Luke 10
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס10

י און נאָך האָט רבי מֵלך המשיח אֲדוֹנֵנוּ געגעבן סמיכה צו 70 אַנדערע און האָט זיי געשיקט שנים שנים פאַרויס פאַר אים אין יעדער שטעטל און אָרט, וואוּהין ער אליין האט געזאלט קוּמען. 2 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: דער קָצִיר איז גָּדוֹל, אָבּער די פּוֹעֲלִים זענען ווינציק; בּעט דערפאר הָאָדוֹן הַקָצִיר, אַז ער זאָל אַרויסשיקן פּוֹעֲלִים צוּ זיין קָצִיר. 3 גייט; הִנֵּה שיק איך אייך אַרויס ווי כבשים צווישן זאבים. 4 טראָגט נישט קיין בּייטל, נישט קיין רייזעטאַש, נישט קיין שיך; דרישת שלום גריסט קיינעם נישט אוּנטערוועגנס. 5 און אין וואָסער בֵּית איר וועט אַרייַנקוּמען, ערשט זאָגט: שָלום צוּ דעם דאָזיקן בֵּית! 6 און אויבּ דאָרטן וועט זיין אַ בֶּן-שָלום, וועט אייער שָלום רוּען אויף אים; נאָר אויבּ נישט, אליכם ישוב. 7 און פאַרבּלייַבּט אין יענעם בֵּית, עסט און טרינקט וואָס זיי גיבּן, מחמת דער פּוֹעֵל איז ווערט זיין לוין; גייט נישט פוּן בֵּית צוּ בֵּית. 8 און אין וואָסער שטעטל איר קוּמט אַריין, און זיי נעמען אייך אויף, עסט וואָס מע גרייט פאַר אייך, 9 און היילט די חוֹלים, וואָס געפינען זיך אין איר, און דרשענט צוּ זיי: דאָס מַלכות ה' האָט צוּ אייך גענעענט. 10 און אין וואָסער שטעטל איר וועט אַרייַנקוּמען, און זיי וועלן אייך נישט אויפנעמען, זאָלט איר אַרויסגיין אויף אירע גאַסן, און זאָגט: 11 אַפילו דעם שטויבּ פוּן אייער שטעטל, וואָס קלעפּט אויף אוּנדזערע רגלים, ווישן מיר אָפּ קעגן אייך [נָעַר חָצְנוֹ, נחמ' 5:13]; דאָך וויסן זאָלט איר וויסן, אַז דאָס מַלכות ה' האָט גענעענט. 12 איך זאָג אייך: סע וועט אין יענעם יוֹם [יום הדין] א סך גרינגער זיין פאַר סדוֹם, ווי פאַר יענער שטעטל. 13 וויי צוּ דיר, כּוֹרָזין! וויי צוּ דיר, בֵּית-צַידָה! מחמת אויבּ די גבורוֹת, וואָס זענען געטאָן געוואָרן אין אייך, וואָלטן געטאָן געוואָרן אין צוֹר און אין צִידוֹן, וואָלטן זיי שוין לאַנג געזעסן אין זאָק און אַש, און תּשוּבה געטאָן. 14 אין יום-הדין וועט זיין גרינגער פאַר צוֹר און צִידוֹן ווי פאַר אייך. 15 און דוּ, כּפַר-נַחוּם, בּיז צוּם שָמַיִם וועסטוּ זיין דיך דערהויכט? בּיז צום שאוֹל-תַחתִּיה וועסטוּ אַראָפּנידערן! 16 דער, וואָס הערט אייך, טוּט מיך הערן; און דער, וואָס פאַרוואַרפט אייך, טוּט מיך פאַרוואַרפן; און דער, וואָס פאַרוואַרפט מיך, טוּט פאַרוואַרפן אים [ה'], וואָס האָט מיך געשיקט. 17 און די 70 האָבּן זיך אוּמגעקערט מיט שִׂמְחָה, און געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, אַפילו די שדים זענען אוּנדז אוּנטערטעניק אין דיין נאָמען [רבי מֵלך המשיח יהושע/ישוע]! 18 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: איך האָבּ געזען הַשָׂטן פאַלן ווי אַ בּליץ [בָּרָק] פוּן שָמַיִם [ישעיהו 14:12]. 19 הִנֵּה, איך האָבּ אייך געגעבּן כֹּחַ און סמכוּת צוּ טרעטן אויף שלאַנגען און עקדישן, און איבּער כל גבוּרה פוּן דעם שׂוֹנא; און קיין שוּם זאָך וועט אייך נישט שאַטן. 20 אָבּער פרייט אייך נישט איבּער דעם, וואָס די שדים זענען אייך אוּנטערטעניק, נייערט פרייט אייך, וואָס שמוֹתיכם נכתבו בּשָמַיִם [זען אבינו מלכנו כתבנו בספר חיים]. 21 און אין דער זעלבּיקער שָעה האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיך געפרייט אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און האָט געזאָגט: בָּרוּך ה', מוֹדֶה אני לך, אלוקים אָבִי, אָב, אָדוֹן פוּן שָמַיִם והארץ, וואָס דוּ האָסט דאָס פאַרהוילן פוּן די חַכָמים און הנבוֹנים, און עס אַנטפּלעקט פאַר עוֹפללים; כֵּן, אלוקים אָבִי, אָב, אַזוי איז געווען רָצון מלפניךָ. 22 אַלצדינג איז מיר איבּערגעענטפערט געוואָרן פוּן אלוקים אָבִי; און קיינער מכּיר מַמָּש נישט, ווער דער זוּן איז [דער זוּן פוּן דער אויבערשטער], אַחוּץ דער אלוקים הָאָב; און ווער דער אלוקים הָאָב איז, אַחוּץ דער זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], און דער, צוּ וועמען דער זוּן בוחר אים אַנטפּלעקן. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך געווענדט צוּ די תַּלמידים אַליין אין אַ יחידות, און געזאָגט: אַשְרֵי איז די אויגן, וואָס זען, וואָס איר זעט! 24 מחמת איך זאָג אייך, אַז נבִיאים און מלָכים רבים האָבּן בּאָגערט צוּ זען, וואָס איר זעט, און האָבּן עס נישט געזען, און צוּ הערן, וואָס איר הערט, און האָבּן עס נישט געהערט. 25 און איינער אַ תַּלמיד-חָכם, אַ בּעל תּוֹרה, איז אויפגעשטאַנען, כּדי רבי מֵלך המָשיחַ צוּ פּרוּאוון, און האָט געזאָגט: רֶבּי, וואָס זאָל איך טאָן, צוּ יַרשענען חַיֵּי עוֹלם? 26 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: וואָס שטייט געשריבּן אין דער תּוֹרה? וויאַזוי לייענסטוּ? 27 און ער האָט געענטפערט, און געזאָגט: וְאָהַבְתָ אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְכָל־לְבָבְךָ ובְכָל־נַפְשְךָ ובְכָל־מְאֹדְךָ און מיט דיין כל פאַרשטאַנד, וְאָהַבְתָ לְרֵעֲךָ כָמוֹךָ [דברים 5-6:4; ויקרא 19:18]. 28 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: דוּ האָסט געענטפערט פרום. ריכטיק; דאָס טוּ, און דוּ וועסט לעבּן. 29 ער אָבּער, ווילנדיק זיך אַליין גערעכטפאַרטיקן [רצה להצטדק], האָט געזאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: און ווער איז רעי [זען פיל' 3:9]? 30 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: א געוויסער מענטש, איז אַראָפּגענידערט פוּן ירוּשָלַיִם קיין ירִיחוֹ, און איז אַרייַנגעפאַלן צווישן שודדים, וואָס האָבּן אים אויסגעטאָן און צעשלאָגן, און זענען אַוועקגעגאַנגען, און אים געלאָזט אַ האַלבּ טויטן, 31 און עס האָט זיך גראָד געטראָפן, אַז אַ כֹּהן איז אַראָפּגענידערט יענעס דֶּרֶךְ; און אַז ער האָט אים געזען, איז ער אַריבּערגעגאַנגען אויף דער אַנדערער זייט; 32 און אַזוי אויך אַ לֵוִי, ווען ער איז פאַרבּייַגעגאַנגען יענעם אָרט און אים געזען, איז ער אַריבּערגעגאַנגען אויף דער אַנדערער זייט. 33 אָבּער אַ געוויסער שוֹמרוֹני, ווען ער האָט גערייזט, איז געקוּמען וואוּ ער איז געווען; און אַז ער האָט אים געזען, האָט אים אָנגענוּמען אַ רחמי שמים, 34 און ער איז צוּגעגאַנגען צוּ אים, און האָט פאַרבּוּנדן זיינע וואוּנדן, און אַרויפגעגאָסן אויף זיי שֶמֶן און וויין, און ער האָט אים אַרויפגעזעצט אויף זיין אייגענער בּהֵמה, און האָט אים געבּראַכט אין אַ מלון אַריין, און האָט פאַר אים געזאָרגט. 35 און אויף צומאָרגנס האָט ער אַרויסגענוּמען 2 דינָרים, און האָט זיי געגבּן דעם בַּעל-אַכסַניא, און געזאָגט: קוק דיך אום אויף אים, און וואָס דוּ וועסט אויסגעבּן מער, וועל איך דיר בּאַצאָלן, ווען איך וועל צוּריקקוּמען. 36 ווער פוּן די דאָזיקע 3, מיינסטוּ, האָט זיך אַרויסגעוויזן פאַר אַ רֵע צוּ אים, וואָס איז אַרייַנגעפאַלן צוויישן די שודדים? 37 האָט ער געזאָגט: דער, וואָס האָט אויף אים רחמי שמים געהאַט. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: גיי, און טוּ דוּ אויך אַזוי. 38 און עס איז געווען, ווען זיי זענען געגאַנגען אין דֶּרֶךְ, איז רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען אין אַ געוויס שטעטל אַריין; און אַן אִשָּה מיטן נאָמען מַרתָּא האָט אים אויפגענוּמען אין איר בֵּית. 39 און זי האָט געהאַט אַן אָחוֹת, וואָס האָט געהייסן מִריָם, וואָס האָט זיך געזעצט צוּ דעם רגלים פון רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן [זען מלאכי 3:1], און האָט זיך צוּגעהערט צוּ משיחס תּוֹרה. 40 מַרתָּא איז אָבּער געווען פאַרנוּמען מיט דעם א סך בּאַדינען; און זי איז צוּגעגאַנגען, און האָט געזאָגט: אֲדוֹנִי, עס קימערט דיך נישט וואָס מיין אָחוֹת האָט מיך איבּערגעלאָזן צוּ דינען אַליין? זאָג איר דערפאר, אַז זי זאָל מיר העלפן. 41 און הָאָדוֹן האָט געענטפערט, און צוּ איר געזאָגט: מַרתָּא, מַרתָּא, דוּ זאָרגסט און דַאגֶהסט זיך איבּער אַ סך זאַכן; 42 איין זאַך איז אָבּער נייטיק, און מִריָם האָט זיך אויסדערוויילט דעם חֵלֶק הַטּוֹב, וואָס וועט פוּן איר נישט אַוועקגענוּמען ווערן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 9
Top of Page
Top of Page