגן אֹכֶל; מחמת מיר זענען דאָ אין אַ מקום שומם. 13 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: גיט איר זיי צוּ עסן. האָבּן זיי געזאָגט: מיר האָבּן נישט מער ווי 5 כּכּרות לֶחֶם און 2 דָגים -- אחוץ מיר זאָלן גיין און קויפן אֹכֶל פאַר דעם דאָזיקן כל העם. 14 מחמת זיי זענען געווען אַרוּם 5,000 אנשים. און רבי מֵלך המָשיחַ האָטגעזאָגט צוּ משיחס תּלמידים: זעצט זיי אויס אין קבּוּצוֹם, אַרוּם 50 אין כל קבוצּה. 15 און זיי האָבּן אַזוי געטאָן, און האָבּן אַלעמען אויסגעזעצט [אין דער פארברענגען]. 16 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען די 5 כּכּרות הלחם און די 2 הדגים, און האָט אויפגעהויבּן זיינע אויגן צוּם שָמַיִם, און האָט אַ בּרָכה געמאַכט און האט זיי צעבּראכן און געגעבּן צו משיחס תַלמידים, צוּ גרייטן פאַר דעם המון [פון דער פֿאַרברענג]. 17 און זיי האָבּן כל געגעסן צוּ דער זאַט; און זיי האָבּן צוּנויפגענוּמען פוּן די רבֶּיס שיריים איבּערגעבּליבּענע בּרעקלעך, 12 קערבּ. 18 און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט אַליין דאווענען געווען, זענען די תּלמידים געווען מיט אים; און ער האָט זיי געפרעגט: ווער, זאָגט הָעָם, בּין איך? 19 און זיי האָבּן געענטפערט, און געזאָגט: יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה. אָבּער אַנדערע זאָגן: אלִיָהוּ הַנָביא; און אַנדערע, אַז איינער פוּן די נבִיאים הקּדמונים איז אויפגעשטאנען. 20 האָט ער צוּ זיי געזאָגט: איר אָבּער, ווער זאָגט איר, אֲנִי הוּא? און כֵּיפָא האָט געענטפערט: דער רֶבּי מלך המָשיחַ פון ה'. 21 און ער האָט זיי בּאַפוילן און געבּאָטן, אַז זיי זאָלן עס קיינעם נישט רערציילן, 22 און געזאָגט: דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] מוּז ליידן רבים יסורים, און אָפּווארפן ווערן [זען ישעיהו 53:3] פוּן די זקֵנים און ראָשי-כֹּהַנים און סוֹפרים [רַבָּנִים], און געטייט ווערן [מקבל דער גִלּוּי פון דער רבּיס הסתּלקוּת], און אויף דעם יוֹם השלישי ווידער אויפשטיין. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ אַלעמען: ווער עס וויל מיר נאָכגיין, דער זאָל זיך אַליין פאַרלייקענען, און יוֹם יוֹם נעמען אויף זיך זיין עֲקֵדָה עץ בראשית 22:7 בּוים פוּן מסירות נפש, און מיר נאָכגיין. 24 מחמת ווער סע וויל ראַטעווען זיין נֶפֶש, דער וועט עס פאַרלירן; און ווער עס וועט פאַרלירן זיין נֶפֶש פאַר מייַנעטוועגן, דער וועט עס ראַטעווען. 25 מחמת וואָס לוינט עס א מענטשן, ווען ער זאָל געווינען די גאנצע וועלט, וְהוּא עַצְמוֹ יֹאבַד אָדער ינָּזֵק? 26 מחמת ווער סע וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע דברים, וועט דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] זיך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קוּמען אין זיין כָּבוד, און אין דעם כָּבוד פוּן זיין אלוקים הָאָב [עַתִּיק יוֹמִין, דניאל 7:13] און די מַלאָכים הקָּדוֹשִים. 27 בּאמת, איך זאָג אייך, פאַראַן עטלעכע פוּן די, וואָס שטייען דאָ [זען לוקס 9:28; מתי 17:1; מרקוס 9:2], וואָס וועלן נישט פאַרזוּכן דעם טַעם פוּן מָוֶת, בּיז זיי וועלן זען דאָס מַלכות ה'. 