Luke 7
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס7

ז נאך דעם ווי ער האָט געענדיקט כל זיינע דברי תּוֹרה אין די אויערן פוּן העם, איז רבי מֵלך המָשיחַ אַרייַנגעגאַנגען קיין כּפַר-נַחוּם. 2 און איינער אַ צֶנטוּריון האָט געהאַט אַן עֶבֶד, וואָס איז אים געווען טייער, און וואָס איז געווען חוֹלֶה און לעבן מוות. 3 און אַז ער האָט געהערט וועגן רבי מֵלך המָשיחַ, האָט ער צוּ אים געשיקט זקֵנים פוּן די ייִדן, און האָט אים געבּעטן, אַז ער זאָל קוּמען און היילן זיין עֶבֶד. 4 און ווען זיי זענען געקוּמען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, האָבּן זיי אים זייער געבּעטן, און געזאָגט: ער איז ווערט, אַז דוּ זאָלסט דאָס טאָן פאַר אים. 5 מחמת ער איז איינער פון די חסידי אֻמוֹת העוֹלם וואס האָט ליבּ אוּנדזער עם, און האָט אַפילו אַליין אוּנדז אויפגעבּויט אוּנדזער שוּל. 6 און רבי מֵלך המָשיחַ איז מיט זיי געגאַנגען. און ווען ער איז געווען שוֹין נישט ווייט פוּן דעם בֵּית, האָט דער צֶנטוּריון געשיקט צוּ אים חבר, אים אַזוי צוּ זאָגן: אֲדוֹנִי, זיי דיך נישט מַטרִיחַ; מחמת איך בּין נישט ווערט, אַז דוּ זאַלסט קוּמען אוּנטער מיין דאָך. 7 דערפאר האָבּ איך מיך אַליין אויך נישט געהאַלטן פאַר רָאוּי צוּ דיר צוּ קוּמען. נאָר זאָג דאָס דָּבָר, און מיין עֶבֶד וועט געהיילט ווערן [זען תהלים 107:20; יוחנן 1:1]. 8 מחמת אויך איך בּין אַ בן אדם, געשטעלט אוּנטער יַד מֶמְשָלָה, און האָבּ אוּנטער מיר אנשי צבא; און איך זאָג צוּ דעם: גיי! און ער גייט, און צוּ אַן אַנדערן: קוּם! און ער קאַמט. און צוּ מיין עֶבֶד: טוּ דאָס! און ער טוּט עס. 9 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געהערט, האָט ער זיך מתפעל איבּער אים, און האָט זיך אויסגעדרייט און געזאָגט צוּם המון עם, וואָס איז רבי מֵלך המשיח נאָכגעגאַנגען: איך זאָג אייך, אַפילו אין יִשׂרָאל האָבּ איך נישט געפוּנען אַזאַ אֶמוּנה. 10 און ווען די שלוּחים האָבּן זיך אוּמגעקערט אַהיים, האָבּן זיי געפוּנען דעם עֶבֶד החולה און הנה נרפּא. 11 און עס איז געווען למחרת, אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז געגאַנגען אין אַ שטעטל אַריין מיטן נאָמען נָעִין, און רבים פון משיחס תַּלמידים זענען געגאַנגען מיט אים, און עם רב. 12 און ווי ער האָט זיך דערנענטערט צוּם שַעַר פוּן דער שטעטל, הנה מען האָט אַרויסגעטראָגן פאר קבוּרה אַן איש מת, אַ בֶּן-יָחיד בּיי זיין אֵם, און זי איז געווען אַן אַלמָנה; און רבים בְּנֵי אָדָם פוּן דער שטעטל זענען געווען מיט איר. 13 און אַז רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן [זען מלאכי 3:1; תהלים 110:1] האָט זי געזען, האָט ער אויף איר רחמי שמים געהאַט, און צוּ איר געזאָגט: וויין נישט. 14 און ער איז צוּגעגאַנגען און האָט אָנגערירט די ארון מת; און די נוֹשׂאים זענען געבּליבּן שטיין, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: בָּחוּר, איך זאָג דיר, שטיי אויף. 15 און דער נִפְטָר האָט זיך אויפגעזעצט, און האָט אָנגעהויבּן צוּ רעדן, און רבי מֵלך המשיח האָט אים געגעבּן צוּ אִמּוֹ. 16 און אלעמען האט אנגעכאפּט אַ מורא; און זיי האָבּן געזאגט בּרוּך ה', און געזאָגט: אַ נָביא גדוֹל קָם בּקרבֵּנוּ! און ה' האָט פָּקַד עמּוֹ! 