Luke 11
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס11

יא און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט אין אַ געוויס אַרט דאַווענענדיק , האָט איינער פוּן משיחס תּלמידים צוּ אים געזאָגט, ווען ער האָט אויפגעהערט: אֲדוֹנִי, לערן אוּנדז צו דאווענען , אַזוי ווי יוֹחָנָן האָט געלערנט זיינע תּלמידים. 2 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: ווען איר זענט דאַווענענדיק, זאָלט איר זאָגן: אָבִינוּ יִתְקַדֵש שִמְךָ, תָבוֹא מַלְכותְךָ. 3 אֶת לֶחֶם חֻקֵנו תֵן לָנו יוֹם יוֹם; 4 וסְלַח לָנו עַל חֲטָאֵינו, כִי גַם אֲנַחְנוּ סוֹלְחִים לְכָל הַחוֹטְאִים לָנוּ; וְאַל תְבִיאֵנוּ לִידֵי נִסָיוֹן. 5 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: ווער פוּן אייך, וואָס האָט אַ חבר, און ער זאָל קוּמען צוּ אים אין חֲצוֹת הלַיְלָה, און זאָגן: חבר, אַנטלייַ מיר 3 כִּכְּרוֹת לֶחֶם, 6 מחמת מיינער אַ חבר איז צוּ מיר געקוּמען פוּן הדּרֶךְ, און איך האָבּ נישט וואָס צוּ גרייטן פאַר אים; 7 און יענער אינעווייניק ענטפערנדיק וועט זאָגן: זיי מיך נישט מַטרִיחַ; די דֶּלֶת איז שוין פאַרשלאָסן, און אין בּעט שוין מיינע יְלָדים אין מיר זענען; איך קען נישט אויפשטיין און דיר געבּן. 8 איך זאָג אייך, אויבּ ער וועט נישט אויפשטיין און אים געבּן, ווייל ער איז זיין חבר, וועט ער אָבּער אויפשטיין צוּליבּ זיין עקשנות, און אים געבּן וואָס ער דארף. 9 און איך זאָג אייך: [ווען איר דאַווען תפילות] בּעט, און סע וועט אייך געגעבּן ווערן; זוּכט, און איר וועט געפינען; קלאַפּט אָן, און סע וועט פאַר אייך געעפנט ווערן. 10 מחמת יעדער בן אדם, וואָס בּעט, וועט בּאַקוּמען; און דער, וואָס זוּכט, וועט געפינען; און פאַר דעם, וואָס קלאַפּט אָן, פאַר אים וועט געעפנט ווערן. 11 און ווער פוּן אייך, וואָס איז אַן אָב, און זיין זוּן זאָל אים בּעטן לֶחֶם, וועט ער אים געבּן אַ שטיין? אָדער אַ פיש, און אַנשטאָט אַ פיש, וועט ער אים געבּן אַ נָחָש? 12 אָדער אויבּ ער זאָל בּעטן אַ בֵּיצָה, וועט ער אים געבּן אַן עקרב? 13 דעריבּער, אויבּ איר, וואָס זענט רעים [זען רום' 7:18], ווייסט צו געבּן מַתָּנות טוֹבוֹת אייערע בָּנים, וויפל-זשע מער וועט דער אלוקים הָאָב שֶבַּשָמַים געבּן דעם רוּחַ-הַקוֹדֶש צוּ די, וואָס בּעטן אים? 14 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אַרויסגעטריבּן אַ שד, וואָס איז געווען שטוּם; און עס איז געווען, ווען דער שד איז אַרויסגעגאַנגען, האָט דער אִיש אִלֵּם גערעדט און דאָס המון איז נִשתּוֹמם געוואָרן. 15 אָבּער עטלעכע צווישן זיי האָבּן געזאָגט: ער מְגָרֵש שדים דוּרך בַּעל-זבוּל, דעם שַׂר השדים. 16 און אַנדערע האָבּן אים געפּרוּאווט, און בּאַגערט פוּן רבי מֵלך המשיח אַן אוֹת פוּן שָמַיִם. 17 און פאַרשטייענדיק זייערע מַחשָבות, האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: יעדע ממלכה, וואָס איז צעטיילט קעגן זיך אַליין, ווערט נישט תחזיק; און אַ בֵּית אויף אַ בֵּית פאלַט. 18 און אויבּ הַשָׂטן איז אויך צעטיילט קעגן זיך אַליין וויאַזוי קען זיין ממלכה האָבּן א קִיום? מחמת איר זאָגט, אַז איך מְגָרֵש שדים דוּרך בַּעל-זבוּל. 19 און אויבּ איך מְגָרֵש שדים דוּרך בַּעל-זבוּל, דוּרך וועמען טוּען אייערע בָּנִים זיי מְגָרְשים? דערפאר זאָלן זיי זיין אייערע שוֹפטים. 20 מְגָרֵש איך אָבּער שדים דוּרך דעם פינגער פוּן ה' [שמות 8:19], אַזוי האָט גענעענט צוּ אייך דאָס מַלכות ה'. 