Luke 8
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס8

ח און עס איז געווען נאָך דעם, אַז ער איז געגאַנגען דוּרך שטעט און שטעטלעך, און האָט געדַרשנט די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן דעם מַלכות ה', און די 12 זענען מיט רבי מֵלך המָשיחַ געווען, 2 און אויך עטלעכע נָשים, וואָס זענען געהיילט געוואָרן פוּן שדים און מחלאים: מִריָם, וועמען מען האָט גערוּפן מַגדָלית, פוּן וועמען 7 שדים גֹרשוּ, 3 און יוֹחָנָה, דאָס אִשָה פוּן כּוּזָאן, אַ מְנַהַל-מֶשֶק-בַּיִת בּיי הוֹרדוסן, און שוֹשַנָה, און רבים אַנדערע, וואָס האָבּן זיי געדינט מיט זייער האָבּ און גוּטס [זען לוקס 24:10]. 4 און ווען המון עם רב איז זיך צוּזאַמענגעקוּמען, און זיי זענען געקוּמען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ פוּן יעדער שטעטל, האָט ער גערעדט מיט אַ מָשל: 5 דער זייֵער איז אַרויסגעגאַנגען צוּ פאַרזייֵען זיין זרִיעה; און ווען ער האָט געזייֵט, איז טייל געפאַלן בּיים דֶּרֶךְ, און איז צעטרעטן געוואָרן, און די עוֹף הַשָמַיִם האָבּן זי אויפגעפרעסן. 6 און אַנדערע איז געפאַלן אויף דעם פעלזן; און תֵיכּף ווי זי איז אויפגעגאַנגען, איז זי פאַרדארט געוואָרן, מחמת זי האָט נישט געהאַט קיין לַחוּת. 7 און אַנדערע איז געפאַלן צווישן קוֹצים, ויּצמחו [זען משיח צמח יהושע/ישוע, זכריה 12-6:11] די קוֹצים מיט איר, און האָבּן זי דערשטיקט. 8 און אַנדערע איז געפאַלן אויף אֲדָמָה טוֹבָה, און איז געוואָקסן, און האָט אַרויסגעבּראַכט פרוּכט הוּנדערטפאַך. און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געזאָגט, האָט ער אויסגערוּפן: ווער עס האָט אויערן צוּ הערן, דער זאָל הערן! 9 און משיחס תּלמידים האָבּן אים געפרעגט, וואָס דאָס דאָזיקע מָשל קען מיינען, 10 און האָט רבי מֵלך המשיח געזאָגט: אייך איז געגעבּן געוואָרן לָדַעַת די סוֹדות פוּן דעם מַלכות ה', אָבּער פאַר די איבּעריקע - אין משָלים, כּדי זיי זאָלן ראה לא יראו ובשמעם לא יבינו [זען ישעיהו 6:9]. 11 און דאָס מיינט דאָס מָשל: די זרִיעה איז דאָס דָּבָר ה'. 12 און יענע בּיים דֶּרֶךְ זענען די, וואָס האָבּן עס געהערט, דאַן קוּמט הַשָׂטן, און נעמט אַוועק דאָס דָּבָר ה' פוּן זייער לֵב, כּדי זיי זאָלן נישט האָבן אמונה און קומען צו ישועת אלוקינו. 13 און יענע אויף דעם סֶּלַע, זענען די, וואָס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאָס דָּבָר מיט שִׂמְחָה; זיי האבּן אָבּער נישט קיין שֹׁרֶשׁ, און גלויבּן אַ וויילע [זען יהודים אין משיח 6-6:4; יוחנן 15:6], און פאַלן אוועק שְמָד אין צייט פוּן נסָיון [תסלב 2:3]. 14 און דאָס, וואָס איז געפאַלן צרוישן קוצים, דאָס זענען די, וואָס האָבּן געהערט, און ווען זיי גייען אַוועק, ווערן זיי דערשטיקט פוּן די דאַגות און עַשִירות און תַּענוּגים פוּן לעבּן, און זייער פרוּכט ווערט נישט צייַטיק. 15 און דאָס אויף דער אֲדָמָה טוֹבָה, דאָס זענען די, וואָס האַלטן פעסט דאָס דָּבָר ה', וואָס זיי האָבּן געהערט, אין אַ לֵב יָשָר און טוֹב, און בּרענגען אַרויס פרוּכט מיט זיצפלייש. 16 און קיינער, וואָס האָט אָנגעצוּנדן אַ אוֹר, פאַרדעקט עס מיט אַ כֵּלי, אָדער שטעלט עס אוּטער אַ בּעט; נייערט ער שטעלט עס אין אַ לייַכטער, כּדי די, וואָס קוּמען אַריין, זאָלן קענען זען דאָס אוֹר. 17 מחמת עס איז גאָרנישט נִסְתָּר, וואָס וועט נישט ווערן אַנטפּלעקט, און סע איז גאָרנישט פאַרבּאָרגן, וואָס וועט נישט ווערן בּאַקאַנט וְיֵצֵא צו דאָס אוֹר. 18 דערפאר היזהרו וויאַזוי איר הערט; מחמת ווער סע האָט, דעם וועט געגעבּן ווערן, און ווער סע האָט נישט, פוּן אים וועט אַוועקגענוּמען ווערן אַפילו דאָס, וואָס ער מיינט ער האָט. 19 און עס זענען צוּ אים געקוּמען אמּו און זיינע אַחִים, און זיי האבּן נישט געקענט צוּקוּמען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ צוּליבּ דעם עם. 20 און מען האָט אים געזאָגט: אִמְּךָ און דיינע אַחִים שטייען אין דרויסן און ווילן דיך זען. 21 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: מיין אֵם און מיינע אַחִים זענען די דאָזיקע, וואָס הערן דאָס דָּבָר ה', און טוּען עס. 22 און עס איז געווען אין איינעם פוּן יענע טעג, אַז רבי מֵלך המָשיחַ און משיחס תַּלמידים זענען אַרייַנגעגאַנגען אין אַ סִירָה, און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: לאָמיר אַריבּערפארן אויף דער אַנדערער זייט יַם, און זיי זענען אַרויסגעפאָרן. 23 און ווען זיי זענען געפאָרן, איז ער אייַנגעשלאַָפן. און אַ גרויסער שטוּרעם האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויפן הָאֲגָם [זען האגם האש, התג' 20:15]; און זיי זענען פאַרפלייצט געוואָרן, און זענען געווען אין סַכָּנה. 24 און איי זענען צוּגעגאַנגען, און האָבּן אים אויפגעוועקט, און געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, אֲדוֹנֵנוּ, מיר גייען אוּנטער! און ער איז אויפגעשטאַנען, און האָט אָנגעשריגן אויף דעם ווינט און די שטוּרעמדיקע כוואַליעס; און זיי האָבּן זיך געלייגט, און עס איז געוואָרן שטיל. 25 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: וואוּ איז אייער אֶמוּנה? און זיי האָבּן פחד געהאַט און זיך געחִידושט, און האָבּן געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: ווער אייגנטלעך איז ער, וואָס ער בּאַפעלט אַפילו ווינט און מַיִם, און זיי געהאָרכן אים [תהלים 32-107:23]! 26 און זיי זענען אָנגעקוּמען אין דעם אֶרֶץ פוּן די גַדרִיִים, וואָס איז קעגנאיבּער הַגָלִיל. 27 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויסגעקוּמען אויף דער יַבָּשה, איז אים אַנטקעגן געקוּמען אַ בן אדם פוּן דער שטאָט, וואָס האָט געהאַט שדים; פאַר אַ לאַנגע צייט האָט ער נישט געטראַגן קיין קליידער, און האָט זיך נישט יָשַב אין קיין בֵּית, נייערט צווישן די קבָרים [זען ישעיהו 53:9 קבר פון משיח]. 