Luke 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס5

ה און עס איז געווען, ווען דאָס המון העם האָט זיך געדרענגט אַרוּם אים, כּדי צוּ הערן דאָס דָּבָר ה', איז ער געשטאַנען בּיים יַם כִּנֶּרֶת. 2 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען 2 סִירות ליגן בּיים יַם-בּרעג, און די דַּיָּגִים זענען פוּן זיי אַרויסגעגאַנגען, און האָבּן געוואַשן זייערע נעצן. 3 און ער איז איינגעשטיגן אין איינעם פוּן די סִירות, וואָס האָט געהערט צוּ שִמעוֹנען [כּיפא], און האָט אים געבּעטן, אָפּצוּרוּקן זיך אַבּיסל פוּן דער יַבָּשה, און רבי מֵלך המשיח האָט זיך אַנידערגעזעצט, און האָט געלערנט תּוֹרה די המונים פוּן דעם סִירָה אַרויס, געזאגט שעורים. 4 און ווען ער האָט אויפגעהערט צו רעדן, האָט ער געזאָגט צוּ שִמעוֹנען [כּיפא]: פאָר אָפּ, וואוּ עס איז טיף, און לאָזט אַראָפּ אייערע נעצן צוּם פאַנג! 5 און שִמעוֹן האָט געענטפערט: אֲדוֹנִי, מיר האָבּן זיך געמיִט אַ כל הַלַיְלָה, און האָבּן גאָרנישט געכאַפּט; אָבּער על-פִּי דּברךָ וועל איך אַראָפּלאָזן די נעצן. 6 און ווען זיי האָבּן דאָס געטאָן, האָבּן זיי געכאַפּט זייער דּגים רבים; און זייערע נעצן האָבּן זיך גענוּמען רייסן; 7 און זיי האָבּן געוואוּנקען צוּ זייערע שותפים אין דעם אַנדערן סִירָה, אַז זיי זאַלן קוּמען און זיי העלפן. און זיי זענען געקוּמען און האָבּן אָנגעפילט די בּיידע סִירוֹת, אַזוי, אַז זיי האָבּן אָנגעהויבּן צוּ זינקען. 8 און אַז שִמעוֹן כֵּיפָא האָט דאָס געזען, איז ער אנידערגעפאַלן פאַר רבי מֵלך המָשיחַ, און געזאָגט: אֲדוֹנִי, גיי אַוועק פוּן מיר, כִּי איש בּעל עבֵירה אֲנִי! 9 מחמת אַ שרעק איז אים בּאַפאַלן, און כל, וואָס זענען געווען מיט אים איבּער דעם פישפאַנג, וואָס זיי האָבּן געפאַנגען; 10 און אַזוי זענען אויך געווען יַעקֹב און יוֹחָנָן, בְּנֵי זַבדי, וואָס זענען געווען שותפים פון שִמעוֹן. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ שִמעוֹנען: האַבּ נישט קיין פחד; פוּן איצט אָן וועסטוּ פאַנגען בְּנֵי אָדָם [זען מתי 20-28:19]. 11 און ווען זיי האָבּן געבּראַכט זייערע סִירוֹת צוּ דער יַבָּשה, האָבּן זיי כל פארלאָזט, וְהָלְכוּ אַחֲרֵי רבי מֵלך המָשיחַ. 12 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען אין איינער פוּן די שטעטלעך, הנה איז דאָרטן געווען אן איש מצורע, א בן אדם לויטער צָרַעת; און אַז ער האָט דערזען רבי מֵלך המָשיחַ, איז ער געפאַלן אויף זיין פָנים, און האָט אים געבּעטן: אֲדוֹנִי, אויבּ דוּ ווילסט, קאַנסטוּ מיך מאַכן טָהוֹר. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויסגעשטרעקט זיין האַנט, און האָט אים אַנגערירט, און געזאָגט: איך וויל; זיי טָהוֹר. און תֵיכּף האָט זיך דאָס צָרַעת אָפּגעטאָן פוּן אים. 14 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים בּאַפוילן, ער זאָל עס קיינעם נישט דערציילן; נייערט גיי און ווייז דיך פאַרן כֹּהן; און זיי מַקריב קרבּן פאַר דיין טהרה, אַזוי ווי מֹשה האָט געבּאָטן, פאַר אַן עֵדות צוּ זיי [ויקרא 32-14:2]. 15 און די שׁמוּעה [זען ישעיהו 53:1] וועגן אים האָט זיך נאָך מער פאַרשפּרייט, און אַ גרויסער עוֹלם איז זיך צוּנויפגעקוּמען, אים צוּ הערן, און געהיילט צוּ ווערן פוּן זייערע מחלות. 16 רבי מֵלך המָשיחַ אָבּער האָט זיך צוּריקגעצויגן אין התבּוֹדדוּת אין די מִדבָּרִיוֹת, און איז דאַוונט געווען. 17 און עס איז געווען אין איינעם פוּן יענע טעג, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געלערנט תּוֹרה, אַז עס זענען דאָרטן געזעסן פּרוּשים און לוֹמדי-תּוֹרה, וואָס זענען געקוּמען פוּן כל שטעטלעך פוּן גָלִיל און יהוּדה און ירוּשָלַיִם, און די גבורת ה' איז געווען מיט רבי מֵלך המָשיחַ, פאר רפאוּת [זען משלי 3:8]. 18 און הִנֵּה האָבּן בְּנֵי אָדָם געבּראַכט אויף אַ בּעט אַ מאַן, וואָס איז געווען איש משותק; און זיי האָבּן געזוּכט אים אַרייַנצוּבּרענגען און אים אַוועקצוּלייגן פאַר רבי מֵלך המשיח. 