21 ווען דער גיבּוֹר, אינגאַנצן בּאַוואָפנט, איז שֹׁמֵר איבּער זיין אייגן בֵּית, און זיין רכוּש איז אין שלום; 22 ווען אָבּער אַ שטאַרקערער פוּן אים קוּמט און בּאַזיגט אים, וועט ער אוועקנעמען זיינע כְּלֵי-נֶשֶק, אויף וועלכע ער האט זיך פארלאָזט, און וועט צעטיילן זיין זאַקרויבּ. 23 ווער סע איז נישט מיט מיר [משיח], איז קעגן מיר; און ווער סע זאָמלט נישט איין מיט מיר, צעשפּרייט. 24 ווען דער שד גייט אַרויס פוּן אַ בן אדם, וואַנדערט ער אַרוּם אין מקוֹמוֹת צִיָּה, און זוּכט אַ מָקוֹם-מנוֹחה; און ווייל ער געפינט נישט, זאָגט ער: איך וויל מיך אוּמקערן צו מיין בֵּית אַריין, פוּנוואַנען איך בּין אַרויסגעגאַנגען. 25 און ווען ער קוּמט, געפינט ער עס אויסגעקערט און אויסגעצירט. 26 יעמאָלט גייט ער, און נעמט 7 אַנדערע שדים, נאָך ערגערע פוּן אים אַליין, און זיי גייען אַריין און וואוינען דאָרט; און דער סוֹף פוּן יענעם בן אדם ווערט ערגער ווי דער אָנהייבּ. 27 און ווען רבי מֵלך המשיח האָט דאָס געזאָגט, האָט איינע אַן אִשָּה פוּן דעם המון אויפגעהויבּן איר קוֹל, און האָט צוּ אים געזאָגט: אַשְרֵי איז דעם מוטערלייבּ, וואָס האָט דיך געטראַגן, און די בּריסט, וואָס דוּ האַסט געזויגן! 28 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: אַשְרֵי השוֹמעים דאָס דָּבָר ה', און שומרים עס. 29 און ווען דאָס עם רב האָט זיך פאַרזאַמלט אַרוּם אים, האָט ער אַנגעהויבּן צוּ זאָגן: דער דאָזיקער דוֹר איז אַ דוֹר רַע; אוֹת הוּא מְבַקֵּש, און סע וועט אים קיין אוֹת נישט געגעבּן ווערן, אחוץ דעם אוֹת פון יונָהן. 30 ווייל אַזוי ווי יוֹנָה איז געוואָרן אַן אוֹת פאַר די בְּנֵי אָדָם פוּן נִינוֵה, אַזוי וועט אויך דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] זיין פאַר דעם דאָזיקן דוֹר. 31 די מַלכּה פוּן תֵּימָן וועט אויפשטיין אינם מִשפּט מיט די בְּנֵי אָדָם פוּן דעם דאָזיקן דוֹר, און וועט זיי פאַרמִשפּטן; מחמת זי איז געקוּמען פוּן די עקן פון דער וועלט צוּ הערן די חָכמה פוּן שלֹמֹהן [מלכים א 10:1] און הנה דאָ געפינט זיך אַ גרעסערער ווי שלֹמֹה! 32 די אַנְשֵי נִינוֵה וועלן אויפשטיין אינם מִשפּט מיט דעם דאָזיקן דוֹר, און וועלן עס פאַרמִשפּטן; מחמת זיי האַבּן תּשוּבה געטאַן אויף דעם רוּפן פוּן יונָהן [יוֹנה 3:4], און הִנֵּה דאָ געפינט זיך אַ גרעסערער ווי יוֹנָה. 33 קיינער צינדט נישט אָן אַ ליכט און שטעלט עס אויף אַ פארבּאָרגן ארט, און אויך נישט אוּנטער אַ קאָרב, נייערט אין אַ לייַכטער, כּדי די, וואָס קוּמען אַריין, זאַלן קענען זען דאָס אוֹר. 34 דאָס אוֹר פוּן דעם גוּף איז דיין אויג; אויבּ דיין אויג איז טוֹבָה, איז אויך דיין כל גוּף לויטער ליכטיקייט; נאָר אויבּ עס איז רָעָה, איז אויך דיין כל גוּף לויטער חֹשֶךְ. 35 דערפאר היזהרו, אַז דאָס אוֹר, וואָס איז אין דיר, זאָל נישט זיין חֹשֶךְ. 