Luke 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס4

ד און רבי מֵלך המָשיחַ, פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, האָט זיך אוּמגעקערט פוּן דעם יַרדן, און איז געפירט געוואָרן דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש 2 40 טעג אין דער מִדבּר, געפּרוּאווט פוּן הָשָׂטן. און ער האָט גאָרנישט געגעסן אין יענע טעג; און ווען זיי האָבּן זיך געענדיקט, איז ער געווען הוּנגעריק. 3 און הָשָׂטן האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: אויבּ דוּ בּיסט דער זוּן פון דער אויבּערשטער, בּאַפעל דעם דאָזיקן שטיין, אַז ער זאָל ווערן לֶחֶם. 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים געענטפערט: סע שטייט געשריבּן: כִי לֹא עַל־הַלֶחֶם לְבַדוֹ יִחְיֶה הָאָדָם [דברים 8:3]. 5 און הָשָׂטן האָט אים אַרויפגעפירט, און האָט אים געוויזן אין אַ רֶגע כל מלוּכות פוּן דער עולם הזה, 6 און האָט צוּ אים געזאָגט: דיר וועל איך געבּן די דאָזיקע כל מֶמשָלה און איר כבוד, מחמת מיר איז זי איבּערגעגעבּן געוואָרן, און איך גיבּ זי וועמען איך וויל. 7 דערפאר, אויבּ דוּ וועסט דיך בּוּקן פאַר מיר, וועט דאָס אינגאַנצן זיין דייַנס. 8 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים געענטפערט: סע שטייט געשריבּן: לַה' אֱלֹקֶיךָ תִשְתַחֲוֶה וְאֹתוֹ לְבַדוֹ תַעֲבֹד [דברים ו, יג]. 9 און ער האָט אים געפירט קיין ירוּשַלָיִם, און האָט אים אַוועקגעשטעלט אויף דעם טוּרעם פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש, און האָט צוּ אים געזאָגט: אויבּ דוּ בּיסט דער זוּן פון דער אויבּערשטער, וואָרף דיך אַראָפּ פוּן דאַנען; 10 מחמת סע שטייט געשריבּן: כִי מַלְאָכָיו יְצַוֶה־לָךְ לִשְמָרְךָ 11 עַל־כַפַיִם יִשָֹאונְךָ פֶן־תִגֹף בָאֶבֶן רַגְלֶךָ [תהלים צא, יא-יב]. 12 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים געענטפערט: עס איז געזאָגט געוואָרן: לֹא תְנַסֶה אֶת־ה' אֱלֹהֶיךָ [דברים ו, טז]. 13 און אַז הָשָׂטן האָט געענדיקט יערן נסָיון, איז ער אוועק פון רבי מֵלך המָשיחַ בּיז אויף אַ צייט. 14 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אוּמגעקערט אין דער מאַכט פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש קיין גָלִיל; און די שֹׁמַע וועגן אים האָט זיך פאַרשפּרייט אין דער כל געגנט. 15 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געלערנט אין זייערע שוּלן, און כל האָבּן אים אָפּגעגעבּן כָּבוד. 16 און רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען קיין נָצְרַת, וואוּ ער איז אויפגעצויגן געוואָרן; און ווי זיין מִנהג, איז ער שַבּת אַרייַנגעגאַנגען אין דער שוּל אַריין, און רבי מֵלך המָשיחַ איז אויפגעשטאַנען צוּם לייענען, 17 און מען האָט רבי מֵלך המָשיחַ דערלאַנגט דאָס מְגִלַּת סֵפר פוּן ישעיהו הַנָביא, און ער האָט געעפנט דאָס סֵפר, און האָט געפוּנען דאָס אָרט, וואוּ עס איז געשטאנען געשריבּן: 18 רוחַ אֲדֹנָי עָלָי, יַעַן מָשַח אֹתִי לְבַשֵֹר עֲנָוִים. שְלָחַנִי לִקְרֹא לִשְבויִים דְרוֹר, ולְעִוְרִים פְקַח־קוֹחַ; לְשַלֵחַ רְצוצִים חָפְשִים. 19 לִקְרֹא שְנַת רָצוֹן לַה' [ישעיהו סא, א-ב]. 20 און ער האָט צוּנויפגעוויקלט דאָס מְּגלָּה, און האָט עס צוּריקגעגעבּן דעם חַזן, און האָט זיך אַנידערגעזעצט; און די אויגן פוּן אַלעמען אין דער שוּל זענען געווען בּאַהעפט אָן אים. 21 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָנגעהויבּן צוּ זיי צוּ זאָגן: הַיּוֹם איז דער דאָזיקער פָּסוק מקוּים געוואָרן אין אייערע אויערן. 22 און כל זענען אים געווען אֵדות, און האָבּן בּאַוואוּנדערט די דִבְרֵי הַחֵן, וואָס זענען אַרויסגעגאַנגען פוּן זיין מויל; און זיי האָבּן געזאָגט: איז דאָס נישט בּן יוֹסֵף? 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אַווַדאי וועט איר מיר זאָגן דאָס דאָזיקע מָשל: רוֹפא, הייל דיך אַליין; וואָס מיר האָבּן געהערט ס'איז געטאָן געוואָרן אין כּפַר-נַחוּם, טוּ אויך אין דיין שטעטל. 