17 און די דאָזיקע שׁמוּעָה [זען ישעיהו 53:1] וועגן אים איז אַרויסגעגאַנגען אין כל יהוּדה, און אין דער כל געגנט. 18 און תַּלמידים פון יוחנן [פון דער טבילה פון תשובה] האָבּן דערציילט יוֹחָנָן פוּן די דאָזיקע כל זוּכן. 19 און יוֹחָנָן האָט גערוּפן צוּ זיך 2 פוּן זיינע תַּלמידים, און האָט זיי געשיקט צוּ רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן, אַזוי צוּ זאָגן: בּיסטוּ הוּא הַבָּא, אָדער זאָלן מיר וואַרטן אויף אַן אַנדערן? 20 און ווען די בְּנֵי אָדָם זענען געקוּמען צוּ אים, האָבּן זיי געזאָגט: יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה האָט אוּנדז געשיקט צוּ דיר, אַזוי צוּ זאָגן: בּיסטוּ הוּא הַבָּא, אָדער זאָלן מיר וואַרטן אויף אַן אַנדערן? 21 אין גענוי יענער שָעה האָט רבי מֵלך המָשיחַ געהיילט רבים ממחלות און פוּן פלאָגן און פוּן שדים, און רבים, וואָס זענען געווען בּלינד, האָט ער געשאָנקען די ראִיה. 22 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געענטפערט: גייט און דערציילט יוֹחָנָן, וואָס איר האָט געזען און געהערט: בּלינדע ווערן זעענדיק, די לאָמע גייען, די מצוֹרָעים ווערן מְטֹהָרִים, די טויבּע הערן, די טויטע שטייען אויף, און פאַר די עֲנִיִּים ווערט געדַרשנט די בּשׂוּרת הגאוּלָה [ישעיהו 6-35:5; 2-61:1]. 23 און אַשְרֵי איז דעם, וואָס וועט זיך נישט שטרויכלען אין מיר [ווי רבי מֵלך המשיח]. 24 און ווען די שלִיחים פוּן יוֹחָנָן זענען אַוועקגעגאַנגען, האָט ער אָנגעהויבּן צוּ רעדן צו די המון העם וועגן יוֹחָנָן: וואָס זענט איר אַרויסגעגאַנגען זען אין דער מִדבּר? אַ רורקע שאָקלען זיך מיטן ווינט? 25 וואָס דען זענט איר אַרויסגעגאַנגען זען? אַ בן אדם אָנגעטאָן אין פיינע מַלבּוּשים? הִנֵּה, די וואָס טראגן פּרעכטיקע קליידער און לעבּן פיין, זענען אין פּאַלאַצן פוּן מלָכים. 26 אָבּער וואָס דען זענט איר אַרויסגעגאַנגען זען? אַ נָביא? כֵּן, איך זאָג אייך, און מער ווי אַ נָביא. 27 דאָס איז ער, פוּן וועמען סע שטייט געשריבּן: הִנְנִי שֹלֵחַ מַלְאָכִי לְפָנֶיךָ וּפִנָּה דַּרְכְּךָ לְפָנֶיךָ [מלאכי 3:1]. 28 איך זאָג אייך, צווישן די, וואָס זענען געבּוירן געוואָרן פוּן נָשים, איז נישטאָ קיין גדוֹל ווי יוֹחָנָן, דאך איז דער קלענסטער אין דעם מַלכות ה' גרעסער פוּן אים. 29 און דאָס כל העם, ווען זיי האָבּן דאָס געהערט, און די מוֹכסים, האָבּן באשטעטיקן די צדקת ה', מחמת זיי האָבּן זיך געלאָזט טוֹבלען מיט דער מקוה טבִילה פוּן יוֹחָנָן; 30 אָבּער די פּרוּשים און די בַּעֲלֵי תּוֹרה האָבּן אָפּגעוואָרפן די תכלית פוּן ה', מחמת זיי האָבּן זיך פוּן אים נישט געלאָזט מקוה טובלען. 31 צוּ וועמען אָבּער זאָל איך גלייַכן די בְּנֵי אָדָם פוּן דעם דאָזיקן דוֹר? צוּ וועמען זענען זיי גלייך? 32 זיי זענען גלייך צו יְלָדים, וואָס זיצן אויף דעם מאַרקפּלאַץ, און רוּפן איינער צוּם אַנדערן: מיר האָבּן געשפּילט פאַר אייך, און איר האָט נישט געטאַנצט; מיר האָבּן געקלאָגט, און איר האָט נישט געוויינט, 33 מחמת יוֹחָנָן פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה איז געקוּמען, און האָט נישט געגעסן קיין לֶחֶם, און נישט געטרוּנקען קיין וויין, און איר זאָגט: ער האָט אַ שד. 34 דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] איז געקוּמען, ער עסט און טרינקט, און איר זאָגט: הִנֵּה, אַ בן אדם, אַ זוֹלֵל וסובא, חבר פוּן מוֹכסים און בּעלי עבֵירה! 35 און די חָכמה איז גערעכטפאַרטיקט פוּן כל אירע בּנים. 36 איינער פוּן די פּרוּשים האָט אים געבּעטן, אַז ער זאָל עסן לֶכֶם מיט אים, און ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית הַפּרוּש, און האָט זיך געזעצט צוּם טיש. 37 און הִנֵּה, דאָרט איז געווען אַ זינדיקע אִשה אין דער שטעטל, שֶיָּדְעָה כִּי הוּא מֵסֵב אין דעם בֵּית הַפּרוּש, האָט זי געבּראַכט אַן אַלאַבּאַסטער קריגל מיט שֶמֶן בֹּשֶׂם, 38 און האָט זיך געשטעלט הינטן בּיי זיינע רגלים אַ וויינענדיקע, און האָט אָנגעהויבּן בּאַנעצן זיינע רגלים מיט אירע טרערן, און האָט זיי אָפּגעווישט מיט די האָר פוּן איר קאָפּ, און געקוּשט זיינע רגלים, און זיי משחה מיט דעם שֶמֶן. 39 און ווען דער פּרוּש, וואָס האָט אים פאַרבּעטן, האָט דאָס געזען, האָט ער צוּ זיך געזאָגט: אויבּ ער וואָלט געווען אַ נָביא, וואָלט ער דערקענט ווער און וואָס פאַר אַ מין נקֵיבה דאָס איז, וואָס רירט אים אָן, אַז זי איז אַן אשה חוטאת . 40 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: שִמעוֹן, איך האָבּ דיר עפּעס צוּ זאָגן .און ער האָט געענטפערט: רֶבּי, זאָג! 41 בֶּן אדם הילווה כסף צו 2 אנשים; איינער איז אים שוּלדיק געווען 500 זילבערנע מטבעות, און דער אַנדערער 50. 42 ביידע פון זיי האבן אים נישט געקענט אפצאלן צורוק האט ער מוחל געווען די חובות פון בּיידן. וועלכער וועט אים דערפאר מער ליבּ האָבּן? 43 האָט שִמעוֹן געענטפערט: איך נעם אָן, אז דער, וועמען ער האָט דאָס מערסטע געשענקט. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: דוּ האָסט ריכטיק געמִשפּט. 44 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אויסגעדרייט צוּ דער אִשה, און געזאָגט צוּ שִמעוֹנען: דוּ זעסט די דאָזיקע אִשה? הנה איך בּין אַרייַנגעקוּמען אין דיין בֵּית, און קיין מַיִם פאַר מיינע רגלים האָסטוּ מיר נישט געגעבּן, זי אָבּער האָט בּאַנעצט מיינע רגלים מיט אירע טרערן, און האָט זיי אָפּגעווישט מיט אירע האָר. 45 דוּ האָסט מיר נישט געגעבּן קיין קוּש; זי אָבּער, זינט איך בּין אַרייַנגעקוּמען, האָט נישט אויפגעהערט צוּ קוּשן מיינע רגלים. 46 דוּ האָסט נישט משחת מיין קאָפּ מיט שֶמֶן; אָבּער זי האָט משחה מיינע רגלים מיט שֶמֶן בֹּשֶׂם 47 דערפאר זאָג איך דיר: אירע עבירות, וואָס זענען אַ סַך, זענען פאַרגעבּן געוואָרן, מחמת זי האָט רבּה אהבה געהאַט; אָבּער וועמען ווייניק ווערט פאַרגעבּן, דער דאָזיקער האָט אהבה ווייניק. 48 און ער האָט צוּ איר געזאָגט: דיינע עבירות זענען דיר פאַרגעבּן געוואָרן. 49 און די, וואָס זענען געזעסן מיט אים בּיים טיש, האָבּן גענוּמען זאָגן צווישן זיך: ווער איז ער, וואָס ער אַפילו מוחל עבירות? 50 און רבי מֵלך המשיח האָט געזאָגט צוּ דער אִשה: דיין אֶמוּנה האָט דיך געראַטעוועט; גיי בּשָלום!

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 6
Top of Page
Top of Page