Orthodox Hasidic Yiddish Bible לוקס6 ו און עס איז געווען אייפן צווייטן שַבּת [פוּן ספִירַת-הָעֹמֶר, זען ויקרא 16-23:15], אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז געגאַנגען דוּרך תּבוּאה-שָׂדוֹת; און משיחס תַּלמידים האָבּן אָפּגעריסן זאַנגען, און זיי צוריבּן מיט זייערע הענט און געגעסן. 2 און עטלעכע פוּן די פּרוּשים האָבּן געזאָגט: מדוע אתם עושים מה שאסור בשבת? 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: האָט איר נישט געלייענט, וואָס דָוִד האָט געטאָן, ווען ער איז געווען הוּנגעריק, ער, און די, וואָס זענען געווען מיט אים [זען שמואל א 21:6]; 4 ווי ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית ה' [משכן], און האָט גענוּמען און געגעסן דאָס לֶחֶם-הַפָּנים, וואָס קיינער האָט נישט מֻתָּר עסן אחוץ די כֹּהַנים אליין, און האָט אויך געגעבּן צוּ די, וואָס זענען געווען מיט אים [שמואל א 7-21:1; ויקרא 24:9]? 5 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 משיח] איז אָדוֹן הַשַבָּת. 6 און עס איז געווען אין אַן אַנדערן שַבּת, אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעגאַנגען אין אַ שוּל, און האָט געלערנט תּוֹרה; און דאָרטן איז געווען אַ בן אדם, וואָס זיין רעכטע האַנט איז געווען פאַרדאַרט. 7 און די סוֹפרים [רַבָּנִים] און די פּרוּשים האָבּן אים נאָכגעקוּקט, צוּ זען אויבּ ער וועט אים היילן אוּם שַבּת, כּדי זיי זאלן געפינען עפעס אים פאַרמַסרן. 8 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט דעת פון זייערע מַחשָבות, און האָט געזאָגט צוּ דעם בן אדם, וואָס זיין האַנט איז געווען פאַרדאַרט: שטיי אויף, און שטעל דיך אין דער מיט. און ער איז אויפגעשטאַנען און זיך געשטעלט. 9 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: איך פרעג אייך: הַאִם מֻתָּר לְהֵיטִיב בְּשַבָּת, אָדער לעשות רָעָה? ראַטעווען אַ נֶפש, אָדער לְאַבֵּד [זען יוחנן 3:16]? 10 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אַרוּמגעקוּקט אויף זיי כל, און האָט צוּ אים געזאָגט: שטרעק אויס דיין האַנט! און ער האָט אַזוי געטאָן, און זיין האַנט איז געזוּנט געוואָרן ווידער. 11 און זיי זענען געוואָרן פוּל מיט חֵמָה, און האָבּן זיך בּאַראָטן איינער מיטן אַנדערן, וואָס זיי זאָלן טאָן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ. 12 און עס איז געווען אין די דאָזיקע טעג, אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויסגעגאַנגען אין די הָר צו דאַווענען ; און ער האָט פאַרבּרענגט די גאנצע נאכט אין דאַווענענדיק אין תפלה צוּ ה'. 13 און ווען עס איז געוואָרן יוֹם, האָט ער גערוּפן משיחס תּלמידים, און האָט פוּן זיי אויסדערוויילט 12, וועמען ער האָט אָנגעראַפן שלִיחים: 14 שִמעוֹנען, וועמען ער האָט אויך אַ נאָמען געגעבּן כֵּיפָא, און אַנדריי אָחִיו, און יַעקֹב און יוֹחָנָן, און פיליפּוּס און בַּר-תַּלמַין, 15 און מתתיהו [מתי] און תֹּאמָא, און יַעקֹב בֶּן-חַלפַי, און שִמעוֹנען, וועמען מען האָט גערוּפן קַנַּאי, 16 און יהוּדה בֶּן-יַעקֹב, און יהוּדה אִיש-קרִיוֹת, וואָס איז געוואָרן דער מָסור [פאררעטער]. 