24 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג אייך, קיין נָביא איז נישט אָנגענוּמען אין זיין אייגן שטעטל, אין זיין אייגן עיר מוֹלדת. 25 אויף אַן אֶמת, זאָג איך אייך, רבים אַלמָנות זענען געווען אין יִשׂרָאל אין די טעג פוּן אֵליָהוּ הַנָביא, ווען דער שָמַיִם איז געווען פאַרשלאָסן אויף 3 יאָר און 6 חַדָשים, און עס איז געקוּמען אַ רעב גדוֹל איבּערן כל הארץ; 26 און צוּ קיינער פוּן זיי איז אלִיָהוּ הַנָביא נישט געשיקט געוואָרן, אַחוּץ קיין צָרפַת, וואָס איז אין צִידון, צוּ אַן אִשָּה אַן אַלמָנה [מלכים א 16-17:8; 18:1]. 27 און רבים מצוֹרָעים זענען געווען אין יִשׂרָאל אין דער צייט פוּן אֶלישָע הַנָביא; און קיינער פוּן זיי איז נישט מְטֹהָרִים געוואָרן, אַחוּץ נַעמָן דער אֲרַמִי [מלָכים ב 14-5:1]. 28 און כל אין דער שוּל זענען געוואָרן פוּל מיט כַּעַס, ווען זיי האָבּן דאָס געהערט. 29 און זיי זענען אויפגעשטאַנען, און האָבּן אים אַרויסגעוואָרפן פוּן דער שטעטל, און אים געפירט צוּם גַב הָהָר, אויף וואָס זייער שטעטל איז געווען געבּויט, כּדי אים אַראָפּצוּשטירצן. 30 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ איז דוּרכגעגאַנגען אין דער מיט צווישן זיי, און זיך אוועק אויף זיין דֶרֶך. 31 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אַראָפּגעגאנגען קיין כּפַר-נַחוּם, אַ שטעטל אין גָלִיל. און רבי מֵלך המשיח האָט זיי איז געזאגט שעורים אויף שַבָּתות; 32 און מען פלעגט שטוינען איבּער משיחס תּוֹרה, מחמת זיין דָּבָר האָט געהאַט שלטון. 33 און אין דער שוּל איז געווען אַ בן אדם, וואָס האָט געהאַט אַ רוּחַ טָמֵא אַ שד, און ער האָט אויסגעשריגן אויף אַ קוֹל גדוֹל: 34 וויי, מַה לָנו ולְךָ, יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת? בּיסטוּ געקוּמען אוּנדז צוּ פאַרטיליקן? איך ווייס ווער דוּ בּיסט: דער קדוֹש פוּן ה'. 35 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויף אים אָנגעשריגן, און געזאָגט: שווייַג, און גיי אַרויס פוּן אים! און דער שד האָט אים אַנידערגעוואָרפן אין זייער מיט, און איז פוּן אים אַרויס, נישט טוּענדיק אים קיין שאָדן. 36 און אַ פחד איז געפאַלן אויף אַלעמען, און איינער האָט צוּם אַנדערן געזאָגט: וואָס איז דאָס פאַר אַ דָּבָר תּוֹרה, וואָס ער בּאפעלט מיט שלטן און גבוּרה די שדים, און זיי גייען אַרויס? 37 און די שׁמוּעָה [זען ישעיהו 53:1] וועגן רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך פאַרשפּרייט אין דער כל מקומות פון דער געגנט ארום. 38 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אויפגעהויבּן און איז אַרויס פוּן דער שוּל, און איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית פוּן שִמעוֹנען. און שוויגער פון שִמעוֹן האָט געליטן פוּן אַ קדחת רעה, און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געבּעטן פאַר אירעטוועגן. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ איז צוּגעגאַנגען, און האָט זיך אנידערגעשטעלט איבּער איר, און האָט אָנגעשריגן דאָס קדחת [דברים 28:22], און עס האָט זי פארלאָזט; און זי איז תֵיכּף אויפגעשטאַנען און האָט זיי בּאַדינט ווי משרתת. 40 און ווען די שֶמֶש איז אוּנטערגעגאַנגען, האָבּן כל האנשים, וואָס האָבּן געהאַט חוֹלים מיט פאַרשידענע מחלות, זיי געבּראַכט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ; און ער האָט אַרויפגעלייגט זיינע הענט אויף יעדן בן אדם פוּן זיי, און האָט זיי געהיילט [תהלים 107:20; יוחנן 1:1]. 41 און אויך שדים זענען אַרויס פוּן רבים, וואָס האָבּן אויסגעשריגן, און געזאָגט: דוּ בּיסט דער זוּן פון דער אויבּערשטער. און ער האָט אויף זיי אָנגעשריגן, און זיי נישט געלאָזט רעדן, ווייל זיי האָבּן געוואוּסט, אַז ער איז דער רֶבּי מלך המָשיחַ. 42 און ווען ס'איז געוואָרן בֹּקֶר, איז ער אויפגעשטאַנען און איז אַוועק אין אַ מקום בּוֹדֵד, און דאָס המוֹן עם האָט אים געזוּכט, און איז געקוּמען צוּ אים, און אים געוואָלט פאַרהאַלטן, אַז ער זאָל נישט אַוועקגיין פוּן זיי; 43 אָבּער ער האָט צוּ זיי געזאָגט: איך מוּז דרשענען די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן די מַלכות ה' אויך אין די אַנדערע שטעטלעך, ווייל צוּליבּ דעם תכלית בּין איך געשיקט געוואָרן. 44 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געדַרשנט אין די שוּלן פוּן יהוּדה (אריינגערעכנט ארצוֹת הגליל).

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 3
Top of Page
Top of Page