28 און עס איז געווען אַרוּם אַכט טעג נאָך די דאָזיקע רייד, אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען מיט זיך כֵּיפָא, און יוֹחָנָן, און יַעקֹבן, און איז אַרויפגעגאַנגען אויף דעם הָר דאווענען צוּ זיין. 29 און ווען ער האָט דאווענען געווען, האָט זיך דאָס אויסזען פוּן זיין פָּנים פאַרענדערט, און זיינע מַלבּוּשים זענען געוואָרן גלאנצנדיק ווייס. 30 און הנה האָבּן 2 אנשים גערעדט מיט רבי מֵלך המשיח, מֹשה און אלִיָהוּ הַנָביא, 31 וואָס האָבּן זיך אַנטפּלעקט אין כבוד, און האָבּן גערעדט פוּן רבי מֵלך המָשיחַס ליציאת הסטלקות וואָס ער האָט געדאַרפט ממַלא זיין אין ירוּשָלַיִם. 32 און כֵּיפָא און די, וואָס זענען געווען מיט אים, זענען פארזונקען אין אַ שווערן שלאָף; און ווען זיי האָבּן זיך אויפגעכאַפּט, האָבּן זיי געזען זיין כבוד און די 2 אנשים, וואָס זענען געשטאַנען מיט אים. 33 און עס איז געווען, ווען זיי האָבּן זיך גענוּמען פוּן אים שיידן, האָט כֵּיפָא געזאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: אֲדוֹנִי, עס איז טוֹב פאַר אוּנדז דאָ צוּ זיין; און לאָמיר מאַכן 3 סֻכּוֹת, אֶחָד פאַר דיר, אֶחָד פאַר מֹשהן, און אֶחָד פאַר אֵלִיָהוּן; אָבּער ער האָט נישט געוואוּסט, וואָס ער רעדט. 34 און בּשעת כֵּיפָא האָט דאָס געזאָגט, איז געקוּמען אַן עָנָן [זען עָנָן און בַּר אֱנָש, דניאל 14-7:13] און האָט זיי פאַרשאָטנט; און זיי האָבּן מורא געקריגן, ווען זיי זענען אַרייַנגעקוּמן אין דעם עָנָן. 35 און אַ בּת קוֹל איז אַרויס פוּן דעם עָנָן, אַזוי צוּ זאָגן : זֶה בְנִי בְחִירִי אֵלָיו תִשְמָעון, דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער, מיין בְּחִיר, אים זאָלט איר הערן [כיפא ב 18-1:16]! 36 און ווען דאָס בּת קוֹל האָט זיך געהערט, האָט זיך רבי מֵלך המָשיחַ געפוּנען אַליין. און זיי האָבּן געשוויגן, און האָבּן קיינעם נישט אין יענע טעג דערצווילט דאָס, וואָס זיי האָבּן געזען. 37 און עס איז געווען צומאָרגנס, ווען זיי האָבּן אַראָפּגענידערט פוּן דעם הָר, האָט אים בּאַגעגנט אַן עַם רַב. 38 און הִנֵּה, אַן בן אדם פון הֶהָמוֹן געשריגן, און געזאָגט: רֶבּי, איך בּעט דיך אַ קוּק צוּ טאָן אויף מיין זוּן, מחמת ער איז מיין בֵּן יָחִיד; 39 און הִנֵּה, אַ שד כאַפּט אים אָן, און פּלוצלונג שרייט ער און רייסט אים, בּיז ער שוימט פארן מויל, און גייט קוים אוועק פוּן אים און צעשלאָגט אים. 40 און איך האָבּ געבּעטן דיינע תּלמידים, אַז זיי זאָלן אים אַרויסטרייַבּן, און זיי האָבּן נישט געקענט; 41 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און געזאָגט: אָ, אוּמגלויבּיקער און פאַרקרוּמטער דוֹר! בּיז ווען וועל איך זיין מיט אייך! און אייך פאַרטראָגן? בּרענג אַהער בִּנְךָ [זען דברים 32:5]! 42 און ווי נאָר ער האָט געטאָן גענעענען, האָט אים דער שד אָנידערגעוואָרפן, און אים מוֹרֶאדיק געריסן. אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט אַנגעשריגן אויף דעם שד, און געהיילט דאָס יֶלֶד, און אים צוּריקגעגעבּן אָבִיו. 43 און זיי זענען כל נִשתּוֹמם געוואָרן פוּן דער גְּדֻלַּת ה'. און ווען כל האָבּן זיך געוואוּנדערט אויף כל, וואָס ער האָט געטאָן, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט צוּ משיחס תּלמידים: 44 טוּט די דאָזיקע רייד אַריין אין אייערע אויערן: מחמת דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט איבּערגעענטפערט ווערן איז די הענט פוּן בְּנֵי אָדָם. 45 אָבּער זיי האָבּן נישט בִּינָה פון דאָס דאָזיקע דָּבָר, און עס איז געווען פאַרהוילן פוּן זיי, כּדי זיי זאָלן עס נישט בּאַנעמען; און זיי האָבּן מורא געהאָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ פרעגן וועגן דעם דאָזיקן דָּבָר. 46 און עס איז אויפגעגאַנגען הַשְּאֵלָה צווישן זיי, ווער פוּן זיי עס איז דער גרעסטער. 