Luke 13
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס13

יג און אין דער דאזיקער צייט זענען דאָרטן געווען עטלעכע, וואָס האָבּן אים דערציילט פוּן די גָלִיליים, וועמעס דָּם פִּילָטוֹס האָט אויסגעמישט מיט זייערע זבחים. 2 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: צי מיינט איר, אַז יענע גָלִיליים זענען געווען בּעלי עבֵירה גדולים פוּן כל אנשי הגָלִיל, מחמת זיי האָבּן אַזוינס געליטן? 3 לֹא, זאָג איך אייך; און אויבּ איר וועט נישט תּשוּבה טאָן, כֻּלְכֶם תֹאבְדוּ כְּמוֹתָם. 4 אָדער יענע 18, אויף וועמען דער מִגְדָּל פוּן שִילוֹחַ איז געפאַלן און האָט זיי דערהַרגעט, צי מיינט איר, אַז זיי זענען געווען שוּלדיקער פוּן כל בְּנֵי אָדָם, וואָס וואוינען אין ירוּשָלַיִם? 5 לֹא, זאָג איך אייך; און אויבּ איר וועט נישט תּשוּבה טאָן, כֻּלְכֶם תֹאבְדוּ כְּמוֹתָם. 6 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט דערציילט דאָס דאָזיקע מָשל: אַ געוויסער בן אדם האָט פאַרפלאַנצט אַ פייַגנבּוים אין זיין כֶּרֶם; און ער איז געקוּמען זוּכן אויף אים פֵּירות, און האָט נישט געפוּנען. 7 און ער האָט געזאָגט צוּם כּוֹרֵם: הִנֵּה, שוין 3 יאָר ווי איך קוּם זוּכן פֵּירות אויף דעם דאָזיקן פייַגנבּוים, און געפין נישט. האָק אים אָפּ! פארוואס זאל ער נאך פאַרדאַרבּן די קרקע? 8 און ער האָט אים געענטפערט: אֲדוֹנִי, לאָז אים נאָך דאס דאזיקע יאָר, בּיז איך וועל אים אַרוּמגראָבּן און בּאַמיסטיקן. 9 אֶפשר וועט ער איבּער-אַיאָר טראָגן פֵּירות; אויבּ נישט, וועסטוּ אים לאָזן אָפּהאַקן [רומ' 11:23]! 10 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אין אַ שַבּת געזאגט שעורים אין איינעם פוּן די שוּלן. 11 און הנה דאָרטן איז געווען אַן אִשָּה, א בעלת-מום, וואָס האָט 18 שנה געהאַט אַ רוּח-חֳלִי; און זי איז געווען צוּזאַמענגעבּויגן, און האָט זיך בּאֵין-אוֹפן נישט געקענט להזדקף. 12 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט זי געזען, האָט ער זי צוּגערוּפן, און צוּ איר געזאָגט: אִשה, דוּ בּיסט פריי פוּן דיין מחלה. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אַרויפגעלייגט אויף איר זיינע הענט, און זי איז אויף דער רגע אויפגעריכט געווארן, און האָט געזאגט, בּרוּך ה'! 14 און דער גַבּאַי פוּן דער שוּל איז אין כַּעס געוואָרן, מחמת רבי מֵלך המָשיחַ האָט געהיילט אוּם שַבּת, און ער האָט געזאָגט צוּם עולם מענטשן: 6 טעג זענען פאר טאן כל מְלָאכָה; קוּמט זשע אין די דאזיקע און לאזט זיך היילן, אָבּער נישט אוּם שַבּת [שמות 20:9]. 15 און רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן האָט אים געענטפערט: איר צבוּעִים! טוּט נישט יעדער בן אדם פוּן אייך אָפּבּינדן שַבּת זיין שור, אָדער זיין חמוֹר פוּן דער אֵבוּס, און פירט אים אָנצוּטרינקען? 16 און צי שטעטל נישט די דאָזיקע אִשה, וואָס איז אַ בֵּת-אַברָהם, און וועמען הָשָׂטן האָט געבּוּנדן אין קייטן שוין 18 יאָר, אָפּגעבּוּנדן ווערן פוּן דעם דאָזיקן בּאַנד אוּם שַבּת? 17 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געזאָגט, זענען כל זיינע מתנגדים פאַרשעמט געוואָרן; און דאָס כל עולם מענטשן האָט זיך געפרייט איבּער די כל הנפלאות, וואָס זענען דוּרך אים געטאָן געוואָרן. 18 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט דערפאר געזאָגט: צוּ וואָס איז דאָס מַלכות ה' גלייך? און מיט וואָס זאָל איך מאכן א צושטעלען? 19 עס איז געגליכן צוּ אַ זענעפט-זרִיעה, וואָס אַ בן אדם האָט גענוּמען און געזייֵט אין זיין גַן; און עס איז געוואַקסן און איז געוואָרן אַן עֵץ, און די עוֹף הַשָמַיִם האָבּן זיך געמאַכט נעסטן אין זיינע ענָפים. 20 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ווידער געזאָגט: צוּ וואָס זאָל איך פאַרגלייַכן דאָס מַלכות ה'? 21 עס איז גלייך צוּ שׂאוֹר, וואָס אַן אִשָּה האָט גענוּמען און אַרייַנגעטאָן אין 3 מאָס קֶמַח, בּיז עס איז אינגאַצן פאַרזייַערט געוואָרן. 22 און רבי מֵלך המָשיחַ איז געגאַנגען איבּער שטעט און ֹֹשטעטלעך, און האָט געזאגט שעורים, און האָט עוֹלה-רֶגל געווען קיין ירוּשָלַיִם. 23 און איינער האָט צוּ אים געזאָגט: אֲדוֹנִי, זענען עס נאָר עטלעכע, וואָס קומען צו ישועת אלוקינו? אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: 24 שטרעבּט אריינצוגיין דוּרך דעם שער הַצַּר, מחמת איך זאָג אייך, א סך וועלן זוּכן אריינצוגיין, און וועלן נישט קאָנען. 25 האָט זיך דער בַּעל-הַבָּית איינמאָל אויפגעהויבּן און פאַרשלאָסן די דֶּלֶת, און איר וועט אָנהייבּן צוּ שטיין אין דרויסן, און קלאַפּן אין דער דֶּלֶת, און זאָגן: אֲדוֹנֵנוּ, עפן אוּנדז אויף! און ער וועט אייך ענטפערן: איך מכיר אייך נישט, פוּנוואַנען איר זענט? 26 יעמאָלט וועט איר אָנהייבּן צוּ זאָגן: מיר האָבּן געגעסן און געטרוּנקען פאַר דיר, און דוּ האָסט געלערנט תּוֹרה אין רחובותינוּ. 27 און ער וועט ענטפערן: איך זאָג אייך, איך מכיר אייך נישט, פוּנוואַנען איר זענט; אוועקּ פוּן מיר, כָּל פֹּעֲלֵי רֶשַע! 28 דאָרט וועט זיין הַיְּלָלָה וחרוֹק השנים, ווען איר וועט זען אַברָהם, און יִצחָק, און יַעקֹב, און כל הנבִיאים אין דעם מַלכות ה', און איר אַליין אַרויסגעוואָרפענע אין דרויסן. 29 און זיי וועלן קוּמען פוּן מִזרח און מַערב, און צָפון און דָרום, און וועלן זיך במסבה ביי טיש אין דעם מַלכות ה'. 30 און הִנֵּה, עס זענען פאַראַן אחרונים, וואָס וועלן זיין ראשונים, און פאַראַן זענען ראשונים, וואָס וועלן זיין אחרונים. 31 טאקע אין יענער שָעה זענען געקוּמען עטלעכע פּרוּשים, און האָבּן צוּ רבי מֵלך המשיח געזאָגט: גיי און דערווייַטער דיך פוּנדאַנען, מחמת הוֹרדוס וויל דיך הַרגענען. 32 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: גייט און זאָגט יענעם פוּקס: הנה איך מגרש שדים און איך טוּ רפוּאות הַיּוֹם און מָחָר, און בַּיּוֹם הַשְלִישִי קוּם איך צוּם תּכלית. 33 איך מוּז אָבּער גיין מיין דֶּרֶךְ הַיּוֹם און מָחָר און איבּערמאָרגן; מחמת עס קען נישט זיין, אַז אַ נָביא זאָל ייהרג מִחוּץ לגבולות ירוּשָלַיִם. 34 אָ ירוּשָלַיִם, ירוּשָלַיִם, וואָס הַרגעסט די נבִיאים, און פאַרשטיינסט די, וואָס זענען געשיקט צוּ דיר! וויפל מאָל האָבּ איך געוואָלט אייַנזאַמלען בניך, ווי אַ תּרנגֹלת זאַמלט איין אירע אפרוחים אוּנטער אירע כּנפים, און איר האָט נישט געוואָלט! 35 הִנֵּה, אייער בֵּית [המּקדּש] וועט אייך ינטש! און איך זאָג אייך, אָמֵן, איר וועט מיך מער נישט זען, בּיז איר וועט זאָגן: בָּרוּך הַבָּא בְּשֵם ה' [תהלים 118:26; ירמ' 12:17; רומ' 11:26]!

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 12
Top of Page
Top of Page