17 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט מיט זיי אַראָפּגענידערט, און איז געשטאַנען אויף אַ פלאַכן פּלאַץ, און אַ המון תלמידים פוּן זיינע, און קהל עַם רב פוּן כל יהוּדה און ירוּשָלַיִם, און דעם יַם-בּאָרטן פוּן צוֹר און צִידוֹן, 18 זענען געקוּמען אים הערן, און געהיילט צוּ ווערן פוּן זייערע מחלות. און די, וואָס זענען געווען געפּלאָגט פוּן שדים, זענען געהיילט געוואָרן. 19 און דאָס כל המון בני אדם האָט געזוּכט אים אָנצוּרירן, מחמת פוּן אים איז אַרויסגעגאַנגען גְּבוּרָה, און האָט זיי אַלעמען געהיילט. 20 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויפגעהויבּן זיינע אויגן אויף משיחס תּלמידים, און האָט געזאָגט: אַשְרֵי איז אייך עֲנִיִּים, מחמת דאָס מַלכות ה' איז אייערס. 21 אַשְרֵי אייך, וואָס טוּט איצט הוּנגערן, מחמת איר וועט ווערן געזעטיקט [ישעיהו 2-55:1; 3-61:2]. אַשְרֵי אייך, וואָס טוּט איצט וויינען, מחמת איר תּשחקוּ. 22 אַשְרֵי אייך, ווען בְּנֵי אָדָם וועלן אייך פיינט האָבּן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און בּאליידיקן, און ארויסווארפן אייער נאָמען ווי עפּעס בּייז, ווי שם רע, צוליבּ דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 משיח]. 23 שמחוּ אייך אין יענעם יוֹם, און שפּרינגט פאַר חדווה; מחמת הנה, אייער שׂכַר איז גָּדוֹל אין שָמַיִם, מחמת טאקע אַזוי האָבּן זייערע אבות געטאָן מיט די נבִיאים. 24 אָבּער וויי צוּ אייך, וואָס זענט עשירים, מחמת איר האָט שוין געקריגן אייער נחמה. 25 וויי צוּ אייך, וואָס זענט איצט זאַט, מחמת איר וועט הוּנגערן. וויי צוּ אייך, וואָס טוּט איצט לאַכן, מחמת איר וועט טרויערן און וויינען [ישעיהו 65:13; משלי 14:13]. 26 וויי צוּ אייך ווען כל בְּנֵי אָדָם וועלן רעדן גוּטס פוּנוועגן אייך, מחמת אַזוי האָבּן זייערע אבות געטאָן מיט די נבִיאֵי שֶקֶר. 27 אָבּער אייך, וואָס טוּט זיך צוּהערן, זאָג איך: האָט ליבּ אייערע שׂוֹנאים, טוּט גוּטס צוּ די, וואָס האָבּן אייך פיינט, 28 בָּרְכוּ די, וואָס שעלטן אייך, און זייט דאווענען פאַר די, וואָס זענען אייך מבַזֶה. 29 דער, וואָס שלאָגט דיך אויף דער בּאַק, גיבּ אים אויך די אַנדערע; און פוּן דעם, וואָס נעמט צוּ דיין כֻּתֹּנֶת, זאָלסטוּ אויך דיין בּעקעטשע פוּן אים נישט צוּריקהאַלטן. 30 גיבּ יעדן, וואָס בּעט דיר, און פוּן דעם, וואָס נעמט דאָס דייניקע פון דיר, אוועק, פאָדער עס נישט צוּריק. 31 און אַזוי ווי איר ווילט, אַז בְּנֵי אָדָם זאָלן טאָן צוּ אייך, זאָלט איר אויך טאָן צוּ זיי. 32 און אויבּ איר האָט אהבה פאר די, וואָס האָבּן פאר אייך אהבה, וואָסער שבח קוּמט אייך? מחמת אַפילו בּעלי עבֵירה האָבּן אהבה פאר די, וואָס האָבּן פאר זיי אהבה. 33 און אויבּ איר טוּט גוּסט צוּ די, וואָס טוּען אייך גוּטס, וואָסער שבח קוּמט אייך? אַפילו די בּעלי עבֵירה טוּען אויך דאָס זעלבּע. 34 און אויבּ איר לייט די, פוּן וועמען איר האָפט צוּריק צוּ בּאַקוּמען, וואָסער שבח קוּמט אייך? אַפילו בּעלי עבֵירה לייען אויס צוּ בּעלי עבֵירה, כּדי צוּריק צוּ בּאַקוּמען ווידער אַזויפיל. 