47 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דערקענט די מַחשָבה פוּן זייער לֵב, האָט ער גענוּמע אַ יֶלֶד, און עס געשטעלט לעבּן זיך, 48 און האָט צוּ זיי געזאָגט: ווער סע וועט אויפנעמען דאָס דאָזיקע יֶלֶד אין מיין נאָמען, נעמט מיך אויף; און ווער סע וועט מיך אויפנעמען, נעמט אויף דעם [ה'], וואָס האָט מיך געשיקט; מחמת דער, וואָס איז דער קלענסטער צווישן אייך כל, דער דאָזיקער איז גָּדוֹל. 49 און יוֹחָנָן האָט געענטפערט: רֶבּי, מיר האָבּן געזען איינעם אַרויסטרייַבּן שדים אין דיין נאָמען, און מיר האָבּן אים פאַרווערט, מחמת ער איז נישט פון אַנְשֵי שְלוֹמֵנוּ. 50 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: פאַרווערט אים נישט; מחמת דער, וואָס איז נישט קעגן אייך, איז פאַר אייך. 51 און עס איז געווען, ווען די מועד האָבּן זיך שוין דערנענטערט, אַז ער זאָל אַרויפגענוּמען ווערן צו הַשָמַיְמָה, האָט רבי מֵלך המָשיחַ אַנטשלאָסן געווענדט זיין פָּנים בדווקא צוּ גיין צו ירוּשָלַיִם, 52 און ער האָט געשיקט שלִיחים פאַרויס פאַר אים, וואָס זענען געגאַנגען און זענען אַרייַנגעקוּמען אין אַ דאָרף פוּן די שוֹמרוֹנים, כּדי פאַר אים אָנצוּגרייטן. 53 און זיי האָבּן רבי מֵלך המשיח נישט בּאקומען, מחמת זיין פָּנים איז געווען געווענדט צוּ גיין קיין ירוּשָלַיִם. 54 און ווען משיחס תַּלמידים יַעקֹב און יוֹחָנָן האָבּן דאָס געזען, האָבּן זיי געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, צי ווילסטוּ, אַז מיר זאָלן בּאַפעלן אַן אֵש זאָל אַראָפּקומען פוּן שָמַיִם, און זיי פאַרבּרענען [מלכים ב 1:10,12]? 55 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אויסגעדרייט, און האָט זיי אָנגעשריגן. 56 און זיי זענען געגאַנגען אין אַן אַנדער שטעטל אַריין. 57 און ווען זיי זענען געגאַנגען אויפן דֶּרֶךְ, האָט איינער צוּ רבי מֵלך המשיח געזאָגט: איך וויל דיר נאָכגיין וואוּהין נאָר דוּ וועסט גיין. 58 און האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: די פוּקסן האָבּן הייֵלן, און די עוֹף הַשָמַיִם האָבּן קִנִּים, אָבּער דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] האָט נישט וואוּ זיין קאָפּ אַנידערצוּלייגן; 59 און צוּ אַן אַנדערן האָט ער געזאָגט: גיי מיר נאָך. אָבּער יענער האָט געזאָגט: אֲדוֹנִי, דערלויבּ מיר ערשט צוּ גיין און מקַבּר זיין אָבִי. 60 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: לאָז די מֵתים [זען אפס' 2:1; יוחנן 7-3:6] בּאגראָבּן זייערע אייגענע מֵתים; און דוּ גיי און דַרשנסט דאָס מַלכות ה'. 61 און אַן אַנדערער האָט געזאָגט: איך וועל דיר נאָכגיין, אָדוֹן; נאָר דערלויבּ מיר קוֹדם זיך צוּ זאגן להתראות מיט מיינע בּנֵי-בַּיַת [מלא 19:20]. 62 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: דער, וואָס לייגט צוּ אַ האַנט צוּם אַקער [זען מלא 19:21], און קוּקט אויף צוּריק, טויג נישט פאַר דעם מַלכות ה'.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 8
Top of Page
Top of Page