28 און אַז ער האָט דערזען רבי מֵלך המָשיחַ, האָט ער אויסגעשריגן, און איז פאַר אים אנידערגעפאלן, און האָט מיט אַ קוֹל גדול געזאָגט: מַה לִּי וּלְךָ, יהושע/ישוע, דוּ זוּן פוּן דעם אויבּערשטער? איך בּעט דיך, פּייניק מיך נישט! 29 מחמת ער האָט בּאַפוילן דעם שד אַרויסצוּקוּמען פוּן דעם בן אדם. מחמת רבים מאַל האָט ער אים אָנגעכאַפּט; און מען האָט אים געהאַלטן אוּנטער שמִירה, און אים געבּוּנדן מיט קייטן און מיט שטריק, אָבּער ער האָט פוּנאַנדערגעריסן די שטריק, און איז געטריבּן געוואָרן פוּן דעם שד אין די מִדבָּרִיוֹת אַריין. 30 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים געפרעגט: מה שְמֶךָ? האָט ער געזאָגט: לעגיאָן; מחמת רבים שדים זענען אַריין אין אים. 31 און זיי האָבּן אים געבּעטן, אַז ער זאָל זיי נישט בּאַפעלן צוּ נידערן אין דעם תּהוֹם אַריין. 32 און דאָרטן אויפן הָר האָט זיך געפּאַשעט אַ סטאַדע חזִירים רבים; און זיי האָבּן אים געבּעטן, אַז ער זאָל זיי געבּן דערלויבּעניש אין זיי אַרייַנצוּגיין. און ער האָט זיי געגעבּן דערלויבּעניש. 33 און די שדים זענען אַרויסגעקוּמען פוּן דעם בן אדם, און זענען אַריין אין די חזִירים; און די סטאַדע האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פוּן דעם שיפּוּע אין יַם אַריין, און זענען דערטרוּנקען געוואָרן. 34 און ווען די רוֹעים האָבּן געזען, וואָס עס איז געשען, זענען זיי אַנטלאָפן, און האָבּן עס דערציילט אין דער שטאָט און אין די דערפער. 35 און זיי זענען אַרויסגעגאַנגען זען וואָס עס איז געשען; און זיי זענען געקוּמען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן געפוּנען דעם בן אדם, פוּן וועמען די שדים זענען אַרויס, זיצן בּיי די רגלים פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, לָבוּש און שפוי בּדעת, און זיי האָבּן פחד בּאַקוּמען. 36 און די אויג עדות פון עס האָבּן דערציילט וויאַזוי דער בּאַזעסענער איז געהיילט געוואָרן. 37 און דאָס כל ההמון רוּנדאַרוּם פוּן דעם לאנד פוּן די גַדרִייִם האָט אים געבּעטן, אַז ער זאָל פוּן זיי אַוועקגיין; מחמת עס איז זיי בּאַפאַלן אַ פחד גדול, און ער איז אַריַינגעגאַנגען אין אַ סִירָה, און האָט זיך אוּמגעקערט. 38 און דער בן אדם, פוּן וועמען די שדים זענען אַרויס, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געבּעטן, אַז ער זאָל מעגן פאַרבּלייַבּן מיט אים; אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים אַוועקגעשיקט, און געזאָגט: 39 קער דיך אוּם אַהיים, און דערצייל כָּל וואָס ה' האָט מיט דיר געטאַן. און ער איז געגאַנגען, און האָט דערציילט אין דער כל שטאָט, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט מיט אים געטאַן. 40 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אוּמגעקערט, האָט דאָס המון אים מקַבּל-פָּנים געווען; מחמת זיי האָבּן כל געוואַרט אויף אים. 41 און הִנֵּה עס איז געקוּמען אַ בן אדם מיטן נאַמען יָאִיר, וואָס איז געווען אַ גַבּאי פוּן דער שוּל; און ער איז אנידערגעפאלן צוּ משיחס רגלים, און האָט אים געבּעטן, צוּ קוּמען אין זיין