19 און אַזוי ווי זיי האָבּן נישט געקענט געפינען קיין וועג ווי אים אַרייַנצוּבּרענגען, צוּליבּ דעם עוֹלם, זענען זיי אַרויפגעגאַנגען אויפן גַּג, און האָבּן אים אַראָפּגעלאָזט מיט זיין בּעט דוּרך די רעפים אין דער מיט פאַר רבי מֵלך המָשיחַ. 20 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען זייער אֶמוּנה, האָט ער געזאָגט: בן אדם, דיינע עבירות נִסְלְחוּ לְךָ. 21 און די סוֹפרים [רַבָּנִים] און די פּרוּשים האָבּן אָנגעהויבּן נאָכצוּטראַכטן, און האָבּן געזאָגט: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס דער דאָזיקער, וואָס רעדט דּברי נאצה (גדופים, זען ויקרא 16-24:15; 22:32)? ווער קען דאס מוֹחל זיין עבירות, אַחוּץ ה' אַליין [אין עוד מלבדו]? 22 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ [זען דניאל 14-7:13] האָט דעת פון זייערע מַחשָבות, און האָט צוּ זיי געזאָגט: וואָס טראַכט איר אין אייערע לְבָבוֹת? 23 וואָס איז לייכטער, צוּ זאָגן: דיינע עבירות נִסְלְחוּ לְךָ, אָדער צוּ זאָגן: שטיי אויף און גיי? 24 נאָר כּדי איר זאָלט וויסן, אַז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13 משיח] האָט סמכוּת אויף הארץ לִסְלֹחַ עבירות -- האָט רבי מֵלך המשיח געזאָגט צוּם אִיש מְשֻּתָּק: איך זאָג דיר, שטיי אויף, און נעם דיין בּעט, און גיי אַהיים. 25 און ער איז תֵיכּף פאַר זיי אויפגעשטאַנען, און האָט גענוּמען דאָס בּעט, אויף וועלכן ער איז געלעגן, און איז אַוועק אַהיים, זאָגנדיק בּרוּך ה'. 26 און זיי זענען כל נִבהל און נִשתּוֹמם געוואָרן, און זאָגנדיק בּרוּך ה', און זיך זייער געפאָרכטן, און געזאָגט: נפלאות ראינו היום! 27 און נאך דעם איז רבי מֵלך המָשיחַ אַרויסגעגאַנגען, און האָט געזען אַ מוֹכס, וואָס האָט געהייסן לֵוִי, זיצן אויפן צאָל-אַמט [הויז פון שטייער], און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: גיי מיר נאָך. 28 און ער [מתי] האָט כל איבּערגעלאָזט, און איז אויפגעשטאַנען און איז אים נאַכגעגאַנגען. 29 און לֵוִי האָט געמאַכט אַ סעוּדה גדול פאר רבי מֵלך המשיח אין בֵּית לֵוִי; און אַ קָהָל רַב פוּן מוֹכסים און אויך אַנדערע זענען מיט זיי געזעסן בּיים טיש. 30 וילונוּ די פּרוּשים און זייערע סוֹפרים [רַבָּנִים] קעגן רבי מֵלך המָשיחַס תּלמידים [זען שמות 16:2], און האָבּן געזאָגט: פאַרוואָס עסט איר און טרינקט מיט מוֹכסים און בּעלי עבֵירה? 31 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: די, וואָס זענען געזוּנט, נייטיקן זיך נישט אין קיין רוֹפא, נייערט די, וואָס זענען חוֹלים. 32 איך בּין נישט געקוּמען רוּפן די צַדיקים, נייערט די בּעלי עבֵירה צוּ תּשוּבה. 33 און זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: די תּלמידים פוּן יוֹחָנָן פאַסטן אָפט און טוּען דאַווענענדיק , און אַזוי טוּען אויך די תּלמידים פוּן די פּרוּשים, אָבּער דיינע עסן און טרינקען. 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: צי קענט איר דען מאכן פאסטן די אונטערפירערס, ווען דער חָתן איז מיט זיי? 35 סע וועלן אָבּער קוּמען טעג, ווען דער חָתן וועט אַוועקגענוּמען ווערן פוּן זיי, און יעמאָלט וועלן זיי פאַסטן אין יענע טעג. 36 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי אויך דערציילט אַ מָשל: קיינער רייסט נישט אָפּ אַ שטיק פוּן אַ נייעם בּגד, און טוּט עס אַרויף אויף אַן אַלטן בּגד; אויבּ יאָ, וועט ער צערייסן דאָס נייע, און אויך דאָס שטיק פוּן דעם נייעם וועט זיך נישט פּאַסן צוּם אַלטן. 37 און קיינער טוּט נישט אַריין קיין יַיִן חָדָש אין אַלטע לאָגלען; אַנדערש וועט דער יַיִן חָדָש צעפּלאַצן די לאָגלען, און וועט זיך צעגיסן, און די לאָגלען וועלן גיין פאַרלוירן. 38 נייַערט יַיִן חָדָש מוּז מען אַרייַנגיסן אין נייע לאָגלען [יַהֲדוּת משיחית פול מיט דעם רוח הקודש, מהש 26-21:18]. 39 און קיינער, וואָס האָט געטרוּנקען אַלטן וויין, וויל נייעם; מחמת ער זאָגט: דער אַלטער איז בּעסער.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 4
Top of Page
Top of Page