35 האָט אָבּער אהבה פאר אייערע שׂוֹנאים, און טוּט גוּטס, און גמילות חסדים, און דערוואַרט נישט עפּעס צוּריק; און אייער שׂכַר וועט זיין רב, און איר וועט זיין בּני דעם אויבּערשטער; מחמת ער איז טוֹב צוּ די אוּמדאַנקבּאַרע און רָעִים. 36 זייט רחמנים, אַזוי ווי אייער אלוקים הָאָב איז רחוּם. 37 מִשפּט נישט, און איר וועט נישט געמִשפּט ווערן; פאַרמִשפּט נישט, און איר וועט נישט פאַרמִשפּט ווערן; סלחו ויסלח אייך; 38 גיט, און סע וועס אייך געגעבּן ווערן; אַ גוּטע, אייַנגעדריקטע, צוּנויפגעטרעסלטע, און איבּערגיסעדיקע מאָס וועט מען אייך געבּן אין אייער שויס אַריין. מחמת מיט וואס פאר א מאָס איר וועט מעסטן, וועט אייך צוּריק געמאָסטן ווערן. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי אויך דערציילט אַ מָשל: קען אַ בּלינדער פירן אַ בּלינדן? וועלן זיי דען נישט בּיידע אַרייַנפאַלן אין אַ פַּחַת [זען ישעיהו 56:10]? 40 דער תַּלמיד איז נישט העכער פוּן זיין רֶבּין, אָבּער איטלעכער, וואָס דערגרייכט שלֵימות, וועט זיין ווי דער רֶבּי זיינער. 41 און פאַרוואָס זעסטוּ דאָס שפּענדל אין די אויג פון אחיךָ במשיח, אָבּער דעם קלאָץ אין דיין אייגן אויג זעסטוּ נישט? 42 אָדער ווי קענסטוּ זאָגן צוּ אחיךָ במשיח: אָח במשיח, לאָמיך אַרויסנעמען דאָס שפּענדל פוּן דיין אויג, און אַליין זעסטוּ נישט דעם קלאָץ אין דיין אייגן אויג? דוּ צָבוּעַ, נעם קוֹדם אַרויס דעם קלאָץ פוּן דיין אייגן אויג, און דאַן וועסטוּ זען קלאָר אַרויסצוּנעמען דאָס שפּענדל, וואָס איז אין די אויג פון אחיךָ במשיח. 43 מחמת אַ בּוים טוֹב טראָגט נישט קיין פְרִי מֻשחָת, און אַ בּוים מֻשחָת טראָגט נישט קיין פרי טוב; 44 איטלעכן בּוים דערקענט מען לויט זיינע אייגענע פֵּירות; מחמת פוּן קוצים קלייבּט מען נישט קיין תּאנים, אויך קלייבּט מען נישט קיין ענבים פוּן אַ דאָרנקוּסט. 45 דער גוּטער מענטש בּרענגט אַרויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין לֵב, און דער איש רע בּרענגט אַרויס פוּן זיין אוֹצר רַע; מחמת פוּן וואָס דאָס לֵב איז פוּל, דערפוּן רעדט דאָס מויל. 46 און פאַרוואָס רוּפט איר מיך: אֲדוֹנִי, אֲדוֹנִי, און טוּט נישט וואָס איך זאָג? 47 יעדער איינער, וואָס קוּמט צוּ מיר, און הערט מיינע דברי תּוֹרה און טוּט זיי, וועל איך אייך ווייַזן צוּ וועמען ער איז געגליכן: 48 ער איז געגליכן צוּ אַ בן אדם, וואָס בּויענדיק אַ בֵּית, און וואָס האָט געלאָזט טיף גראָבּן, און לייגן דעם יְסוֹד אויף הצוּר; און ווען עס איז געקוּמען אַ פאַרפלייצוּנג, האָט דער שטראָם געשלאָגן קעגן יענעם בֵּית, און האָט עס נישט געקענט צעטרעסלען, מחמת עס איז געווען טוֹב געבּויט. 49 אָבּער דער, וואָס הערט און טוּט נישט, איז ווי אַ בן אדם, וואָס האָט געבּויט אַ בֵּית אויף דער קַרְקַע אָן אַ יסוֹד; וואָס קעגן אים האָט געשלאָגן דער שטראָם, און עס איז תֵיכּף אייַנגעפאַלן, און דער חוּרבּן פוּן יענעם בֵּית איז געווען גָּדוֹל. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |