Luke 12
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס12

יב דערווייל האָט זיך פארזאמלט א המון פון טויזנטער מענטשן, אַזוי אַז זיי האָבּן זיך געטראָטן איינער אויפן אַנדערן, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט קוֹדם-כָּל אָנגעהויבּן צוּ זאָגן צוּ משיחס תּלמידים אין אַ יחידות: היט אייך פאַר דעם שׂאוֹר פוּן די פּרוּשים, וואָס איז צביעות. 2 עס איז גאָרנישט פאַרהוילן, וואָס וועט נישט אַנטפּלעקט ווערן, און פאַרבּאָרגן, וואָס וועט נישט בּאַקאַנט ווערן, 3 דערפאר, כל, וואָס איר האָט געזאָגט אין דער חֹשֶךְ, וועט געהערט ווערן אין דער ליכטיקייט, און וואָס איר האָט גערעדט אויפן אויער בּחדרי חדרים, דאָס וועט אויסגערויפן ווערן אויף הַגַּגּוֹת. 4 און איך זאָג אייך, מיינע חברים: האָט נישט קיין פחד פאַר די, וואָס טייטן דעם גוּף, און נאך דעם זענען נישט בּיכולת עפעס מער צוּ טאָן. 5 איך וועל אייך אָבּער ווייזן פאַר וועמען איר זאָלט מורה האָבּן: האָט מורה פאַר אים, וואָס נאָכן טייטן, האָט ער די מאַכט אַרייַנצוּאוואַרפן אין גיהֶנום אַריין; אָמֵן, איך זאָג אייך, פאַר דעם דאָזיקן זאָלט איר מורא האָבּן! 6 פאַרקויפט מע דען נישט 5 פייגעלעך פאַר 2 אסּרים? און קיין איינס פוּן זיי איז נישט פאַרגעסן פאַר ה'. 7 כֵּן, אַפילו די האָר פוּן אייער קאָפּ זענען כל געציילט. האָט נישט קיין מורא; איר זענט ווערט מער ווי אַ סך פייגעלעך. 8 און איך זאָג אייך, יעדער בן אדם, וואָס וועט מיך מתודה זיין פאַר בְּנֵי אָדָם [מאכט אני מאמין הודאה פון מיר ווי רבי מֵלך המָשיחַ אֲדוֹנֵנוּ פאַר בְּנֵי אָדָם], אים וועט אויך דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] מתודה זיין [מאכן הוֹדָאָה] פאַר די מַלאָכים פוּן ה'. 9 אָבּער דער, וואָס וועט מיך פאַרלייקענען פאַר בְּנֵי אָדָם, וועט פאַרלייקנט ווערן פאַר די מַלאָכים פוּן ה'.
10 און יעדער בן אדם, וואָס וועט רעדן אַ דָּבָר קעגן דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח], וועט מען עס אים מוֹחל זיין; אָבּער דער, וואָס מְגַדֵּף דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, דעם וועט מען עס נישט מוֹחל זיין. 11 און ווען זיי בּרענגען אייך אין די שוּלן אָדער פאַר די שַלִּיטִים און רָשֻיּוֹת, זאָלט איר נישט דאַגהן [מיט לֵב רֹגֵז] וויאַזוי, אָדער מיט וואָס איר זאָלט זיך פארטיידיקן, אָדער וואָס איר זאָלט זאָגן; 12 מחמת דער רוּחַ הַקוֹדֶש וועט אייך לערנען טאקע אין יענער שָעה, וואָס איר דאַרפט זאָגן. 13 און איינער פוּן דעם המון מענטשן האָט צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, בּאַפיל אָחִי, אַז ער זאָל זיך טיילן מיט מיר מיט דער ירוּשה. 14 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: בן אדם, ווער האָט מיך געמאַכט פאַר אַ שוֹפט, אָדער אַ צוטיילער איבּער אייך? 15 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: היזהרו, און היט אייך פוּן כָּל חַמְדָנוּת; מחמת חַיֵּי הָאָדָם בּאַשטייט נישט אין דער שֶפע פוּן דעם, וואָס ער פאַרמאָגט. 16 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויפגעהויבּן פאַר זיי אַ מָשל, אַזוי צוּ זאָגן: דאָס לאַנד פוּן איינעם אַן עוֹשר האָט אַרויסגעבּראַכט בּשֶפע; 17 און ער האָט געטראַכט בּיי זיך: וואָס זאָל איך טאָן? מחמת איך האָבּ נישט וואוּ מיינע פֵּירות איַינצוּזאַמלען. 18 און ער האָט געזאָגט: הִנֵּה דאָס וועל איך טאָן: איך וועל אַרוּנטעררייַסן מיינע אסים און בּויען גרעסערע; און דאָרטן וועל איך אייַנזאַמלען מיין כל תּבוּאה און מיין רכוש. 19 און איך וועל זאָגן צוּ מיין נשָמה: נשָמה מיינע, דוּ האָסט הרבּה גוטע זאכן אויף פיל יאָרן; נעם זיך צייט, אכלי, שתי, ושמחי [זען קהלת 8:15]. 20 אָבּער ה' האָט צוּ אים געזאָגט: גולם! הַלָּילָה הַזֶּה ווערט געפאָדערט פוּן דיר דיין נשָמה; און די זאַכן, וואָס דוּ האָסט אָנגעגרייט, וועמעס וועלן זיי זיין? 21 אַזוי איז דער, וואָס זאַמלט זיך אוֹצרות פאר זיך, און איז נישט רייך אין ה'. 22 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ משיחס תּלמידים: דערפאר זאָג איך אייך, זאָרגט נישט מיט לֵב רגז פאַר אייער נֶפֶש, וואָס איר זאָלט עסן; אויך נישט פאַר אייער גוּף, וואָס איר זאָלט אָנטאָן. 23 מחמת דאָס נֶפֶש איז מער ווי די אֹכֶל, און דער גוּף מער ווי מַלבּוש. 24 בּאַטראַכט די ראָבּן : נישט זיי זייען, נישט זיי שניידן, זיי האָבּן אויך נישט קיין אָסָם אָדער שייַערן, און ה' טוּט זיי שפּייזן. וויפל מער זענט איר ווערט פוּן די פייגל! 25 און ווער פוּן אייך מיט זיין זאָרגן [לֵב רֹגֵז] קען צוּגעבּן אַן אייל צוּ דער מאָס פוּן זיין לעבּן? 26 על-כּן, אויבּ איר זענט נישט מסוּגל צוּ טאָן אַפילו דאָס מינדסטע, פאַרוואָס דאַגהט מיט לֵב רגז איר אייך וועגן דעם איבּעריקן? 27 בּאַטראַכט די ליליעס! ווי זיי וואַקסן; נישט זיי האָרעווען, נישט זיי שפּינען. און איך זאָג אייך, אַז אַפילו שלֹמֹה אין זיין כל כבוד איז נישט געווען אָנגעקליידט ווי איינע פוּן די דאָזיקע. 28 על-כּן, אויבּ ה' טוּט אַזוי בּאַקליידן דאָס גראָז פוּן דעם שָׂדֶה, וואָס הַיּוֹם איז עס דאָ, און מָחָר ווערט עס אַרייַנגעוואָרפן אין אוֹיוון, וויפל מער אייך, אָ איר קליינ-גלויבּיקע? 29 און זוּכט אויך נישט וואָס איר וועט עסן און וואָס איר וועט טרינקען, און דאגט זיך נישט אויף. 30 מחמת צו כל זאכן שטרעבּן די אוּמות-הָעוֹלם; אייער אלוקים הָאָב ווייסט, אַז איר נייטיקט זיך אין די דאָזיקע זאַכן. 31 דערפאר זוּכט זיין מַלכות, און דאָס כל וועט אייך צוּגעגעבּן ווערן. 32 האָט נישט קיין מורא, עֵדֶר קָטָן; מחמת עס איז דער רָצון, דער חֵפֶץ פון אייער אלוקים הָאָב, אייך צוּ געבּן דאָס מַלכות. 33 פאַרקויפט וואָס איר האָט, און גיט צדָקה; מאַכט פאַר זיך ארנקים, וואָס ווערן נישט אַלט, און אַן אוֹצר אין שָמַיִם, נישט מִתכַּלֶּה, אין א אָרט וואוּ קיין גַנב קען נישט צוּקוּמען, און אַ מילבּ קען נישט פאַרדאָרבּן. 34 מחמת וואוּ ס'איז אייער אוֹצר, דאָרט וועט אויך זיין אייער לֵב. 35 זאָלן אייערע גארטלס זיין אָנגעגוּרט [פאר פירן זיך], און אייערע מנורות זאָלן בּרענען. 36 און זייט גלייך צוּ בְּנֵי אָדָם, וואָס וואַרטן אויף אֲדוֹנָם, ווען ער וועט זיך אוּמקערן פוּן דער חַתוּנה, כּדי ווען ער וועט קוּמען און אָנקלאַפּן, זאָלן זיי אים יפתחו כּרגע. 37 אַשְרֵי איז יענע עֶבֶד, וועמען הָאָדוֹן וועט געפינען וואַכנדיק ווען ער קוּמט; אָמֵן, איך זאָג אייך, ער וועט זיך אַרומגארטלען, און זיי זעצן צוּם טיש, און צוּגיין און זיי בּאַדינען. 38 און אויבּ ער וועט קוּמען אין דער 2טער משמר, אָדער אין דער 3טער משמר פון דער נאכט, און וועט זיי אַזוי געפינען, אַשְרֵי העבדים הָהֵם. 39 נאָר דאָס דאזיקע זאָלט איר וויסן, אַז אויבּ דער בַּעל-הַבָּית וואָלט געוואוּסט, אין וואָסער שָעה דער גַנב וועט קוּמען, וואָלט ער געוואַכט און נישט דערלאָזט, אַז זיין בֵּית זאָל אייַנגעבּראָכן ווערן. 40 און איר מוּזט אויך זיין שומר, מחמת דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט קוּמען אין אַ שָעה, וואס איר שטעלט זיך נישט פאר. 41 און כֵּיפָא האָט געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, זאָגסטוּ דאָס דאָזיקע מָשל פאַר אוּנדז, אָדער אויך פאַר אַלעמען? 42 און רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן האָט געזאָגט: ווער זשע איז דער סוֹכֵן הנאמן און נבוֹן, וועמען זיין אָדוֹן וועט בּאשטימען איבּער זיין משרתים, צוּ געבּן זיי זייער ארוחת בּזמן? 43 אַשְרֵי איז יענעם עֶבֶד, וואָס ווען זיין אָדוֹן וועט קוּמען, וועט ער אים געפינט טאָן אַזוי. 44 בּאמת, איך זאָג אייך, ער וועט אים בּאשטימען איבּער כל זיינע גיִטער. 45 נאָר אויבּ יענער עֶבֶד וועט זאָגן אין זיין לֵב: מיין אֲדוֹנִי זוימט זיך צוּ קוּמען [זען עִכּוּב בּיאת המשיח און הֲכָנוֹת פון משיחס תלמידים, כיפא ב 14-3:1], און ער וועט אָנהייבּן צוּ שלאָגן די עבדים און די שפחות, און צוּ עסן און טוינקען און שִיכּורן, 46 יעמאָלט וועט הָאָדוֹן פוּן יענעם עֶבֶד קוּמען אין אַ יוֹם, ווען ער דערווארט עס נישט, און אין אַ שָעה, פוּן וואָס ער ווייסט נישט, און וועט אים שִסֵּף, און בּאַשטימען זיין חֶלֶק, דער חֶלֶק פון כופרים אדער פון אפיקורוס, מיט הַבִּלְתִּי-מַאֲמִינִים. 47 און יענער עֶבֶד, וואָס האָט פאַרשטאַנען זיין אדוֹנס רָצון, און האָט נישט צוּגעגרייט [זען הכנות לביאת המשיח, כיפא ב 14-3:1], און אויך נישט געטאָן לויט זיין רָצון, וועט קריגן מכּות רבּות. 48 דער אָבּער, וואָס האָט נישט דַעַת, און האָט געטאָן דאָס, פאַר וועלכן ער איז ווערט שמיץ, וועט געשלאָגן ווערן מיט ווינציק שמיץ. און יעדען איינעם, וועמען א סך איז געגעבּן געווארן, וועט א סך געפאָדערט ווערן פון אים; און וועמען מען האָט אַ סַך אָנפאַרטרויט, פוּן דעם וועט מען מער פאַרלאַנגען פון אים. 49 איך בּין געקוּמען צוּ וואַרפן אַן אֵש [משפּט, דּין] איבּער אויף הארץ; און ווי וואָלט איך וועלן, אַז עס זאָל שוֹין זיין אָנגעצוּנדן! 50 איך האָבּ אַ מקוה טבילה געטוֹבלט צו ווערן; און ווי ענג איז מיר, בּיז זי וועט ממַלא ווערן! 51 צי מיינט איר, אַז איך בּין געקוּמען בּרענגען שָלום בָּאָרֶץ? לֹא, זאָג איך אייך, נייערט מחלֹקת. 52 מחמת פוּן איצט אָן וועלן 5 אין איין בֵּית זיין צעטיילט: 3 קעגן 2, און 2 קעגן 3. 53 אָב וועט זיין צעטיילט קעגן בּן, און בּן קעגן אָב, אֵם קעגן בַּת, און בַּת קעגן אֵם, שוויגער קעגן שנוּר, און שנוּר קעגן שוויגער [מיכה 7:6]. 54 און רבי מֵלך המשיח האָט אויך געזאָגט צוּ המונים מענטשן: ווען איר זעט אַן עָנָן אויפגיין אין מַערב, זאָגט איר תֵיכּף: סע קוּמט אָן אַ גֶּשֶם; און אַזוי געשעט עס. 55 און ווען איר זעט אַ דָרום-ווינט בּלאָזן, זאָגט איר: סע וועט זיין חַם; און סע געשעט. 56 איר צבוּעִים! איר ווייסט ווי צוּ פֵּרֵש דאָס פָּנים פוּן דער ערד און פוּן הימל; אָבּער פאַרוואָס פאַרשטייט איר נישט ווי צוּ טייַטשן הַזְּמַן הַזֶּה? 57 און פאַרוואָס טוּט איר אַליין נישט מִשפּטן, וואָס עס איז נְכוֹנָה? 58 מחמת ווען דוּ גייסט מיט דיין איש ריב פאַר דעם שוֹפט, בּאַמי דיך מיט אים דוּרכצוּקוּמען, ווען דוּ בּיסט נאָך מיט אים אין דֶּרֶךְ, טאָמער וועט ער דיך שלעפּן צוּם שוֹפט, און דער שוֹפט וועט דיך איבּערענטפערן צוּם שוֹטר, און דער שוֹטר וועט דיך אַרייַנוואַרפן אין דער בֵּית הַסֹּהַר אַריין. 59 איך זאָג דיר, דוּ וועסט פוּן דאָרטן נישט אַרויסקוּמען, בּיז דוּ וועסט האָבּן בּאַצאָלט די סאַמע לעצטע פּרוּטה [זען תהלים (10-8) 9-49:7].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 11
Top of Page
Top of Page