בֵּית אַריין; 42 מחמת ער האָט געהאַט אַ בַּת-יחִידה, אין עלטער פוּן אַרוּם 12 יאָר, און זי האָט געהאַלטן בּיים שטאַרבּן. און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אַהינגעגאַנגען, האָט זיך דאָס המונים בני אדם געדרענגט אַרוּם אים. 43 און אַן אִשָּה, וואָס האָט 12 יאָר געהאַט אַ זָבַת דָּם [נִדָּה טוּמאָה], און וואָס האָט אויסגעגעבּן איר כל פאַרמעגן אויף רוֹפאים, און קיינער האָט זי נישט געקענט היילן [זען ויקרא 30-15:25], 44 האָט גענעענט הינטער אים, און האָט אָנגערירט די מַלבּוש פון רבי מֵלך המָשיחַס צִיצִית, און תֵיכּף האָט איר זָבַת דָּם [נִדָּה טוּמאָה] זיך אַפּגעשטעלט. 45 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: ווער האָט מיך אָנגערירט? און ווען כל האָבּן געלייקנט, האָט כֵּיפָא געזאָגט: אֲדוֹנִי, דאָס המונים דריקט און דרענגט דיך! 46 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: עמיצער האָט מיך אָנגערירט; מחמת איך האָבּ דערפיִלט, אַז גבוּרה איז פוּן מיר אַרויסגעגאַנגען. 47 און ווען די אִשָּה האָט געזען, אַז זי איז נישט געבּליבּן פאַרבּאָרגן, איז זי געקוּמען אַ ציטערדיקע און איז פאַר אים אנידערגעפאלן, און האָט דערציילט פאַר דעם כל העם, פאַרוואָס זי האָט אים אָנגערירט, און ווי זי איז תֵיכּף געהיילט געוואָרן. 48 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ איר געזאָגט: בִּתִּי, אֱמוּנָתֵךְ הוֹשִיעָה אוֹתָךְ; גיי בּשָלום! 49 בּשעת ער האָט נאָך גערעדט, איז געקוּמען איינער פוּן דעם בֵּית פון גַבּאִי [יָאִיר], און האָט געזאָגט: דיין בַּת איז נִפְטָר; זיי נישט שטערען דעם רֶבּי. 50 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געהערט, האָט ער צוּ אים געזאָגט: האָבּ נישט קיין מורא; האָבּ נאָר אֶמוּנה, און זי וועט געראַטעוועט ווערן. 51 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז צוּגעקוּמען צוּם בֵּית, האָט ער קיינעם נישט געלאָזט אַרייַנגיין מיט אים, אַחוּץ כֵּיפָא און יוֹחָנָן, און יַעקֹבן, און דעם אָב און די אֵם פוּן דעם מיידל. 52 און כל האָבּן זי בּאַוויינט און בּאַקלאָגט איבּער איר; אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: וויינט נישט; מחמת זי איז נישט מֵתָה, נייערט זי שלאָפט. 53 און זיי האָבּן זיך געמאכט ליצנות פון אים, ווייל זיי האָבּן געוואוּסט, אַז זי איז מֵתָה. אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט זי אָנגענוּמען בּיי דער האַנט, און געזאָגט: יַלְדָּה, שטיי אויף! 55 און אירע נשָׁמה האָט זיך אומגעקערט, און זי איז תֵיכּף אויפגעשטאַנען; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט בּאפוילן, מע זאָל איר געבּן צוּ עסן. 56 און אירע הוֹרים זענען נִשתּוֹמם געוואָרן; אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי בּאַפוילן, אַז זיי זאָלן קיינעם נישט רערציילן, וואָס עס איז געשען.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 7
Top of Page
Top of Page