36 אויבּ דעריבּער דיין כל גוּף איז ליכטיקייט, און האָט נישט קיין חֹשֶךְ חלק, וועט ער זיין אינגאַנצן פוּל מיט ליכטיקייט, ווי ווען דאָס ליכט בּאשטראַלט דיך מיט זיין שיין. 37 און ווען ער האָט גערעדט, האָט אַ פּרוּש אים פאַרבּעטן צוּ עסן מיט אים; און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַריינגעגאַנגען, און האָט זיך געזעצט צוּם טיש. 38 און דער פּרוּש האָט זיך געחִידושט, ווען ער האָט געזען, אַז ער האָט זיך קוֹדם נישט נטילַת יָדַיִם פאַרן עסן. 39 און רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן האָט צוּ אים געזאָגט: איר פּרוּשים רייניקט דעם כּוֹס און די שיסל פוּן אויסנווייניק, אָבּער אינעווייניק זענען זיי פוּל מיט גֶזֶל און רֶשַע [רומ' 7:18; יוחנן 3:7; רומ' 8:13]. 40 איר גולמים! האָט נישט דער, וואָס האָט געמאַכט דאָס אויסנווייניקע, אויך געמאַכט דאָס אינעווייניקע? 41 גיט בּעסער צדָקה פוּן דעם וואָס איז דרינען, און הנה וועט אַלצדינג זיין טָהוֹר פאַר אייך. 42 אָבּער וויי צוּ אייך, פּרוּשים! כִי נוֹתְנִים אַתֶם מַעֲשֵר מִמִנְתָה ופֵיגָם ומִכָל יֶרֶק, ומַזְנִיחִים אֶת הַמִשְפָט און דער אַהֲבַת ה'; די דאָזיקע האָט איר בּאַדאַרפט טאָן, און די אַנדערע אויך נישט אויסלאָזן. 43 וויי צוּ אייך, פּרוּשים! מחמת איר האָט ליבּ דעם מוֹשַב הכּבוֹד אין די שוּלן, און בּרכוֹת שלום אין די מאַרקפּלעצער. 44 וויי צוּ אייך! מחמת איר זענט ווי קבָרים, וואָס מען דערקענט נישט, און די בְּנֵי אָדָם, וואָס גייען איבּער זיי, ווייסן עס נישט. 45 און איינער אַ בַּעל-תּוֹרה האָט געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, ווען דוּ זאָגסט די דאזיקע זאכן, בּאליידיקסטו אוּנדז אויך. 46 האָט ער געזאָגט: וויי אויך צוּ אייך, בַּעלי-תּוֹרה! מחמת איר בּאַלאָדנט די בְּנֵי אָדָם מיט מַשׂאות, וואָס זענען שווער צוּ דערטראָגן, און איר אַליין רירט אפילו נישט אָן די לאַסטן מיט איינעם פוּן אייערע פינגער [מיט א היתר]. 47 וויי צוּ אייך! מחמת איר בּויט די קבָרים פוּן די נבִיאים, און אייערע אָבות האָבּן זיי געהַרגעט. 48 מיט דעם זענט איר עֵדות און אויך מַסכּים אויף די מַעשׂי אָבותיכם; מחמת זיי האָבּן זיי געהרגעט, און איר בּויט זייערע קבָרים. 49 דערפאר האָט אויך די חָכמה פוּן ה' געזאָגט: אֶשְלַח אֲלֵיהֶם נְבִיאִים ושְלִיחִים ומֵהֶם יַהַרְגו וְיִרְדְפו, 50 כּדי דאָס דָּם פוּן כל נבִיאים, וואָס איז פאַרגאָסן געוואָרן זינט די הִוָּסֵד הָאָרֵץ, זאָל געפאָדערט ווערן פוּן דעם דאָזיקן דוֹר, 51 פוּן דעם דָּם פוּן הֶבֶל, בּיז דעם דָּם פוּן זכַריָה, וואָס איז אוּמגעקוּמען צווישן דעם מִזבֵּחַ און הַבַּיִת [דברי הימים בּ 24:21]. אָמֵן, איך זאָג אייך, סע וועט געפאָדערט ווערן פוּן הַדוֹר הַזֶּה. 52 וויי צוּ אייך, בַּעלי-תּוֹרה! מחמת איר האָט אַוועקגענוּמען דעם מַפְתֵּחַ הַדַּעַת; איר אַליין זענט נישט אַרייַנגעקוּמען, און די, וואָס האָבּן געוואָלט אַרייַנקוּמען, האָט איר געשטערט. 53 און ווען ער איז פוּן דאָרטן אַרויסגעגאַנגען, האָבּן די סוֹפרים [רַבָּנִים] און די פּרוּשים אָנגעהויבּן צוּ אים שטאַרק צוּשטיין, און אים האקען צוּ רעדן וועגן רבים זאַכן; 54 לויערנדיק אויף אים, כּדי עפּעס צוּ כאָפּן פוּן זיין מויל.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 10
Top of Page
Top of Page